שלשלת האט געשריבן:וויסט איינער, גייט אין ירושלים דאמעריקע "וויליאמבורג" אויך פארקומען אזא הדר קבלוה אסיפה? אויב יא, ווען?
כשיתרצו שני הצדדים.
ראשעקאל האט געשריבן:נאך די פאריאריגע דורעכפאל וואס יעדער פייפט זיך אהן , הער איך אז היי יאר גייט די תקנה זיין אז יעדע היימישע פילטער קאמפעני גייט געבען א צעטעל פאר זייערע קאסטעמער'ס ווי א תעודה אז מ'האט זייער סערוויס, און מ'גייט עס דארפען אריינשיקען צו די חדר אויפצעווייזען אז מ'האט א היימישע פילטער. אויב מ'האט נאר K9 וועט מען ארויסטראסקענען די קינדער פון חדר

קאווע טרינקער האט געשריבן:היות ס'רעגענט זייער שטארק יעצט, און דאס קען חלילה שטערן דעם רצון השם זאל זיין בפועל היינט נאכט, האבן די רבנים געבעטן אז מען זאל נישט מזכיר זיין גבורות גשמים ביי שמו"ע, און אוודאי נישט שואל זיין ביי ברך עלינו.
אבי גערעדט האט געשריבן:פארוואס האט מען דא אזא שנאה צו די מערכה?? אויב גייט עס אויפטון אויף אפאר אידן צו אפילו נאר איין איד צו מוסיף זיין קדושה וטהרה האט זיך שוין געלוינט די גאנצע זאך, נאך אלעם דארף דאך משיח האבן צו וועמען צו קומען.
אויב האבן די מתנגדים דא מורה אז זיי וועלן נישט קענען האבן מער קיין געהעריגע אינטערנעט, עטס דארפטס נישט מורה האבן, עס איז בדרך הטבע נישט שייך צו קאנטראלירן דאס