זאג נאר, און צו *** פארשטייסטו יא?!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

זאג נאר, און צו *** פארשטייסטו יא?!

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

צום הייליגן רש"ב זי"ע איז אמאל אריינגעקומען א חסיד אויף "יחידות".
רבי, כ'האב קשיות! שרייט דער חסיד. א וואזשנער איד געווען, א תלמיד חכם און עובד ה', און צוליב זיין שווערן לאגע און מיטמאכענישן האבן אים זאכן אנגעהויבן עגבערן.

וואס עפעס קען מען טרעפן אז צדיק ורע לו? איז דאס יושר? און אזוי האט ער פארגעלייגט פארשידענע קשיות וואס ס'האט אים האט געקיצלט אויפ'ן חשבון פונעם בורא כל העולמים.

דער רש"ב אבער, אנשטאט ענטפערן דעם חסיד, כאפט ער אים אן ביים אקסל, און פירט אים צו צום פענסטער.

דו זעסט דארט די ציגעלעך, גיט ער אים א פרעג, האסט אמאל באטראכט ווען זיי דארפן ארויסגעבן די געברויכן?
דער חסיד קוקט אן דעם רבי'ן מיט א פאר קעלבערנע, נישט געטראפן בעסער וואס צו דיסוקסירן. אבער אז דער רבי פרעגט.
יא! ענטפערט ער.

איז זייזשע מיר אזוי גוט, אפשר קענט איר מיר זאגן וואספארא פראדוקציע שטעלן זיי אהער, וויאזוי זעט דאס אויס? וואספארא סארט פארעמען גיבן זיי ארויס?
דער חסיד ווייסט נישט צו דער רבי איז מיט אלעמען, אבער אז דער רבי פרעגט:

זייער אפפאל זעט אויס מער אזויווי א בעבעלעך שניט, אזא סארט זכר באנדל פארעם, איינציגע קערנדלעך אויפאמאל.

אזוי, און ווען דער קו דארט אין שטאל גייט פאר געברויכן, האט איר שוין אויך אמאל באאבאכט? וואס שטעלט ער אהער, וואס איז דער פארעם פון זיינע לאווע?

דער חסיד כאפט זיך אז עפעס וויל אים דא דער רבי מסדר זיין, ער איז ערנסט אין א פאסטקע, דער רבי נעמט אים דא פאר א נסיעה, אבער קיין ברירה האט ער שוין נישט געהאט, און ער ענטפערט:

געברויכן פון א קו איז שוין אינגאנצן עפעס אנדערש, דאס איז שוין יא אזעלכע גאנצע גרויסע שטיקער מער אזויווי דער פארעם פון קיכן און בארכעלעך.

נו, וואס איז פשט, פרעגט אים דער רש"ב, פארוואס ביי די ציגן איז עס מער אזעלכע אייניגע באנדלעך און דא איז עס יא גרויסע שטיקער?

דער חסיד גיט א צי מיט די אקסלען: איך ווייס נישט!
און פון וואנעט אין דער וועלט זאל איך וויסן פונקטליך פארוואס די צואה פון איין בהמה איז אנדערש פונעם צווייטן.

זאגט אים דער רש"ב: איר זעט, גיט א קוק, אפילו אזוי פשוט'ע שאלה, קענט איר מיר נישט ענטפערן, און איר וויל פארשטיין די הנהגה עליונה?!
אפילו צו [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] פארשטייט איר נישט, און איר האט קשיות אויפ'ן רבונו של עולם!


*

מאכט זיך אמאל ביי א מענטש, אז ס'הייבט אן האדעווען עופה'לעך אין זיין גלגולות. ס'קוועטשט אים דאס ס'קוועטשט אים יענץ. ביי איינעם איז עס דער האלאקאוסט, היתכן? הלמאי? דער אויבערשטער איז דאך דער מקור הרחמים. ביי א צווייטן איז עס פארוואס דער חידושי הרי"ם האט זיך ענדערש געפארעט מיט עדים שאי אתה יכול להזימם און נישט מיט מאראל ווערסוס רעגיליע, און ביי א דריטן איז עס גאר אן אישי פאר'ן כביכול אליין.

איך זאג נישט, מ'מעג אמאל ארויסבליקן פון קעסטעלע, ס'געזונט ווען ס'נאגט, ס'גוט ווען ס'עגבערט, א זעל מעג לעכצן, א מענטש האט א רעכט צו זיין שעפעריש.

