דער באשעפער איז אן "אין סוף" - וואסי פשט?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
נייגעריגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל

דער באשעפער איז אן "אין סוף" - וואסי פשט?!

שליחה דורך נייגעריגער »

איך וויל מקדים זיין אז איך בין נישט קיין טיפער מח, און נישט קיין גרויסער קאפ, וואס קען זיך קעפלען און פארקנייטשען ס'שטערן מיט טיפע פיליזאפישע פשטים און עמקות'ער, כדאיתא בחתימתי בתחתית התגובה.

נאר, אז ס'איז מיר איינגעפאלן א קשיא, און קען אפילו זיין אז ס'איז גאר פשוט, פרעג איך עס דא אן, און כ'בעט אז אויב א הסבר זאל עס זיין עפעס פאר פלעינע מוחות....

וזה תוכן דברים: ס'איז ברייט ידוע, און שטייצעך אן אומאפפרעגבארע פאקט, אז דער אייבערשטער איז דער "אין סוף ב"ה", און אלעס אלעס אחוץ דעם זענען דברים מוגבלים, און ערגעצוואו ענדיגן זיי זיך.

וויל איך פארשטיין פשט דערין. למשל נומערן ענדיגן זיך דען ערגעץ?! גערעכט אז נעמען פון נומערן איז א דבר מוגבל, מיליאן ביליאן טריליאן וכו' וכו', אבער ערגעץ ענדיגט זיך עס. אבער איינמאל אונז האמיר אזא זאך ווי טיימס, קען זיך דאך עס אלץ דאפלען און טריפלען און טריליאנענען אא"וו, עד אין סוף! נישט אזוי?!

המצפה לשמוע ביאור פשוט
החותם...
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר