די לעצטע צוויי וואכען איז איבעראל אין די נייעס די שרעקליכע טראגעדע וואס איז געשעהן אין באנגלאדעש אין א סחורה פעקטארי, וואס די בילדינג איז צאמגעפאלען און עס איז געוועהן -וויפיל מ׳ווייסט יעצט- איבער 1000 קרבנות. דאס איז געוועהן די ערגסטע טראגעדע אין די היסטארי פון די סחורה אינדאסטרי.
שוין אפאר טעג צוריק האט מען אנגעהויבען ניצן העווי מאשינערי צו קענען אויפזעגן די בראכווארג און ארויסשלעפן די קערפערס, ווייל קיינער האט נישט געחלוםט אז ס׳קען נאך זיין לעבעדיגע מענטשן באגראבען וואס קענען געשעדיגט ווערן פון די מאשינערי. אבער היינט, 17 טעג נאך די טראגעדע, בשעתן גראבען האבן די ארבעטער פליצלינג געהערט א קול, ווי א פרוי האט געזאגט ״סעיוו מי״. פארשטייט זיך אז מ׳האט איר תיכף געראטעוועט און זי געפינט זיך אין א גוטן צושטאנד.
זי האט געהאט געטראפן ליידיגע פלאץ אין א צימער וואס איז געוועהן א איסלאמישע תיפלה, און דארטען האט זי געטראפן עסן וואס האט אנגעהאלטען ביז צוויי טעג צוריק.