איחוד פעלד האט געשריבן:אה דאס געדענק איך פין גירסא דינקותא. די רעדסט מן הסתם פין א בן נח? די ריאה. ווייל די שחיטה איז עס נישט מתיר פאר א בן נח, די מיתה איז עס מתיר, און היות מען האט געשחטען די קנה האט זיך די ריאה אנגעטיילט פין די בהמה הייסט עס אבר מן החי.
די דין איז ביי עדים זוממים, כאשר זמם ולא כאשר עשה, אם הרגו אין נהרגים. איך זאג ענק אז אלע עדים זוממים וואס האבן גורם געווען מיתה זענען נהרגים, קען איינער זאגן פארוואס און ווער איז דער מחדש פון די שיטה?
דער בית יוסף אין סימן קמ״א ברענגט א זוהר, די מערסטע אינטערעסאנט איז וואס ער שרייבט דארט צו נאכדעם, אז אויב דער זוהר איז חלוק אויף די פוסקים, ווילאנג אין תלמוד בבלי שטייט נישט פארקערט, נעמט מען אן ווי דער זוהר. אויף דעם קריגט דער רמ״א אין דרכי משה, ער זאגט אז מען נעמט נישט אן דעם זוהר אפילו קעגן פוסקים אויך נישט.
(דער רמ״א שרייבט דארט אויך בנוגע דעם ספעציפישן דין - וועגן מיטזאגן מיטן בעל קורא ביים עולה זיין - אז דעם בית יוסף׳ס פשט אין זוהר איז נישט מוכרח. אין פסקי תשובות ברענגט ער אראפ דעם רמ״א אבער לייגט צו אז די חסידי׳שע רביים האבן געטענה׳ט אז אין זוהר איז יא אזוי משמע ווי סער בית יוסף. ער לאזט אבער אינגאנצן אויס דעם חלק וואס דער דרכי משה שרייבט קלאר אז אפילו עס זאל יא אזוי זיין פשט אין זוהר נעמט מען אן להלכה ווי די פוסקים).
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
אלע עבירות איז מען פטור באונס אפילו די שלש חמורות.
אין כן דעת הרמב״ם כמדומה.

נישט אזוי גייט די חסדישע ווארט? אז ווען ס'דא א מחלוקת נגלה און נסתר, פסקנט מען ע"פ הלכה ווי נגלה, אבער ע"פ קבלה פסקנט מען ווי נסתר.
קופערניקוס האט געשריבן:די דין איז ביי עדים זוממים, כאשר זמם ולא כאשר עשה, אם הרגו אין נהרגים. איך זאג ענק אז אלע עדים זוממים וואס האבן גורם געווען מיתה זענען נהרגים, קען איינער זאגן פארוואס און ווער איז דער מחדש פון די שיטה?
אין משיבין את הארי, אבער אפשר מיינסטו וואס מאנכע זאגן אז חאטש הרגו אין נהרגין באותה מיתה זענען זיי אבער רוצחים און יד העדים תהיה בם בראשונה להמיתם? איך זעה בשם מהר"י ששפורט און אנדערע לומדישע נעמען.
א גוטע שאלה, מיין סברה וואלט געזאגט אז למעשה מעג זי עסן די פיש און די גט איז חל,
ווייל איך גלייב אז להלכה ווען איינער געבט א אזא סארט גט אבער אן קיין שום תנאים, איז אין די 30 איז זי נאך נישט מותר לשוק זי איז א געהעריגע אשת איש אויב זי האט חתונה זענען די קינדער ממזרים, אפי' די גט גייט חל זיין למפרע, קען זיין איך בין נישט גערעכט, אבער בכל אופן איז עס תלוי אין די זעלבע שאלה,
איך מיין אז ווען א גט איז חל למפרע איז דא למעשה א חלות צוריקוועגס און די קינדער זענען נישט קיין ממזירים. זי איז א אשת איש יעצט און טאר נישט חתונה האבן יעצט איז זי א אשת איש און למפרע נישט. איך בין נישט זיכער אזוי איז מסתבר. אפשר ווייסט איינער מער? ברענגסט ארויס א נייע דריי רב גאלד.
מ׳קען חוקר זיין אז מעכשיו מיינט אז לאחר שלושים זאל חל זיין די גט מעכשיו פון שלושים און ווייטער דהיינו כאילו די זמן צווישען די נתינה און די סוף שלשים איז ווי נישט דא! מרעכנט דאס נישט און סאיז כאילו די דרייסיגסטער טאג איז אנגעקומען גלייך ביים נתינות הגט.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves