וואס איז דער אמת'ער חרדי'שער פאפולאציע - אינטערנאציאנאל
- לאליפאפ
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1281
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 276 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל
וואס איז דער אמת'ער חרדי'שער פאפולאציע - אינטערנאציאנאל
איך וויל דא אויסשמועסן א ענין וואס נייגערט מיר שוין לאנג. נעמליך, וויפיל משפחות וואוינען אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, ירושלים, בני ברק, לאנדאן, אנטווערפן, וכו'.
פון איין זייט איז דא מענטשן וואס זענען זייער אפטימיסטיש דערוועגן און עס זענען וואס זענען זייער פעסימיסטיש דערוועגן.
איך קען געוויסע וואס ווילן זיך לאזן שווערן אז אין בארא פארק, פלעטבוש והגלילות איז דא איבער הונדערט טויזענט פאמיליעס קע"ה!? עס קען זיין אז ס'איז אמת, אבער... עפעס קלעבט נישט, ווייל מאנכע זאגן אז וויליאמסבורג האט נאר 30,000 פאמיליעס, נו! וואו קלאפט עס? איז דא דא איינער וואס האט זיך שוין געזעצט ציילן דעם דיירעקטארי? טאמער יא זאל ער נעמען דעם כבוד און מיר קומען דערציילן די סטאטיסטיקס ביטע!
ווי אויך ווי שטארק וואקסט דער ציבור יערליך? צו וואקסט עס מער אין איין פלאץ וואו אין א צווייטן?

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
וויליאמסבורג האט אין די געגענט פון 10 - 11 טויזנט משפחות, און בארא פארק ארום צוואנציג מיט טשעינזש. פלעטבוש ווייס איך נישט. די ״100,000״ און ״30,000״ שאצונגען זענען געבויט אויף די פאליצייאישע שאצונגען ביי די פראטעסטן אין מאנהעטן ז״ל. וואס סייענטיסטן מאכן שטארק אוועק זייערע שאץ מעטאדן.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
איך האב אמאל מספר געווען רובע ישראל און געציילט ביזנעס דירעקטאריס. מיר איז אויסגעקומען בערך אזוי: וויליאמסבורג האט 12,000 משפחות, בארא פארק 25,000. מאנסי, לעיקוואד, פלעטבוש האבן לערך 15,000 יעדע. קרית יואל האלט היינט איבער 4,000. ווען מ'רעכנט נפשות איז אביסל אנדערש יעדע געגנט און עס איז נישטא קלארע נומבערס. וויליאמסבורג הייסט האט איבער 50,000, בארא פארק איבער הונדערט טויזנט. קרית יואל האט יא קלארע נאמבערס דורך די ווילדזש, דוכט זיך עס האלט אין עטליכע צוואנציק טויזנט נפשות.
אינעם טי ווי פראגראם איבער חסידים אין אנדערן אשכול זאגט פראפעסער שמואל היילמאן עס זענען דא 350,000 חסידים אינעם טריי סטעיט וואס זעט אויס ריכטיק מער ווייניקער. הגם די שאלה איז צו זענען די לעיקוואדיר און מאנסי ליטווישע גערעכנט פאר חסידים צו נישט. דער ארטאדאקסישער ציבור אין אלגעמיין אין ניו יארק ניו זשערסי ווערט געשאצט אויף לערך א האלב מיליאן.
ווער עס האט קלארערע ציפערן זאל מוסיף זיין.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איך האב נישט געציילט, ממילא קען איך נישט מחולק זיין, נאר עס איז מיר פשוט אינטרעסאנט, ווייל לעיקוואד איז דאך ריזיג גרויס (אין שטח), אפשר גרעסער ווי וומסב"ג און ב"פ אינאיינעם, און הגם אין וומסב"ג לעבט מען ווי די סארדינען, איז מיר דאך שווער צו גלייבן אז לעיקוואד האט נישט מער ווי 15,000 אין פארגלייך צו וומסב"ג וועלכע פארמאגט כמעט אזויפיל, 12,000.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
בן תמליון, ביזנעס דירעקטארי נעמט אריין פיל מיט געשעפטן, אפיסעס וכו׳.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 28, 2013 10:31 pm
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב נישט געציילט, ממילא קען איך נישט מחולק זיין, נאר עס איז מיר פשוט אינטרעסאנט, ווייל לעיקוואד איז דאך ריזיג גרויס (אין שטח), אפשר גרעסער ווי וומסב"ג און ב"פ אינאיינעם, און הגם אין וומסב"ג לעבט מען ווי די סארדינען, איז מיר דאך שווער צו גלייבן אז לעיקוואד האט נישט מער ווי 15,000 אין פארגלייך צו וומסב"ג וועלכע פארמאגט כמעט אזויפיל, 12,000.
לויט וואס איך ווייס האט לעיקוואד נישט מער ווי 12,000 משפחות, ס'טאקע ריזיג אין שטח אבער מ'וואונט נישט אזוי צוזאמגעשטופט.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 28, 2013 10:31 pm
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
און איך ווייס נישט צו די עולם ווייסט אבער ס'אבער דא נאך א שיינע פאר אידישע געגענעטער אין נ.י. און אין נ. דזשערסי מיט טויזענעטער אידישע משפחות - ליטוויש - מאדערן.
טינעק - 4,000 משפחות. פעסעיק - קליפטאן - 4,000 משפחות. פייוו טאונס - פאר-ראקוועי - 10,000 משפחות, קווינס - ווייס איך נישט... ריווערדעיל - 1,000 משפחות און נאך און נאך, און דאס איז אלעס געגענטער ארום אונז... און זיי זענען אלע אמת'ע שומרי תורה ומצוות.
און אז מען וויל גיין ווייטער וועט מען קיינמאל נישט ענדיגן, אין אמעריקע אליינס, שיקאגא למשל האט א 4,000 משפחות, לאס אנדזשעלעס בערך א 10,000 משפחות, דעטרויט בערך 3,000 משפחות און אזוי ווייטער...
טינעק - 4,000 משפחות. פעסעיק - קליפטאן - 4,000 משפחות. פייוו טאונס - פאר-ראקוועי - 10,000 משפחות, קווינס - ווייס איך נישט... ריווערדעיל - 1,000 משפחות און נאך און נאך, און דאס איז אלעס געגענטער ארום אונז... און זיי זענען אלע אמת'ע שומרי תורה ומצוות.
און אז מען וויל גיין ווייטער וועט מען קיינמאל נישט ענדיגן, אין אמעריקע אליינס, שיקאגא למשל האט א 4,000 משפחות, לאס אנדזשעלעס בערך א 10,000 משפחות, דעטרויט בערך 3,000 משפחות און אזוי ווייטער...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
ריינער האט געשריבן:טינעק - 4,000 משפחות. פעסעיק - קליפטאן - 4,000 משפחות. פייוו טאונס - פאר-ראקוועי - 10,000 משפחות, קווינס - ווייס איך נישט... ריווערדעיל - 1,000 משפחות און נאך און נאך, און דאס איז אלעס געגענטער ארום אונז... און זיי זענען אלע אמת'ע שומרי תורה ומצוות.
WOW
מ'קען משוגע ווערן ווי ווייט די רבי'ס השפעה, מיטן גרינדען אמריקה, איז אנגעקומען.
Under influence