שמעקעדיג האט געשריבן:איך ווייס נישט צו פלארייד וואסער איז קעטשי, אבער איך האב שנעל אוועקגעוואקט פון דעם אידל, ווייל למיחש מיהא בעי.
שמעקעדיג!
אבער איך ווייס נישט ווי איר האט געוואקט, ווייל ווי איר גייט קען דאס אייך טרעפן
שמעקעדיג האט געשריבן:איך ווייס נישט צו פלארייד וואסער איז קעטשי, אבער איך האב שנעל אוועקגעוואקט פון דעם אידל, ווייל למיחש מיהא בעי.
שמעקעדיג האט געשריבן:נעכטן זעה איך א פרומער אידל אין בעסמעדרעש, ער רעדט אויף אלע באקן אז ס'גייט א רויעך. איך גיי צו אויסהערן וואס ער פארקויפט, והנה, ער רעדט מיט התלהבות פון די קומענדיגע "הדר קבלוה" ביג עווענט, ער שרייעט אז מען מוז גיין, ס'איז א געוואלדיגע זאך, א.א.וו. ממש ס'רינט שפייעכץ פון זיין מויל, און דער עולם שטייט ארום און מען הערט אים אויס, טייל מיט א ערנסטקייט, אנדערע מיט א האלבן שמייכל..
ווען ער האט געענדיגט און אפגעאטעמט, האב איך גענומען די קוראזש, און כ'פרעג אים: זאג מיר באמת, וואס איז דער ציהל פון די אסיפה? קענסט מיר מסביר'ן?
וואס הייסט? - נעמט ער זיך געוואלדעווען מיט קולות - מען וועט די כלים עוקר מן השורש זיין, דו וועסט נאך זעהן, אונזערע אייניקלעך וועלן נאך אמאל לאכן פון זייערע זיידעס און נישט קענען משיג זיין אז זיי האבן געהאט אזא זאך ווי "טעקסט"! פונקט ווי אסאך פון אונזערע זיידעס האבן געהאט TV, אנדערע פלעגן קויפן טעגליך שמוציגע צייטונגען, און ב"ה די רבנים האבן דאס מבטל געווען אזש היינט-צו-טאגס א איד וואס טוט די אלע זאכן קוקט מען אן ווי נעבעך רח"ל, אט גענוי אזוי וועט אויסקוקן אין אפאר יאר ארום די אלע כלים!.... אודאי נעמט עס נישט איין וואך אדער איין חודש, די מערכה וועט געדויערן א 5-10 יאר, אבער צום סוף וועסטו זעהן ווי אונזערע קינדער און אייניקלעך וועלן נישט קענען גלייבן אז אן ערליכער איד האט געהאט אזעלכע געמיינע כלים...
איך ווייס נישט צו פלארייד וואסער איז קעטשי, אבער איך האב שנעל אוועקגעוואקט פון דעם אידל, ווייל למיחש מיהא בעי.
ריינער האט געשריבן:אשר על כן, אז מען האט נישט קיין פלאן, גייט מען מיט'ן קאפ אין וואנט??? מ'פלאשט אראפ שווערע טויזענטערס צו מאכן אסיפות אין די וועלט אריין וואס העלפט ווי טויטע באנקעס.
פאר די פאריעריגע אסיפה האט מען געספענט איך ווייס נישט וויפיל געלד, אבער א מיליאן זיכער. לאמיר מאכן א ארגענעזיציע וואס האט משגיחים וואס קענען סיי ווען אראפקומען צו דיר אין אפיס און קוקן צו די האסט א גוטע פילטער (אזוי ווי כשרות משגיחים) און ווער ס'סיינט זיך ארויף ביי זיי באקומט 50-100 דאלער א חודש...
איך זאג דיר צו ביז איין וואך האסטו טויזענעטער סובסקרייבערס. (פלאס וועט עס באסטן די עקענאמי - מען וועט דארפן האבן צענדליגע משיחים) פון וועט די ארג. האבן געלד??? די זעלבע פלאץ פון ווי זיי האבן יעצט געלד, בכלל וועט זיכער זיין גרויסע נדבנים.
וואס זאגט עטץ?? איך בין משוגע?? אדער ... גוט משוגע???