דער דורכגעפאלענעם ליקווידאציע אויף סאמאטוכישע המסתעף'ס וד''ל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

דער דורכגעפאלענעם ליקווידאציע אויף סאמאטוכישע המסתעף'ס וד''ל

שליחה דורך יואב »

פארהאן געוויסע מאדנעהאפטיגע פארנעפלטע ווערטער וועלעכע וואלטן זיך קיינמאל נישט געחלומ'ט צו עקזעסטירן בכלל, אבער דא אין קאווע שטיבל זענען זיי היימישער ווי היימיש, און זענען שוין ווערטער שאדם דש בעקביו. זיי טרעפן זיך א וועג צו פיגורירן אין יעדן סארט אשכול, אפגזעהן דעם אינהאלט פונעם נושא.
זאל דאס זיין אן אשפגדיגע שמייכל אויספלאץ, אדער א היציגן געזעלשאפטליכע אמפעריי. א קאמפליצירטן וויסענשאפט אשכול, אדער א ריתחא דאורייתא'דיגן תורה מחשבה אפהאנדלונג. איינפאכע אומשולדיגע נייעס, אדער קיצעלדיגע דעבאטעס ביים קאווע שטיבל רובריק. די גריצעלדיגע אויסשפריכן זענען הער טא סטעי - על אפם וחמתם פון געוויסע אינדיווידואלן וועלעכע האבן מיט ציפעדיגע פייערדיגע אמביציעס אנגעגארטעלט מיט שטייפע אנטשלאסענקייט דערקלערט א מלחמת חרמה קעגן די שפיזיגע אויסשפריכן, און מחליט געוועזן אז מ'גייט די יעניגע ווערטער פונקט ווי דעם גראף פאטאצקי מווילנא פארברענען אין צענטער פון שטאט, און אפמעקן אט די נערווען טאנצענדע ווערטער מתחת השמים.

כשם שאין פארצופיהן שווים, האט זיך יעדער דריטער פארלייגט אויף א צווייטן ווארט, אבער דער טיפישער המון ווי עס שטעלט זיך ארויס האבן גענצליך איגנארירט יענע בייזע פארלאנגן און שארפע פראטעסטן, און באניצן זיך ווייטער מיט די דאזיגע פארבאטענע ווערטער ביתר שאת וביתר עז, און גענוי ווי דער גרויסער פראש אין מצרים, וויפיל מ'וועט נאר האקן, וועלן מער פרעש שפראצן ווי די שווימענדיגע האר אין מקווה.

סאמאטוכע מיט והמסתעף, פארמעסטן זיך צו זיין אויפן ערשטן פלאץ, מיט אן אומקלארן נומער 1 געווינער.
פארוואס אומקלאר אייסערן זיך עטליכע ליינער דא, ניתי ספר ונחזי, שטייען שוין די געווענדליכע לינק באוואפענטע ניקס קאמפס גרייט. אלעס איז דאך בספר נכתבים, מ'דארף בלויז דורכפירן א לייכטן חיפוש, און דערגיין דעם געווינער?

דער תירוץ איז פשוטער ווי פראסט. אט די ביידע ווערטער ווערן גע'ספעלט אין אזויפיל סארט פארמאטן, אז בלויז פון די צוויי ווערטער אליינס וואלט מען געקענט קאמפאזירן א שפאגל נייעם שפראך, וואס וואלט געשטעלט אין שאטן אידיש און לשון קודש קאמבאנירט.
מילא הגם איר וועט טרעפן אויף א ספעציפישן אויסלייג אז סאמאטוכע למשל האט אויסגעקוועטשט א שמאלן זיג, וועלן קומען די והמסתעף שטיצער אין שפיץ פון געפילטע פיש וסיעתו, און אויפווייזן אויף דעם פארפלאנטערטן אויסלייג, און דאס אפעלירן צום העכערן געריכט ווי עס וועט בלייבן שטעקן עד שיבא אליהו.

אזוי זיצענדיג אין געדיכטן טראפיק מיט די אויבנדעמאנטע, איז ווי פון דער ערד ארויסגעוואקסן דער טרויעריג בארימטן "וד"ל'', און טוהט מארשירן מיט א שרעק ווארפענדע מיליטער, וחרבם שלופה בידם. פלאקאטן פון יאנקל'ס איסור פלאטערט אין די לופטן מיט שטאלצע רייצערישע נקמה געפארפט מיט די רויטן X סימבאל, און פארלאנגן מ'זאל איר זאפארט באשטעטיגן אלס דעם פראנט ראנער אן קיין שום קאמפראמיסן, ווייל טאמער נישט וועט זי צוזאמען מיט אירע לשון שבדו להם חכמים כנויין וק"ל און ודו"ק , דערקלערן קריג אנטקעגן קאווע שטיבל. זיי וועלן אנזייען אזא מין כאאס און טומל דא, אזש סנחריב מלך אשור וואלט געזינקן פאר בושה וואספארא שוואכע ארבייט ער האט געטאהן אנטקעגן דעם. זיי וועלן טוישן דעם נאמען אלס אייוועלט, זיי וועלן אויפשאקלען די אשכולות מיט די פאורעמס, אריינדרינגען אין פריוואטע באניצער פראפיל, קאמפאזירן מלאכי חבלה'דיגע אונטערשריפטן, מיט טייוולאנישע אוואטארס. טוישן נעמען אלס דעגראדירנדע, און אריינשלעפן מאחורי אינעם שמייכל אפטיילונג. מעקן הארוואניעדיגע הודעות, און באשאפן פרישע פארלעצענדיג אלע תקנות. זיי וועלן מאכן בדחן פאר אן עקסטרעם לינקע ראדיקאלער, און יואליש פאר א אויסגעשפראכענע בלינדע רעכטער. יידל פאר א שוטה טיפוש, און ... פאר א חכם מחוכם. קופערניקוס פאר וועמען מ'לייקט פשוט אלס רחמנות, און ... ווייל מ'דערקוויקט זיך פון זיינע תגובות. יאיר פאר א וויסט פאפרומטער אומראצינאלן עם הארץ, און ... פאר א מעסיג לינקער ידען נפלא באשפריצט מיט לאגיק און חכמה. שיטה וועלן זיי מאכן אלס א פירענדע יושבי חושך ניק, און דער גהינם אשכול וועט זיך טוישן אלס א גן עדן אשכול. דער באליבטער ריח טוב שמעקעדיג וועלן זיי פארוואנדלן אין א ריח רע אזש דער סוער וועט זיין קעגן דעם בשמים. אלס געשווירענעם באבוב 45'טה בלויז להראות אבער נישט לראות, און זר זהב אלס א דעמאקראטישע ארוני מיט בלויז צוויי אבער גאר לאנגע תגובות געשריבן. בקיצור, ער האט נישט געוואלט רעדן ווייטער, נאר געפאכעט מיט די האנט, און בלוטיגע שפייאכטס האט געשפריצט ווי פייער פון זיין כעס'דיגן מויל. כ'האב נאך מורא איציק באטראכט דאס שוין אלס א געניאלן בייפאל פאר א לייק אפיעל, סאו לאמיר סטאפן דא. (העכסטענס וועט ער יעצט קאמענטירן אויף דעם).

אלזא אלס שטארקן פאטריאט פאר קאווע שטיבל, האב איך געשפירט אז איך מוז מיט טיילן דעם דראענדע געפאהר.
איך זעלבס האב געמאלדן דעם אויפגעברויזטע וד"ל'ן, אז איך בין גרייט איר צו אינדארסירן אלס דעם אלטימאטישן געווינער, און העכסטנס אויב דער עולם וועט זיין אומאיינשטימיג מיט מיר, וועל איך מיר ארויסלאזן אויף אזא ווילדן וד''ל יאגד, אז איך וועל שמייסן שטיקער איבעראל, ביז כולם פה אחד וועלן אויסשרייען V Vאנט Vד''ל !
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

א מין פעדער דאס... פעדער? א מין מהלך המחשבה... V נאך טרעפט מען אזוינס?
Under influence
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

אין אנדערע נייעס געבן באבאכטער אן, אז דער נייער שטערן "דא עקא" האט געמאכט שטארקע פארשריט זיך צו הייבן אין ראנג פון אויסשפריכן וועלעכע טוהן זיך אריינגלידערן אונערהאלב די ראמען פון דורכשניטליכע אשכולות, און טוהט ערזעצן נקבים וחלולים פון שרייב ערטער וועלעכע זוכן צו ווערן אריינגעפיהלט מיט די לעצט קאמפאזירטע אטראקטישע ווערטער.

נחור היבוסי, א זעלבסשטענדיגע אבזערווירער און עקספערט אין דעם געביט, געט אן אז דער כאריזמאטישער "דא עקא" זאל בעסער נידערן די איבערגעטריבענע ערווארטונגען, נאכדעם וואס ס'גלייבט זיך שווער אז זי וועט קענען קישן די קנעכל פון "סאמאטוכע מיט והמסתעף", וועלעכע האבן שוין א מאכטפולע מיליטער דא, און ווערן בלויז שטערקער ווי אן אשכול עס שפראצט אויפן אויבערפלאך.

למעשה זענען אבער די ענטוזיאסטישע "דא עקא" שטיצער שטארק אפטעמיסטיש איבער זייערס א קאנדידאט'ס שאנסן, און מאכן גענצליך אוועק די סקעפטיקער. זיי צייגן אן דעם מעסיגן קלאנג וואס דער ווארט טראגט, אין קעגנזאץ צו סאמאטוכע סטייל וועלעכע איז איינגעהילט אין א נעיפל.
ווי אויך ווייזן זיי אן דעם אוטענטישקייט וואס "דא עקא" פארמאגט, בעת "סאמאטוכע" איז לשיטתם סתם א לשון שבדו להם חכמים, און האט דערפאר נישט קיין שאנס צו אנהאלטן דעם סטאטוס אלס די מערסט באניצטע ווארט.

"דא עקא אפעלירט צום מיטל קלאס" אייסערט זיך בתואל הפריזי, באצייכענדיג "סאמאטוכע" אלס א ווארט ריין געווידמעט פאר עקסטרעמיסטן, און "והמסתעף" וועלעכע טוהט בלויז פארטרעטן דעם רייכערן און מער אינטעליגענטער המון.

נישט צו זיין איינזייטיג, האב איך געוואלט הערן וואס א סאמאטוכע שטיצער האט צו קאמאנטירן איבער דעם.
כ'האב מיר צוגעשארט צו א קליין טרעקל מיט א "סאמאטוכע" פענדל פלאטערענדיג אויפן דאך, און איך פרעג אים געוואגטערהייט צו איז דאס וואר אז מר. סאמאטוכע מאנגלט אוטענטישקייט. יענער האט אויפגעברויזטערהייט פארקנאקט דעם טיר, רעאגירנדיג צו מיר בלויז מיט א נקמה'דיגן אצבע למעלה, און געשווינד אפגעפיצט.
כ'האב אבער נאך עספיעט אים צו הערן שרייען, יא יא, כל הלשונות אינן אלא הסכמת אומה ואומה, ולא גרעה הסכמת חכמים מהסכמתם.
מ'שטיינס געזאגט, דער שמוציגן עגדיס איז נאך א ת''ח אויך.

למען האמת, האב איך מיר פארבינדן מיט ר' געפילטע פיש, דער עקספערט אויף "והמסתעף", צו הערן וואס ער האט צו קאמאנטירן, אבער ער האט איגנארירט מיינע קאלס מיט א קאלטקייט. זעהט אויס קנעטן געפילטע פיש פאר שאלעשידעס איז וויכטיגער.

אלענפאלס, ס'בלייבט איבער פאר מיר קאווע שטיבל ליינער צו ווארטן, און ארויסקוקן אויף ענדערונגען וואס קען און וועט זיך אנטוויקלען אין די קומענדיגע פאר וואכן, און איך בין אי"ה דא מיטצוטיילן אפדיעטס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

וואס טוהט זיך מיטן סמאוכע פון טוישן צו המטעף?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

איך אויך האט געשריבן:וואס טוהט זיך מיטן סמאוכע פון טוישן צו המטעף?

דאס איז שוין בבחינת קונם קונח קונס.
זעהט זיך אויס איר האט נישט געליינט דעם ערשטן ארטיקל, וואו איך טוה ברייט אדרעסירן דעם פארפלאנטערטן אויסלייג.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יואב האט געשריבן:למען האמת, האב איך מיר פארבינדן מיט ר' געפילטע פיש, דער עקספערט אויף "והמסתעף", צו הערן וואס ער האט צו קאמאנטירן, אבער ער האט איגנארירט מיינע קאלס מיט א קאלטקייט. זעהט אויס קנעטן געפילטע פיש פאר שאלעשידעס איז וויכטיגער.

זינט די גרויסע מעמדים נעכטן ביי קהילות ישראל במקומות מושבותיהם האט מיין טעלעפאון נישט אויפגעהערט קלינגען, מענטשען איבער דער גארער וועלט ווילן אינסטאלירן פילטערס אומעטום, אין די קאמפיוטערס, פאונס, פעק מאשינען, סינקס, און פיול פילטערס אין די קארס, א גאנצע נאכט האט מען מיר נישט געלאזט שלאפן מיט נאכאנאנדע קלינגערייען, ר' געפילטע, הבה לי פילטער, ואם אין, מתה עליך! היינט אינדערפרי טרעפט מיר די ווייב שלאפן מיטן טרייבל צוגעקלעבט צום פנים, האט זי אויסגעשטעקט די פאון, "אוף די הוק טיל שאבעס!" שרייט זי, "איי ניד יור העלפ!".

ממילא זענט איר נישט אנגעקומען צו מיר, און דאס האט גארנישט צו טוהן מיט קאלטקייט אדער שאלעשידעס פיש, ווייל דאס קויפט מען דאך ביי קעדעם סייווי, נאר דאס האט מיט א בלאקעדזש אין די סיסטעם. איר קענט זיך באהעפטן מיט מיר אי"ה קומענדיגע וואך, ואתכם הסליחה ומחילה.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

איך נעם פולע ריספאנסעבילעטי, איך בין געווען דער ערשטער פורץ גדר דיר א נאמען צוגעבן געפילטער
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

געפילטע פיש האט געשריבן:ממילא זענט איר נישט אנגעקומען צו מיר, און דאס האט גארנישט צו טוהן מיט קאלטקייט אדער שאלעשידעס פיש, ווייל דאס קויפט מען דאך ביי קעדעם סייווי, נאר דאס האט מיט א בלאקעדזש אין די סיסטעם. איר קענט זיך באהעפטן מיט מיר אי"ה קומענדיגע וואך, ואתכם הסליחה ומחילה.


איי איי! דאס איז טייטש הסתר אסתיר, דער דאבעלטן הסתרה. מ'ווייסט שוין נישט דעם פראבלעם, מ'ווייסט אפילו נישט אז מ'דארף פאריכטן. איר זאגט מיט אזא לייכטזיניגקייט אז די געפילטע פיש קויפט מען.
זעהט זיך אויס איר האט נישט געליינט דעם "צוויבל" אשכול, וואו האדמו"ר משטרויזאק לאזט הערן דברי מחאה, אויף עסן ג'קויפטע געפילטע פיש, וואס נישט נאר איז מען משנה, נאר מ'איז עובר בריש גלי אויף תעשה ולא מן העשוי.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

איך ווייס נישט וועגן קהילת שטרויזאק והגלילות, אבער ביי אונז אין ארם צובה איז אלעמאל געווען די מנהג אנצוגרייטן (כ'האב נישט געזאגט עסן, אנצוגרייטן, יחי ההבדל) די ברוינע געפילטע פיש באליס פון די קדם דזשאר, דאס איז מיין מסורה, וממנה לא אסור עד ביאת הגואל בב"א. איך ווייס אז די בייזע השכלה ווינטן בוזשווען אינדערויסן, אבער איך האלט זיך שטארק ביי די מסורה, ווייל אז איך וועל משנה זיין פון מיין ברויליכע באליס מיט די דזשעלי, ווער ווייסט אויב מיינט קינדער וועלן גיין מיט קאפלעך?
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

עס וואלגערן זיך צענט אין די מאסן, וואו אימער מ'דרייט זיך נאר. פון גאונישע אשכולות, ביז קינדערישע צימעס. מ'קען טאפן די שפארזאמע צענט אין די קיפער געדיכטע לופטן. דא שרייבט איינער, "וועל איך צו ווארפן מיינע צוויי צענט", ס'טייטש ער איז אויסגערעכנט מיט זיינע פינאנצן, און איז אנטשלאסנערהייט תורם בלויז צוויי. און דאס איז אפגעזעהן וואס דער אויסגאנג וועט זיין. א צווייטער שרייבט, "אויף וויפיל מיינע צוויי צענט איז ווערד", דהיינו, ער ווייסט וואו ער שטייט מיט די צענט, פארט טוהט ער האפן אויף פאזעטיווע רעזולטאטן. א דריטער שרייבט לאמיר צוגעבן מיינע צענט". דאס הייסט ער בינד זיך לגמרי נישט אראפ צו קיין נומערן, און האפט ס'וועט צו אים פאלן דעם ג' ביים דריידל שפיל. און א פערטער שרייבט, כ'וועל אריינווארפן מיינע צענט ווי אייביג. ווי מ'זאגט, די צענט מיינע ארבייטן מיט א סיסטעם, און אז ס'פעהלט אויס יעצט, אדרבה, און אז נישט פארט דאס ווייטער.

קען זיך דאכטן מ'רעדט פון א ריסעסיע, מילא איז דער עולם אבסעסט מיט צענט, און מ'פראבירט איינצומען דאס בערזל. הא! גהינם נישט.
ס'פליעהן צענט ווי דער בריליאנט וועלעכע האט זיך ארויסדערקייקלט פונעם פריץ'נס הוטל, ביי יוסף מוקיר שבת.
ס'פאלן צענט ווי דעם דאבעלטן מאס מן ערב שבת. ס'וואלגערן זיך צענט ווי די אויסגענאקטע פייגן פון ר' צדוק. ס'ווארפן זיך צענט ווי דער שיף ביי יונה הנביא. ס'האגעלט צענט ווי ביי מכת ברד. ס'שיסט זיך צענט ווי די שטיינער ביים סמבטיון. ס'רעגנט צענט ווי נאך חוני המעגל'ס געבעהט. ס'קוילערט זיך צענט ווי עשו'ס קאפ אין מערת המכפלה אריין.

צום סוף שטעלט זיך ארויס אז פון אזויפיל צענט קען מען טרייבן אן אייגענע עקאנאמיע. דער עולם איז מגיב אין די לענג און אין די ברייט, אלץ אין נאמען פון עטליכע פיאסטער.

אנדערע אין שפיץ פון שרגא, מאכן דאס ציניש אוועק, און גיבן אן דאס איז בלויז א פרישע ווערסיע, און א תבלין כנגד דער "שאקל איך ארויס עטליכע פון ארבעל" פראז יואב גלייכט צו נוצן. דערביי קריכט ער דעם ציבור אויף די נערווען ווי דאס קינד וואס מוטשעט נאכאנאנד צו גיין אין טוילעט, ווי דער הארטנאקיגן פליג, ווי דער בעל תפלה ביי קל אדון, ווי דעם בעל דרשן אין שרגא'ס דרשה, און ווי יואב אויף קאווע שטיבל ליינער.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

מיינע צוויי צענט איבער דעם סאמוטוכע והמסתעף, ס'עולם זאל שטייצעך ליינען דעם אשכול אלס א אשפג שלום עלייכעם צום תשפד. וד"ל
פארשפארט