רבנישער כוח און איינפלוס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

א רבי איז א רבי ווייל זיין טאטע אדער פעטער איז געוועין א רבי, איך קלער אז די רבי איז פינקט אזוי אין צרות ווי די המון עם, די המון עם אויב ציווילצעך עים למשל א קיגל אדער א פיצע אדער סתם אזוי אן איבריגע רעיפטל פעינעץ, וואס טיט ער גייט צים נעינסטען געשעפט האנדעלט, מאכט א ברכה מיט כוונה, עסט אין געגאנגען, משא"כ א רבי אויב תאוועט ער אויף עפעס אן אכילה גסה איז ער אין געבראטענע צרות, קענט עץ זיך פארשטעלען וואס דער רבי טראכט ווען דער עולם קיקט עם אריין אין די פיש טעלער אין ער מיז טיילן שרייעם, אין א צייט וואס ער גליסט אויף נאך איין בייס אין שוין, אין ער מיזעך אנהאלטען מיט אייזערנע, איך האלט ווען קיינער קיקט נישט האקצעך דער רבי קאף אין די וואנט מיט ביטערע יללות או לאמי שילדתי, אפשר דאך איז דא א וועיג ארויס, בקיצר איך בין זיי גארנישט מקנה, איך מיין זיי זענען נאך אלעמען אינז מקנה אויף א שוידערליכען פארנעם.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך איינער »

דער פאקט אז זיין טאטע און זיידע איז געווען דער רבי זי"ע, האסטו שוין איינגעזען אז דאס מאכט אים נישט פאר צדיק, אבער פאר פיפיגע CEO יא? קוקענדיג אויף די היינטיגע רבי'ס, וואלט איך דיר געזאגט אז די זאלסט זיך האלטן ביים דעם אז זיי זענען צדיקים, ווייל אלס פיפיגע CEO וועט עס קיינער נישט אויפקויפן.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

ברור.
Atgan
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 15, 2013 7:13 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך Atgan »

נישט אזוי שווער צו פארשטיין.

ער זאגט פשוט, קוקנדיג אויף די היינטיגע מנהיגים, מאכט איהם שוין בעסער צו זאגן ענדערש אז זיי זענען צדיקים ווי צו זאגן אז זיי זענען פיפיגע CEO'ס.
עד כאן היו הנביאים מתנבאים ברוח הקודש, מכאן ואילך הט אזנך ושמע דברי חכמים.

דיסקלעימער. מיינע תגובות ווער נישט געשריבן פערסאנעל, נאר פארן פובליק. ווען איך ענפער איינעם איז עס בבחינת שלא בפניו, און כאילו ער וואלט נישט געהערט.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

ברסלבער האט געשריבן:וואס איז א רבי?
רבי נחמן מברסלב שרייבט אין ליקוטי מוהר"ן אז עס זענען דא מענטשן וואס זאגן: "פארוואס דארף איך זוכן א גרויסער צדיק און ערליכער איד צו גיין צו אים? איך קען דאך גיין צו סיי וועלכן חשובער איד און זיך לערנען פון אים, קודם זאל כאטש זיין אזוי ווי אים" זאגט אויף דעם רבי נחמן אז דאס איז א טעות, ווייל א רבי איז אזוי ווי א דאקטער, ער היילט דעם מענטש און געבט אים די ריכטיגע דייעטע צו זיין געזונט ברוחניות, יעצט ווען א מענטש וועט זאגן "פארוואס דארף איך נעמען א גרויסן דאקטער, לאמיך נעמען א קליינעם דאקטער, (זיין טאטע איז דאך געווען א גרויסער דאקטער) קודם זאל איך זיין אזוי געזונט ווי אים" דאס איז דאך זייער נאריש גערעדט, וואס האב איך פון דעם אז ער איז געזונט? איך וויל אז ער מיר אויך קענען מאכן געזונט, און די זעלבע איז מיט א רבי, ער דארף מיר קענען אויסהיילן ברוחניות, און פון דעם וואס ער איז ערליך האב איך גארנישט, ער דארף מיר אויך מאכן ערליך.
און מיט דעם האט זיך זייער שטארק געטוישט די דרך החסידות, אמאל האט מען געזוכט א רבי מער פאר די סיבה פאר א רוחניות'דיגע דאקטער, און דערפאר איז רבי'סטעווע אריבער געגאנגען צו א תלמיד וואס האט דאס מערסטע געטויגט צו דעם, משא"כ היינט איז געווארן עפעס אן אנדערע מושג אין חסידות, עס איז נישט קיין כלל ביי אלע, אבער ביי אסאך חסידות איז דער עיקר צו קוקן אויף דעם רבי'נס הייליגע צורה, כאפן שיריים, נעמען א ברכה וכדו', און איך רעד אפילו ווען דער רבי איז באמת א צדיק, און עס איז טאקע ווערט צו נעמען א ברכה פון אים, אבער דאס מיינט א "צדיק", און נישט קיין "רבי", א רבי דארף געבן הדרכה פאר זיינע תלמידים ווי אזוי זיך צו פירן.
(רבי נחמן זאגט גראדע אויך אז אפילו א פאלשע רבי איז אויך א גוטע זאך, ווייל ווי נישט ווי האלטן זיי דעם עולם אין די ראמען, אבער דאס איז נישט די ריכטיגע לכתחילה'דיגער וועג)
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

הערה צו ברסלבער

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער בראך הייבט זיך אן ווען מ'נעמט א בשר ודם און מ'פארגעטערט איהם. אפילו זיין טאטע איז געווען אן עובד ה' און אן איש אמת. כל שכן ווען ער שטאמט נאך מגזע היחוס. און האט געהאט גרויסע זיידעס. אבער ווען מ'הייבט אן רודפ'ן יחידים אין נאמען פון רעבי'ן און אין נאמען פון חסידות, און דער רבי איז מקיים דעם "מדשתקו רבנן... דאס פירט צו א חורבן און יאוש אין די אייגענע רייען. דאס בויעט התנגדות. וביום פקודה רעכנט מען זיך אפ.
פארשפארט