מילתא דבדיחותא
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
דער קען גוט שעלטן און איז נישט קיין קליינע מנוול. קאוועלע, דאס האסטו פארשטאנען? 'שכשהוא עושה את זה עם בנט הוא ישים במקום ואזלין ישים בטעות דבק נגרים'
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1136
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
טאמבל סאס האט געשריבן:. געווען אמאל א גרופע פייגלעך וואס זענען געפלויגן צו די ווארעמע לענדער, אינמיטן וועג איז איין פייגל שטעקן געבליבן אין א פעלד, עס איז געווען זייער קאלט, דער פייגל האט זיך פרובירט אנצוווארמען צווישן די גראז, אזוי זיצענדיג איז א קוה אדורך געגאנגען' האבענדיג שרעקליכע בויך ווייטאג, האט זי זיך אויסגעמאכט א בערגל שיט אויפ'ן פייגל ארויף, דער פויגל איז געווארן זייער פיין אנגעווארעמט אין זיך אינטער געזינגן א לידל.
שפאצירט זיך אדורך דער פוקס אין הערט א פייגל זינגען, איז ער נאכגעגאנגען דעם קול אין דערווישט דעם פייגל. ער האט ארויסגעגראבן דעם פייגל פון אונטער דעם הויפן צואה, אין זיך געמאכט א פיינע מאלצייט, עד כאן המעשה:
היוצא לנו מזה? דריי זאכן:
1) נישט יעדער וואס קאקט אויף דיר מיינט דיין שלעכטס.
2) נישט יעדער וואס נעמט דיך ארויס פין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] מיינט דיין גוטס.
אין די דריטע זאך איז, ווען די ביסט באקאקט "זינג נישט"
די 4'טע זאך וואס מ'קען זיך ארויסלערנען איז, אלעס וואס מ'טוט קומט צוריק. מר. פייגל, אז איר האט א פריוועליגיע פון פליעהן אין די לופטן, מיינט נאך נישט אז דו קענסט קאקן אויף דעם מענטשהייט פון דערהייעך ווען אומער עס דריקט דיר, און שיקן אונזערע קארס וועכענטליך פאר אן איבערוואש. מיר האבן די קאנעקשענס מיט די חיות און בהמות, און אפילו מיר שווייגן מיט סבלנות געווענדליך, וועלן מיר זעהן אייך מסדר צו זיין איינס און א גוטס.
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
מעודי תמהתי אויף די וואס מאכן מעשיות און דערנאך זעצן זיי זיך ארויסלערנען דערפון...
כ'האב געזעהן א ביכל פון מאיר ברוך שטיין 'דער אייביגער קוואל', עכ"פ האט ער דארט א משל באריכות גדול ונורא, עטליכע בלעטער, א פוקס איז אנטלאפן פון א לייב, אזוי אינמיטן לויפן איז ער אנגעקומען צו א וואנט וואס ער האט נישט געקענט אריבער-שפרינגן, האט ער מחליט געווען אז ער וועט שפילן ווי ער איז טויט, וכך הוי, ווען דער לייב איז אנגעקומען האט ער געטראכט אז די ציין פון א טויטע פוקס איז דאך מסוגל איינצושלאפן האט ער איהם אויסגעריסן די ציין.
שפעטער איז אנגעקומען א וואלף, איהם איז געפאלן די וויידל, האט ער עס אפגעביסן און דער פוקס האט ווייטער געשפילט טויט, וכו' וכו', צום סוף האט איינער איהם געוואלט אראפנעמען די הויט, האט דער פוקס געזעהן אז עס איז כלו כל הקיצין, האט ער זיך צוזאמען-גענומען אלע כוחות און געגעבן א שפרינג איבער די וואנט.
שטעלט הרב שטיין א מורא'דיגע קשיא, אויב האט דער פוקס נישט געהאט די כוחות אין אנפאנג אריבער-צושפרינגן די וואנט, ווי אזוי האט ער עס באוויזן ווען ער האט שוין נישט געהאט א וועג ארויס? פון דעם זעהט מען, פיהרט הרב שטיין אויס מיט פאטאס, אז אויב וכו' וגו'.
עס איז אבער זייער אינטערעסאנט, ווייל אין מיין דמיון האט די מעשה זיך גענדיגט גאר אנדערש, דער פוקס האט נעבעך פראבירט מיט אלע כוחות אריבער-צושפרינגן די וואנט, אבער וויפיהל ער האט נאר פראבירט איז עס נישט געגאנגן, און ער האט געהאט א שרעקליכן סוף.
