זקניך "ולא" יאמרו לך... קאצעטניק'ס לאגער (אריבערגעפירט)
אוי, די ביסט מתוק, מי יתן וראיתיך, ונשקתיך אפיים פעמיים. נאכן אפ'פיפלען אין שטיבל גענוג וועסטו נישט "פירן" די טאכטער צום חופה, ווי מען פירט א מת צום קבורה, און וועסטו נישט לאזן א טרער, נאר די וועסט "באגלייטן" דיין טאכטער צו איר גליקליכן מאמענט, נאכדעם ווי זי וועט זיין זיכער אז זי האט חתונה מיט איר אהובת לבה, און שטייטזעך, גרייט אן א טיש פאר קאווע שטיבל מעמבערס מיט א שילד'ל דערויף רעזערווירט. בד"וו, די קאורני דזשאוקס ביים מצוה טאנץ לאז נישט צום גראמער, מען וועט עס שוין צעטיילן צווישן אונז.
יא, א מעכטיג ביכל פון קאצעטניק, א עילויאישער תלמיד פון חכמי לובלין וואס האט חוזר בשאלה געווען ביים קריג, געבליבן א פארוואונדעטע חיה וואס איז אייביג געבליבן אין דמיון אן אוישוויצער. ער האט מנסח געווען די אויסדרוק "אוישוויץ איז אן אנדערע פלאנעט" ער האט געשריבן מייסטער ביכער, און האט אויפגעטרעטן ביי משפט אייכמאן ווי ער האט געחלשט אינמיטן רעדן.
"קראו לו פיפל" איז א נאוועל איבער אליעזר גרינבוים, דער זון פון יצחק גרינבוים פון די ציוניסטישע שישקעס, וועלכער איז געווען גאר א רשעות'דיגער קאפוי.
"קראו לו פיפל" איז א נאוועל איבער אליעזר גרינבוים, דער זון פון יצחק גרינבוים פון די ציוניסטישע שישקעס, וועלכער איז געווען גאר א רשעות'דיגער קאפוי.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
איך האב מיינס געקויפט פאר אפאר טאלער יארן צוריק , כ'מיין האב עס שוין ארויגעווארפן, דארפסט עס צו קענען טרעפן אין די לייברעריס אבער איך ווארן דיר פאר דעם אז שלאפלאזע נעכט איז גאראנטירט, די זעלבע איז מיט זיין אנדערע בוך 'הויז פון דאלס' ,אבער ביידע געבן א בליק אריין אין א טרויעריגע קאפיטל פון אוישוויץ בארבאריזם וואס איז ווייניג באקאנט און נאך ווייניגער באשריבן (כאטשיק עס איז בשעתו געווען טענות אויף י.קאטעצניק איבער די אויטענטישקייט פון זיינע מעשיות, ווייסט מען שין היינט אביסעל מער איבער די סעקסועלע בארבאריזם וואס איז דארט פארגעגאנגן).
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
מעכטיג איז נישט דאס ווארט! אבער נאכאמאל נאר פאר ווער עס האט גאר אייזערנע נערוון און מאגן.
אזוי ווי דו זאגסט זיינע ביכער זענען אין א קלאס פאר זיך. הי"ד
אזוי ווי דו זאגסט זיינע ביכער זענען אין א קלאס פאר זיך. הי"ד
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
מסכים. איך האב עם שוין אמאל דערמאנט אין איינע פון יענע אשכולות.