אבער, מיט א מאס!
און פון צייט צו צייט דארף מען געדענקען: מיר האבן נישט קיין רש"ב, און מ'מעג זיך אליין אנכאפן בי די אקסלען, צופירן צום פענסטער, און געבן זיך א פרעג די מולטי מיליאן דאלער פראגע:

זאג נאר, און צו ק*ק פארשטייסטו יא?!





:lol: :lol: :lol:
די מעשה האב איך געהערט פון הרה"צ מהר"ל שטויבער שליט"א (המכונה יחצאל הראשון), וראויין הדברים למי שאמרם. תשואת חן חן לו.

***
אגב, דער מלאך זצ"ל האט אמאל געזאגט, מילא דער רש"ב, ער האט כאטש געקענט דעם זיידן דער צמח, אבער דער מהריי"ץ...
אבער ס'איז נאריש גערעדט, דער רש"ב איז געווען א גרויסער מענטש, קוקט אריין אין 'בשעה שהקדימו' אדער אין 'יו"ט של ראש השנה', טיפע לאנגע מאמרים בהמשכים אין חסידות, ממש א מייסטער-מוח.
דער מלאך האט זיך געהאט זיינע חשבונות, ער שרייבט אין א בריוו (אין אוצר אגרות קודש) אז שוין בימי הצ"צ איז פארגעסן געווארן חכמת חב"ד, חוץ מאיזה זקנים שהאריכו ימיהם, וואס האבן אויך נאר געוויסט פון איר עקזיסטענץ....
אגב דאגב, דער אראדער רב פון וויליאמסבורג מגדולי לוחמי מלחמת אש קודש, איז א תלמיד פונעם רש"ב.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאראנצןזאפט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

מקען עס אנקוקען אביסעל אנדערשט
סאיז דא די באקאנטע מעשה וואס שלמה קארלבאך פארציילט אז סאיז געווען א פרוי נאך די מלחמה וואס פלעגט קומען אין שול אבער נישט געדאווענט צום באשעפער זי איז געווען אויפגערעגט אז מהאט איר אלעס אוועק גענומען, האט דער צדיק געזאגט קוק אן די פרוי זי גלייבט אין ד׳ נאר זי איז פראסטרעטעט מיט וואס זי איז נעבעך אלס אדורך ביי די מלחמה וועגן דעם דאווענט זי נישט אבער בעצם איז זי א גלויביגע והא ראיה זי קומט אין שול און דרוקט אויס איר ווייטאג צום באשעפער!
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך בין סלוי, אפשר קען מיר איינער מסביר זיין דער וויץ?
צו גללי עיזים ועופות איז נישט אזוי שווער צו פארשטיין, ווער סאיז אינטרעסירט קען אנפרעג'ן ביי ר' גוגל'ן און ער וועט שוין וויסען די תשובה. סך הכל פאר רוב איז עס נישט אזוי אינטרעסאנט. וואס האט דאס מיט עקזיסטענלישע שאלות ווי צדיק ורע לו אדער חידושי הרי"מ ועשאאי"ל וואס ווער עס שטערט עם נישט איז ער נישט קיין מענטש?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

געב א שמייכל, און וואק ווייטער.
דו ברענגסט מיט דיין אנגעצויגנקייט אין שמייכל פארום אריין :lol:
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
יונגערמאנטשיק
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך יונגערמאנטשיק »

נאכן ליינען דאס

לעיקוואד האט געשריבן:אפשר קען מיר איינער מסביר זיין דער וויץ?
צו גללי עיזים ועופות איז נישט אזוי שווער צו פארשטיין, ווער סאיז אינטרעסירט קען אנפרעג'ן ביי ר' גוגל'ן און ער וועט שוין וויסען די תשובה. סך הכל פאר רוב איז עס נישט אזוי אינטרעסאנט. וואס האט דאס מיט עקזיסטענלישע שאלות ווי צדיק ורע לו אדער חידושי הרי"מ ועשאאי"ל וואס ווער עס שטערט עם נישט איז ער נישט קיין מענטש?


קען איך נאר עגריען צו דעם

לעיקוואד האט געשריבן:איך בין סלוי
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

זייער געשמאק אראפגעלייגט די מעשה, כ'האב עכט הנאה געהאט.