איך האב זיך נאכנישט אוועקגעזעצט ארויסצולערנען עפעס פון דעם.

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
@ונבנתה
מ׳האט אמאל געפרעגט דעם דובנער מגיד פון ווי טרעפט ער אלץ אזאליכע גוטע משלים צו יעדן נמשל.
האט ער געענפערט מיט א משל... ס׳אמאל געווען א גוטער ציל שיסער וואס אלץ איז אים געלונגען דער פייל פונקט אינמיטן די קלענסטע רינגעלע.
האט מען אים געפרעגט וויאזוי קענסטו אייביג אייביג שיסן פונקט אין ציל ? האט ער געענפערט עטץ זענטס א באנדע בטלנים! קודם שיס איך..דערנאך רינגל איך ארום די רינגעלע ארום דעם פייל... האט דער דובנער מגיד אויסגעפירט קודם האב איך א נמשל דערנאך פאס איך צו א קאסטאם מעיד משל צום נמשל

My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- וואלפה
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 10:26 pm
- האט שוין געלייקט: 185 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל
מצוה צעטיל אין דער נאנטער צוקונפט https://docs.google.com/forms/d/1wwvS6a ... form?pli=1
אנשטאט אויסארבייטען יענעמס שפיצען,
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
מוועט שוין נישט גדענקען וואס גוגעל אדער עפל זענען אמאל געווען , איינער גדענקט נאך aol?
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 88
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 03, 2013 2:11 am
- האט שוין געלייקט: 207 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל
ס'איז באקאנט אז ווען א מענטש קומט אן צו די 'צן יארן "אנטוויקלט" זיך זיין קערפער און אלס רעזולטאט וואקסט א בארד, און ליידער ווען מ'זעהט אמאל עמיצן אין די יארן אן א בארד טראכט מען אז ער וועט נעבעך דארפן צוקומען צו הילף.
זאגט מיר איינער, אז פארדעם האבן טאקע גוים ווייניג קינדער (אזוי ווי מיין מלמד פלעגט זאגן, דער אייבישטער האט געמאכט די נאטור אז אידן האבן מער קינדער) און ראי' לדבר, אז די מוסלומענער זענען אויך קינדער געבענטשטע פאמיליעס.

Some people climb the ladder to success. Others take the elevator.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 44
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 5:39 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל
מיין טייערע פריינט
איר געדענקט איך האב אייך צוגעזאגט צו באצאלן דעם
זונטאג ? יא! איך האב געווארט אויף א גרויסן דיעל
דורכצוגיין , ביזדערווייל האט עס עפעס א שיכור אין
פלארידא באקומען. און איך בין מיט 600 מיליאן דאללער
ווייניגער ווערט .
אויב דארפט איר דאס געלט מוזט איר ווארטן אויף
מיטוואך ווען איך האב א פרישער דיעל פון 40 מעלאנע’ס
וואס דארף דורכגיין. אדער קענט איר קאנטאקטן מיין
קאמפעטישן אין פלארידא .

- הודעות: 2901
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
- האט שוין געלייקט: 913 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל
אויפן עראפלאן האבן זיך געטראפן א חסידישע מיידל און א חסידישע בחור אין א זיץ איינער נעבן צווייטען, מען זיצט אפ שעה'ן, דער בחור האט געוואלט ציען דאס מיידל אין א שמועס, אבער זי האט ח"ו נישט געוואלט רעדן מיט איהם א ווארט.
זאגט דאס בחור פארן מיידל, קום לאמיר שפילן א שפיל, איך וועל דיך פרעגן א שאלה, און דערנאך וועסטו מיך פרעגן א שאלה, אויב איך ווייס נישט צו ענטפערין באקריגסטו א הונדערטער, אויב די ווייסט נישט צו ענטפערין באקריג איך א צענער.
דאס מיידל האט זיך צוגעכאפט צו אזא ביזנעס.
דער בחור פרעגט דאס מיידל וואס איז דער חילוק צווישן מסכת עירובין און מס' ערכין, וואס איז דער חילוק צווישן מסכת שבועות און מסכת שביעית ?
דאס מיידל ווייסט נישט און גיט איהם א צענער.
דער מיידל פרעגט דעם בחור, וואס איז א זאך וואס גייט ארויף א בארג מיט דריי פיס, און קומט אראפ מיט פיהר פיס ?
דער בחור ווערט דערשראקען, אויף אזאנס האט ער זיך נישט גערישט, ער טראכט, ער קלונגט פון אינמיטן פליען זיין חבר פאר גרויס געלד, און פרעגט אויס, אבער ער קען נישט אויפטרעפען, נאך עטליכע שעה גיט ער איהר א גלאטן הונדערטער.
דאס מיידל לייגט עס אריין און איהר טאשקע, און רעדט נישט קיין ווארט.
אבער דער בחור פרעגט: אבער זאג מיר וואס איז דער ענטפער אויף די שאלה ?
דאס מיידל איז שטיל און נעמט ארויס א צענער און גיט עס פאר איהם !
זאגט דאס בחור פארן מיידל, קום לאמיר שפילן א שפיל, איך וועל דיך פרעגן א שאלה, און דערנאך וועסטו מיך פרעגן א שאלה, אויב איך ווייס נישט צו ענטפערין באקריגסטו א הונדערטער, אויב די ווייסט נישט צו ענטפערין באקריג איך א צענער.
דאס מיידל האט זיך צוגעכאפט צו אזא ביזנעס.
דער בחור פרעגט דאס מיידל וואס איז דער חילוק צווישן מסכת עירובין און מס' ערכין, וואס איז דער חילוק צווישן מסכת שבועות און מסכת שביעית ?
דאס מיידל ווייסט נישט און גיט איהם א צענער.
דער מיידל פרעגט דעם בחור, וואס איז א זאך וואס גייט ארויף א בארג מיט דריי פיס, און קומט אראפ מיט פיהר פיס ?
דער בחור ווערט דערשראקען, אויף אזאנס האט ער זיך נישט גערישט, ער טראכט, ער קלונגט פון אינמיטן פליען זיין חבר פאר גרויס געלד, און פרעגט אויס, אבער ער קען נישט אויפטרעפען, נאך עטליכע שעה גיט ער איהר א גלאטן הונדערטער.
דאס מיידל לייגט עס אריין און איהר טאשקע, און רעדט נישט קיין ווארט.
אבער דער בחור פרעגט: אבער זאג מיר וואס איז דער ענטפער אויף די שאלה ?
דאס מיידל איז שטיל און נעמט ארויס א צענער און גיט עס פאר איהם !
- וואלפה
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 10:26 pm
- האט שוין געלייקט: 185 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל
זיץ איך אזוי אויפ'ן באן, און איך האב נישט וואס צוטון מיט די ליידיגע צייט.
נעם איך ארויס א שאח-שפיל פון מיין באגאזש, און איך זוך מיר א חבר מיט וועמען צו שפילן. זענען דארטן געזיצן חסידים פון אלע קרייזן, אבער יעדער האט מיר אפגעזאגט מיט אן אנדער תירוץ. פארוואס איך שפיל נישט גוט דער שפיל..
דער גערער: ניין! ביי אונז מעגן קעניג און קעניגן נישט שטיין צוזאמען.
דער סלאנימער: וואס איז דאס שווארצע, מיט ווייסע? מאך אפ! אדער שווארץ אדער ווייס!
דער ברסלבער: וואס איז דאס? נאר א פערדל טאנצט? ביי אונז זענען אלע פערדלעך. און אלע טאנצן.
דער סאטמערער: וואס איז פשט איז נאר איינער געווינט. ביי אונז געווינען ביידע.
דער סקווערער:ניין! דער קעניג קען גיין און האקן וועם ער וויל.
דער ליובאוויטשער: דעם קעניג קען קיינער נישט הרגענען. ער בלייבט לעבן אויף אייביג
דער באבובער: די שטיקלעך האבן נישט קיין פענימער, ס'נישט שיין..
דער ספינקער: אלע דארפן זיין קעניגן.
דער בעלזער: ניין, דער קעניג דארף אויפנעמען צוויי באקסעס.
בני יואל: אפילו דער קעניג שטארבט, דארף ווייטער אנגיין די שפיל.
דער וויזשניצער: גענוג מ'האט איינמאל געמאכט די טעות. מער אבער קען א פויער נישט ווערן קעניג.
דער תולדות א"י: ניין, ביי אונז, קען דער קעניג טאקע נישט גיין צושנעל, אבער דער קעניגן קען זיך ממש נישט רירן.
דער טאהשער : ניין! ס'איז דא צופיהל פויערן.
דער פאפא'נער: וויאזוי גייט די געים?

- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
..
,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום petergrifin, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
.And they lived happily ever after
באבע מעשיות
באבע מעשיות
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 70
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 27, 2013 9:17 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
יארן צוריק ווען אידישקייט איז געוועזען שוואך. האט אמאל פאסירט אז א פרומער ברודער איז געגאנגען באזיכען זיין שוואכען ברידער אין אמעריקע אין ער האט אים איינגעליידענט צו עסן מיט אים סאפיר. די פרומע ברודער האט זיך אפגעזאגט צוליב די כשרות .האט ער זיך אנגעריפען ביי מיר ווילסטו נישט עסן?? איך פיר א שטרענגע קאך. ער רופט זיין ווייב אין פרעגט איר וויאזוי האסטו היינט כשר געמאכט. ענטפערט זי היינט האב איך נישט כשר געמאכט ווייל איך האב עס געקויפט ביי א אידישע פלייש געשעפט אבער ווען איך קויף עס ביי א גוי מאך איך עס אליין כשר....
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
וואלפה האט געשריבן:זיץ איך אזוי אויפ'ן באן, און איך האב נישט וואס צוטון מיט די ליידיגע צייט.
נעם איך ארויס א שאח-שפיל פון מיין באגאזש, און איך זוך מיר א חבר מיט וועמען צו שפילן. זענען דארטן געזיצן חסידים פון אלע קרייזן, אבער יעדער האט מיר אפגעזאגט מיט אן אנדער תירוץ. פארוואס איך שפיל נישט גוט דער שפיל..
דער גערער: ניין! ביי אונז מעגן קעניג און קעניגן נישט שטיין צוזאמען.
דער סלאנימער: וואס איז דאס שווארצע, מיט ווייסע? מאך אפ! אדער שווארץ אדער ווייס!
דער ברסלבער: וואס איז דאס? נאר א פערדל טאנצט? ביי אונז זענען אלע פערדלעך. און אלע טאנצן.
דער סאטמערער: וואס איז פשט איז נאר איינער געווינט. ביי אונז געווינען ביידע.
דער סקווערער:ניין! דער קעניג קען גיין און האקן וועם ער וויל.
דער ליובאוויטשער: דעם קעניג קען קיינער נישט הרגענען. ער בלייבט לעבן אויף אייביג
דער באבובער: די שטיקלעך האבן נישט קיין פענימער, ס'נישט שיין..
דער ספינקער: אלע דארפן זיין קעניגן.
דער בעלזער: ניין, דער קעניג דארף אויפנעמען צוויי באקסעס.
בני יואל: אפילו דער קעניג שטארבט, דארף ווייטער אנגיין די שפיל.
דער וויזשניצער: גענוג מ'האט איינמאל געמאכט די טעות. מער אבער קען א פויער נישט ווערן קעניג.
דער תולדות א"י: ניין, ביי אונז, קען דער קעניג טאקע נישט גיין צושנעל, אבער דער קעניגן קען זיך ממש נישט רירן.
דער טאהשער : ניין! ס'איז דא צופיהל פויערן.
דער פאפא'נער: וויאזוי גייט די געים?
די קאווע שטיבל ניקס
יאיר: ווער זאגט אז דער פערדל מעג גיין צוויי טריט געדרייט א גאנץ יאר? ס׳איז דא א מאירי וואס זאגט אז דאס איז נאר עשי״ת.
מח שליט : ביסט זיכער מיט דיין פולן קאנטשעס אז די ווילסט שפילן שאח ? אפשר דמיון׳סטע גאר ?
איחוד פעלד: איך שפיל נישט מיט דיר!! כהאב מורא דו וועסט מיר מאלעסטן אונטערן טיש אינמיטן שפילן.
קופרניקוס : שאח שפילן? איך וויש יעצט דעם שיבער, און בכלל, שפינאזע האט דעם שפיל נישט גורס געווען.
יידל : לאמיר מאכן א שטודיע האט איר ביים פאריגען מאל שפילן געווינען ? דאן שפיל איך מיט אייך,ווייל צוויי מאל געווינען קאנסעקעטיוו האט ווייניגער טשאנסן ס׳זאל געשען.
יואב: דער גאנצער שאח שפיל קלעבט זיך אויף מיר ווי א האריגער מאנטל אויף יעקב אבינו ביים לקח׳נען די ברכות. און ווי עשיו צו די בכורה.
שמעקעדיג: איך האב א חבר וועם איך העלף לעצטענס ארויס מיט פארשידענע אנדערע ענינים וואס האט ליב צו שפילן שאח.
קינות גירושין: נישט יעצט!!! מיין עקס פייניגט מיר...
לעיקוואד: קשה לי לצמצם מחשבתי לשחוק בזה עיין כאן וכאן ואכמ״ל.