בן תמליון האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:אינטערעסאנט. שכח. איך האב נישט געוויסט אז ער שרייבט עפעס אנדערש ווי וועלטליכע פאליטיק.
יא אינטערסאנט. איך בין נייגעריק וויאזוי דער ארטיקל איז צושטאנד געקומען, ווער איז דער סאלאווייטשיק זיין באגלייטער? אגב די הונדערטער קאמעענטס איז אינפארמרטיוו וואס מען מעג שטודירן אויב וויל מען באמת פארשטיין געם דרויסענדיקע בליק אויף אונז און ווי מען דארף פאררעכטן. איך גלייב נישט אז געשטטעטנער און שפילמאן זענען די ריכטיקע קאנדידאטן פאר דעם דאזיקן צוועק.
בקיצור נמרץ: א סוסקסעספולע פי אר קאמפעין קען נאר געשעהן אויב די פי אר קאנסולטענט האלטן פאר די אויגן דריי באזונדערע קאטאגריעס פון אויפירונג און נעמן א באזונדערע שטעלונג און לייזונג פאר איטליכער:
1) אמת'ע הערליכע אספעקטן פון אונזער געמיינדע, למשל מיטגעפיל און פאמיליע און חסד און קריימלאז, צופרידענהייט פון קינדער און ערוואקסענע כו'. דאס פארדינט ווי מער קאווערעדש ווייל ס'איז אמת און ס'אינספירירט יעדען בר נש.
2) אומפארשטענליכע אויפירונג וואס א דרויסענדיגער מחמת חסרון ידיעה לערענט אפ נעגעטיוו, אבער באמת איז עס פאזיטיוו אדער נוטראל, א שטייגער ווי ווינטער'דיגע קליידער אים זומער, נישט טראגן קיין זייגער אים שבת, סעגרעגירטע פארזאמלונגן און שמחות. דאס פאדערט אן אויפקלערונגס, סיי די סיבות דערצו און סיי אז רוב מענטשן האבן בכלל נישט קיין פראבלעם דערמיט, אדרבה, דער עולם וויל גארנישט אנדערש.
3) באמת נעגאטיווע ערשיינונגן (ווען מ'באניצט זיך מיט צוואנג צו אינפאסירן אויפירונג, די לעכערליכע אדער אומעקזעסטירענדע עדיוקעשאן וואס מ'גיט, הויכע רעגירונג'ס צדקה קאסע באנוצער, אראגאנץ צו וויסענשאפט ווען ס'שמעקט נישט, איגנאראנץ לגבי די פסיכילאגיע ארום מאלעסטעשאן, בלינדע פארטיידיגונס פון אנגעבליכע קרימינאלן כו'). דאס קען נישט פארטיידיגט ווערן און דאס בעסטע פי אר מיטל איז אייגענטליך אריינצוקוקן אין זיך זעלבט און צולייגן מחשבה ווי מ'קען זיך באמת פארבעסערן.
מ'קען נישט נעמען אן עדיטוד ווי מ'סעלאברירט מידיא קאווערעדש פון קאטאגאריע 1, מ'אטאקירט (אנשטאט מסביר זיין) די מאטיווען אונטער 2, און מ'שרייט קאזק הנגזל און אנטעסעמיטיזם אויף קאטאקאריע 3. אין פאקט, אטאקירן מאטיוון פון מידיא איז לעכערליך (פאר ווער ס'קען די ביזנעס) און גיט די פנים פון איינער וואס איז אויף די דיפענסיוו און זיכט צו פארדרייען די שמועס (זיכער ברויך מען האלטן א אויג אויף מידיא בייעס, ס'זענען דא ריזיגע ארגאנאזאציעס, פארטיי'ישע און אומפארטי'אישע, וועלכע טוהן אט דאס. אבער דאס קען נישט ווערן די סטראטעגיע ווען מ'ווערט געכאפט אין א סקאנדאל. יעדע מידיא קאנסומער קען דורכזעהן די ספין.) אויך קען מען נישט דיקטירן וועלכע אספעקטן פון אונזער לעבן די מידיא זאל באהאנדלן. פונקט ווי אלע סעקטארן פון געזעלשאפט, זענען מיר אויסגעשטעלט צו שבח, קריטיק און סתם נוטראלע באהאנדלונגן.
און צום לעצט, יעדע פי אר סטראטעגיע וואס רעכענט זיך אויף "פארטיידיגן" קאטאגאריע 3, און זיין נאיוו און האפן אז מ'קען דאס ספינען פאזיטיוולי דורך יעדעס מאל מאכן א קאשע פון קאטאגאריע 1 מיט קאטגארי 3 (ער איז נישט שולדיג אין די קריים ווייל מיר האבן א חסד ארגענאזאציע און ער פלעגט גיין צו אבות ובנים מיט די קינדער) און ניצן קאטאגארי 2 צו צייגן אז די מידיא כאפט זיך אבי אן און אונז (ביי זיי איז א שטריימעל און זימער אויך פאני, זיי הייבן אונז נישט אן צו פארשטיין) - וועט זיין א דורכפאל. אונזערע ווארטזאגער וועלן פארלירן קרעדעביליטי אזוי ווי דער איראקער אינפארמאציע מיניסטער אפי אויף קאטאגאריע 2.