איך וועל פארציילן נאך א מעשה, א קינד האט געפרעגט זיין טאטע פון וואו מען ווייסט אז די באשעפער פירט די וועלט, און זיין טאטע האט אים געוויזן [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] פון א ציגעלע און א קו, וכו'. ענד דעי ליווד העפילי עווער עפטער. די טאטע האט זיך גוט געפילט אז ער האט גוט געענטפערט זיין זון, און די קינד האט נאך די קשיות ביזן היינטיגע טאג.

מען דארף בעצם ביידע מעשיות. ואף אתה הכהה את שיניו שטייט נאר ביי א רשע, א מענטש האט א רעכט און לכאורה אויך א חיוב צו פרובירן צו פארשטיין. נאר מיט דעם אלעם דארף די מענטש געדענקן אז מען קען נישט אלעס לערנען און פארשטיין אין איין טאג, ווען יא וואלטן מער דאך נישט געדארפט לעבן אכציג יאר. דא קומט אריין מאראנצנזאפט'ס זאפטיגע מעשה. מען פרעגט און פרעגט און מען הערט נישט אויף צו פרעגן ביז מען פארשטייט. אבער ביז דאן דארף מען וויסן אז ס'דא אן ענטפער נאר כ'האב עס נאך נישט משיג געווען. די איינציגסטע וועג ווי מען קען אנקומען צו אזא ביליף איז נאר אויב מען האט שוין אמאל געפרעגט שווערע קושיות און מען האט געטראפן צופרידן-שטעלענדע ענטפערס.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

חס ושלום אריינברענגען דא אנעצויגענקייט.. אדרבה, איך פראביר אלץ אריינצוברענגען די פרייליכקייט פון שמייכל פורום אין תורה ומחשבה און מלאזט מיר נישט...

סך הכל איז מער ווי א שמוציגער וויץ זעה איך נישט אין דער מעשה קיין שום תוכן. עס קוקט מיר אויס זייער נישט א שיינע וועג אפצופטר'ן א מענטש, בפרט א חסיד, וואס פרעגט עפעס וואס שטערט עם. במחילה פון כ"ק אדמו"ר הרש"ב וועם איך בין מורא'דיג מעריך, איז אויב די מעשה איז אמת וייזט עס נישט אויף עקסטערע מענטשליכע איידלקייט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אגב זעה איך ווי יידל האט אן הסבר וועגן די *** אין א אנדערע אשכול
viewtopic.php?p=113169#p113169
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

יישר כוח פאר די לינק, אינטערעסאנט אויב קעניגרייך האט עס פון דא גענומען א שעה דערנאך וואס כ'האב עס ארויסגעשטעלט, אדער פערצופאל בארירט די זעלבע נקודה.
ער זאגט דאס נישט בשם אומרו.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

כהאב יעצט גענדיגט לערענען די וויכח הרמב'ן מיטן נוצרי. איז דא ערגעץ אין רמב''נ'ס ספרים א רמז אז ער האט פארשטאנן צי ***?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

זעהט איהר, מ'בייגט אביסל אהער אביסל אהין, און דער עולם האט שוין א בארג קושיות.

די מעשה האב איך געהערט מא' מזקני החסידים וואס האט נאך מיטגעהאלטן יענע תקופה לייוו, עס איז געווען בתחילת הקומוניזים און א יונגער קומוניסט איז געקומען אין שטעטל דרש'נען, האט איהם א חסיד דאס אריינגעפרעגט אינמיטן זיין דרשה.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

קשיות לעקוואד במקומו עומד
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אויב רעדט מען פון א יונגער קאמאניסטישער ראצער קען איך פארשטיין, ווייל יענער קומט לכאורה מיט א מטרה להכעיס, ער רעדט זיך איין ער וועט דא איבערקערן די וועלט, מעג מען עם אביסעל אריינציפען. אוודאי שכל'דיג איז עס נישט קיין טענה, אבער מיין עיקר טענה איז געווען וכי כך עונים את המעוקות.

לעולם, פאר דער קאמאניסט איז דאס וויכטיג באמת צו וויסען, ווארום די גללים פון די פערדן זענען דאך א חלק פונ'ם סוציו-אקונומישער רעדל פון לעבן, און מדארף דאס אויך צו רעכענען ווען מוויל איינפירען א נייער סוציו-עקאנאמישער סדר. :)
I have a dream
Martin Luther King ~
פארשפארט