איך האב א חבר א טיפע טראכטער וואס האט מיר אמאל פאר ת"ב געבעטן א שואה בוך, געם איך עם די 'הויז פון דאלס' אבער יענער קען נישט אזא גוטן ענגליש ,עס איז געווען טראגי-קאמיש ווען ער קומט מיר זאגן אז ער האט געבעטן זיין ווייב זאל עם פארליינן און מסביר זיין אבער נאך אפאר סעסיעס איז זי נישט געעווען מער מסוגל ממשיך צו זיין. ווער עס האט עס געליינט וועט פארשטיין פארוואס. הי"ד
איך האב א חבר א טיפע טראכטער וואס האט מיר אמאל פאר ת"ב געבעטן א שואה בוך, געם איך עם די 'הויז פון דאלס' אבער יענער קען נישט אזא גוטן ענגליש ,עס איז געווען טראגי-קאמיש ווען ער קומט מיר זאגן אז ער האט געבעטן זיין ווייב זאל עם פארליינן און מסביר זיין אבער נאך אפאר סעסיעס איז זי נישט געעווען מער מסוגל ממשיך צו זיין. ווער עס האט עס געליינט וועט פארשטיין פארוואס. הי"ד
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
כדי צו בארעכטיגן דעם עקזיסטענץ פון דעם אשכול וועל איך אנצייכענען אפאר האלאקאוסט ביכער וואס איך האב געליינט און ליב געהאט:
נאכט - פון אלי' וויזל
גאט אויפן באשולדיגונגס באנק - פון אלי וויזל
די טאגבוך פון אנא פראנק
א מענטש זוכט דיסציפלין - וויקטאר פרענקל
בית הבובות און אנדערע ביכער פון קצטניק
שימקה - דוד זריצקי
חורבן ליטא -הרב אפרים אשרי
איז דאס א מענטש- פרימו לוי
אל תשלח ידך אל הנער - הרב ישראל מאיר לאו
מקדשי ה' - הרב מווייצען
אויך זענען דא אפאר גאר גוטע מואוויס.
איך האב געשריבן אויפן שפיץ גאפל וישמעו חכמים ויוסיפו לעקעך און בראנפן
נאכט - פון אלי' וויזל
גאט אויפן באשולדיגונגס באנק - פון אלי וויזל
די טאגבוך פון אנא פראנק
א מענטש זוכט דיסציפלין - וויקטאר פרענקל
בית הבובות און אנדערע ביכער פון קצטניק
שימקה - דוד זריצקי
חורבן ליטא -הרב אפרים אשרי
איז דאס א מענטש- פרימו לוי
אל תשלח ידך אל הנער - הרב ישראל מאיר לאו
מקדשי ה' - הרב מווייצען
אויך זענען דא אפאר גאר גוטע מואוויס.
איך האב געשריבן אויפן שפיץ גאפל וישמעו חכמים ויוסיפו לעקעך און בראנפן
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
אורגינאל איז עס געדרוקט געווארן אלס 'בית הבובות' וואס מען קען אויך קרוגן ביי עמעזאן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
פון פרימו לוי בין איך געווען אנטוישט, ער רעדט און און רעדט און זאגט נישט גארנישט. כ'מיין אז וויפיל קצטניק האט אלע יארן געליטן פון די מאוראות המלחמה האט לוי נאך מער געליטן, און שפעטער האט ער זיך נעבעך גענומען דאס לעבן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
ידעתי גם ידעתי אז לוי איז געווען א פילוסאף, אבער איך האב געבלעטערט בלאט נאך בלאט און נישט געקענט טרעפן איין סענטענס צום זאך, אלעס הויכע ווערטער וואס לדעתי הקט קלעבט נישט איינס אינעם צווייטן.
איך וואלט עס אביסל מדמה געווען צו מאדערן ארט וואס איז א בחינה ווי דער-קעניג-איז-נאקעטיג, יעדער מוז דרייען די קאפ און ארויסברענגן קעלבענער התפעלות פון די צוויי רויטע מיט איין געלע ליין דמתקריא 'הופליס נום. 5 סטעיט 3'
איך וואלט עס אביסל מדמה געווען צו מאדערן ארט וואס איז א בחינה ווי דער-קעניג-איז-נאקעטיג, יעדער מוז דרייען די קאפ און ארויסברענגן קעלבענער התפעלות פון די צוויי רויטע מיט איין געלע ליין דמתקריא 'הופליס נום. 5 סטעיט 3'
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 879
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל