די שרעקליכע התגרות פין די סוריא אטאקע,

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל

די שרעקליכע התגרות פין די סוריא אטאקע,

שליחה דורך חזקיהו המלך »

רבותי,

כ'גיי שרייבען דא וואס איך וויל , כ'געב נישט אן קיין מקורות, כ'שרייב וואס איך טראכט, אין איך האב א געבוירענע רעכט צי טראכטען פאר זיך אין נישט גלייבען אלעס וואס דער ניו יארק טיימס פיטערט פאר די קינדערלאך,

כ'וויל נישט אז קיינער זאל מיר אויסלאכען, ממילא בעט איך אז די וואס קענען זיך נישט איינהאלטען זאלען ארויס פינעם זאל, אויך וויל איך נישט מען זאל מיר באפאלען פארען זאגען מיין מיינונג, כ'האב א געבוירענע רעכט צי זאגען מיין מיינונג אין קיינער קען מיר דאס נישט אוועקנעמען,

יעצט צים ענין, א פאר מחללי שבת וואס פיהרען אן א רעגירונג וואס זיי ריפען פאר סאם סטרענדזש ריזען ממשלת ישראל, זיי האבען זיך צילאזט אין אטאקירט א פרעמדע אראבישע מדינה פלעין אזוי, מיטען פאלטשען תירוץ אז בלא בלא בלא, אז ס'דא מיסיל'ס צי וואס, וואס איז אויפען וועג צי חיזבאלע אין משום טעם הכמוס מיזען זיי עס באמבאדירען אין מיטען העלען סוריא, אזוי אז גאנץ סוריא זאל זיך שאקלען,

קודם אפיללו ס'ווען אמת האבען זיי נישט קיין רעכט צי זיך נעמען שיסען אויף א צווייטע לאנד אזוי שמיר ניש דיר ניש, אין צווייטענס גלייב איך עס נישט, ס'איז א גוטעןתירוץ כדי די קינדערלעך זאלען בלייבען שלאפען,

נאר וואס יא, איז אזוי, כ'וועל ענק זאגען אביסעל וואס כ'טראכט, אבער כ'ווארען נאכאמאל קיינער מיז נישט גלייבען, אבער פאר העווען'ס סעיק קיינער זאל מיר נישט באפאלען, כ'האב סך הכל געזאגט וואס איך טראכט ס'קומט זיך מיר נישט קיין שלעק, דעטס איט,

איז אזוי, כ'וועל שרייבען אין קורצען, והמשכיל יבין, מאריך זיין קען דויערען צי לאנג,

איז אזוי , ס'דא א גרופע וואס קוקען זיך אן ווי די עליטע פין די וועלט, לכאורה זענען זיי אויך צישפליטערט צווישען זיך אבער עכ"פ זיי האבען א גרויסע השפעה אויף די וועלטליכע פינאנץ אין פאליטיק, אבאמא איז נאר ווי א געצייג אין זייער הענט, ער ווייסט לכאורה אפילו נישט די די טיפקייט וואס זיי ווילען מיט זייערע פלענער, ער מיז אבער טוהן וואס זיי הייסען, זיי קאנטראלירען מער ווייניגער די מעינסטריעם מידיא, אין א פרעזידענט וואס גייט נישט אין שפאן מאכט מען אויף אים א סקאנדאל, זיי האבען ציגעגרייט מסתם שמוץ אויף יעדען פרעזידענט מיט וואס זיי קענען עים סטראשען, אדער קענען זיי ערלעידיגען אז דער פרעזידענט זאל געשאסען ווערען דורעך א מיסטריעזע איינצעלע שיסער אזוי ווי זיי האבען לכאורה געטוהן מיט קענעדי,

זיי האבען עפעס א פלאן עכ"פ ווי עס זעהט אויס זענען זיי ביזי יעצט אין מיטל מזרח צי עלימינירען די רעגירונגען וואס גיען נישט אין שפאן, קודם ליביע, קאדאפי האט זיך געפירט זיין אייגענע ווירטשאפט האט מען עים געדארפט עלימינירען, על קאידע איז א פראדוקט פין זיי וואס זיי ניצען ווי זיי דארפען, אין זיי האבען געניצט על קאידע אין ליביע חאטשיג ס'איז אויך געווען לגיטימע (פין סתם המון) פראטעסטען, דאך איז די גאנצע זאך אנגעדרייט געווארען דורעך זיי וואס מען וועט זיי ריפען די גלאבאליסטען,

נאכדעם אין מצרים האבען געוואלט אראפברענגען די דארטיגען כ'דענק נישט זיין נאמען, נאכדעם קומט סוריא, אויף אסאד זענען זיי שוין לאנג ברוגז, ווייל ער מאכט שבת פאר זיך, אין זיי ווילען עים אראפ ברענגען פאר זיי נעמען זיך צי איראן,

איז אזוי זיי האבען געהיידזשעקט די אמעריקאנע רעגירונג, די פאליסיס פין די אמעריקאנע רעגירונג איז אין שארפען קאנטראסט צי די אינטערעסען פין די בירגער, אבער ...... גראבער......, זיי מאנעווירען אזוי צי ניצען די אמעריקאנע מיליטערישע אין פינאציעלע שטארקייט פאר זייערע אינטערעסען, אין זיי ווילען אויך אראפ ברענגען די אמעריקאנע שטארקייט אין שטאלץ אין זיי האבען עס אנגעהויבען צי טוהן דורעך ניין - עלעווען אין ס'איז א פרשה פאר זיך,

עכ"פ זיי ווילען ציברעכען אסאד, אין לכאורה נאכדעם אריינברענגען א עקסטרעמיסטישע מוסלעמענער רעזשים וואס זאל אונטער די קאליסען זיין אונטער זייער קאנטראל, אבער זייער פלאן איז אויך צי עלימינירען מדינת ישראל, ס'מיז נישט זיין אז ס'וועט זיי געלונגעכן אין דער באשעפער זאל האלטען די רעכטע האנט אויף זיינע קינדער אבער דאס איז זייער פלאן,

יעצט אמעריקע שיקט מיליאנע דאלארען פאר די סוריא רעבעלען, אבער אמעריקע איז נאכנישט גרייט צי אטאקירען סוריא, ווייל ווי עס קוקט אויס איז די יעצטיגע בלאף פין ביאלאגישע וואפען נאכנישט אזוי גוט אנגענומען ביי דעם אמעריקאנער המון, אין ס'קען בעקפייערען,

סאו יעדער ווייסט אז די שטאלצע צה"ל שיסט נאר ווען אמעריקע לאזט, אין ווען אמעריקע זאגט ניין זיצען זיי איינגעלייגט, סאו קיינער זאל מיר נישט פארקויפען אז מדינת ישראל האט אייגענע רויטע ליניע'ס בלא בלא בלא, ס'איז אלץ פאבליק רילעישענס גארביטש, נאר אמעריקע וויל נישט נעמען די היץ, ווערט מען פאניע בראט מיט מדינת ישראל אין מען ארבעט ציזאמען מיט זיי צי עלימינירען אסאד, די גאנצע חיזבאלע פשעטעל איז גארביטש פאר די קינדערלעך צי שלונגען, אין מדינת ישראל שפירט זיך גוט צי שפילען ציזאמען מיט די גרויסע קינדער, זיי חאפען נישט אז די חשבון פין די גלאובאליסטען איז אזוי צי נאך מער צי פארשארפען די שנאה אויף מדינת ישראל אין די אראבישע וועלט, כדי ווען די צייט וועט קומען נאכדעם וואס מדינת ישראל ווען זיין ארום גענומען מיט איסלאמישע עקסטרעמיסטישע רעגירונגען וועלען זיי קענען ניצען דעי האס קעגען מדינת ישראל,

די גאנצע זאך לוינט זיך נישט פאר מדינת ישראל, חוץ פין דעם וואס אסאד איז בעסער ווי די מוסלעמענישע ברודער, איז בכלל בעסער פאר זיי זיך נישט צי מישען אין נישט צי אנצינדען די צארען פין די מוסלעמענער, ווייל אפילו די וואס זענען קעגען אסאד קוקען אבער נישטו מיט קיין גוט אויג ווען מדינת ישראל מישט זיך, כ'זעה נישט גארנישט וואס זיי האבען דערפין, חוץ זיך שפירען גוט אז זיי שפילען מיט די גרויסע קינדער, אין פארקויפען חלומות אז זיי האבען רויטע ליניעס ........, זיי פאלען דא פאר א פאסטקע אויסגעשפרייט דורעך די גלאובאליסטען, אין זיי שפילען זיך מיט אידישע לעבענס, ווער געבט זיי דאס רעכט,

די גרויסע צידרייטע אמעריקע פארשטייט אז ס'בעסער מ'מישט זיך נישט (אפיציעל) אריין אבער די קליינטשיגע מדינת ישראל גייט שיסען אינמיטען העלען סוריא, א שרעקליכע מיסטעיק,

אין פין דא גייט ארויס מיין ווארענונג צי די מדינת ישראל מיליטערישע פירער: הערט אויף צי שפילען מיט די גלאובאליסטען אין מיט אמעריקע ווייל זיי מיינען נישט ענקער טובה, רעגטס נישוט אויף אלע ענקערע שכינים ווייל זיי ברענען פאר נקמה אין די קענסט קיינמאל נישט וויסען צי זיי וועלען קענען נקמה נעמען, סארא חוצפה מען קריכט אריין צי יענעם אין דיינינגראם אין מען באמבאדירט, אין ווער א לאנד וואס איז ארום גענומען מיט פיינט, ענק האבען נישט גענוג פיינט ?, אין לאמיר ענק עפעס זאגען, טאמער ס'וועט קומען די גורל'דיגע מינוט וועט ענק אמעריקע לכאורה לאזען אויפען וואסער, גלייבטס נישט זייערע הבטחות, זיי זענען געביגעלטע בלאפער'ס, ענק זענען אויך אויך די ליסטע פין די גלאובאליסטען, נאר קודם ווילען זיי ענק אויסניצען פאר זייערע אינטערעסען,

ס'דא נאר איין עצה, יעזוב רשע דרכו ואיש און מחשבותיו וישב אל ה' וירחמהו ואל אלקינו כי ירבה לסלוח, דאס איז די איינציגע וועג וואס וועט העלפען צי ראטעווען אידישע קינדער פין זייערע פיינט, די גלאובאליסטען זענען ענקערע פיינט אין זיך חנפנען צי זיי וועט נישט העלפען נאר ערגער מאכען,

נאר אונזער גרויסע טאטע דער בורא עולם קען אין וועט אונז העלפען, אין ער ווארט מען זאל תשובה טוהן צי אים, אין שוין וועט ער שיקען דעם גואל צדק צי אויסלייזען די נדחי ישראל, בב"א.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חזקיהו המלך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר