יידל האט געשריבן:אויפן וועבזייטל שטייט אז:
Both have free option available for those who can't pay
און וואס מיינט דאס? אז מקען זיי אנרופען אריינשיקען די טעקס רעטורנס און וייזען אז מהאט נישט גענוג געלט און זיי וועלן דיר אויפסיינען פאר די פרי פראגרעם ספאנסערט דורך ....?
אדער אז מגייט באקומען די זעלבע פראגרעם מיט וייניגער פיטשערס?
אדער רעד'ן זיי סתם פון דער פרי טרייעל, און מקען עס נאכאמאל דאונלואדען יעדער 30 טעג (כמנהג אנ"ש)?
בכל אופן, איז פאר די פאר דאלער א חודש גלייב איך נישט איינער גייט זיך נאריש מאכען מסביר זיין ער איז אן ארימאן. דאס יא, א פרארעם וואס מגעט אוועק פאר פרי, איז אסאך גרינגער צו פארשפרייטען ווי איינס וואס קאסט געלט, אבער אז מדארף זיך בעטן פאר א הנחה, לוינט שוין נישט די גאנצע זאך.
בכלל, קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס זיי טוהן זיך אויף אפשר פופצען מאל אויף די וועבסייט אז מהאט אין דעם אריינגעלייגט זעקס מיליאן דאלאר? וואס וויל מען פון דעם? סאיז לזכר די קדושים? דארף טאקע קאסטען אזא אסטראנאמישע סומע צו מאכען א פראגרעם וואס איז סך הכל אביסעל אן אנדערע ווערזיע פון צויי פראגרעמס וואס עקזעסטירען שוין (מסתמא נאר שוואכער געמאכט און צוגענומען פיטשערס למען זיכוי הרבים) ?