צדקה - מלחמת מצוה
הלכות צדקה אין אינזערע טעג איז בכלל נישט דומה צי די הלכות פין אמאל, אמאל איז געווען די הלכה אז סיז געקימען צי גיין א ארימע מאן אין האט געבעטן געלט ביים עושר, דער עושר אויב איז ער געוועין א נדיב, גייט די מעשה אז ער האט אריין גענימען דעים ארימאן אין אינטער געלאנט זיין הארץ, מיט א ווארימע גלעזעלע, אין אויסגעהערט אלע זיינע פראבלעמען, בשעת דער עושר איז פארנימען מיט זיינע פארצווייגטע געשעפטן, אפ געשיקט דעים משולח מיט א שיינע נתינה, אראף באגלייטנדיג עים א שטיק וועיג אין שוין,
אויב איז דער עושר געוועין א קמצן איז די מעשה פינקט פארקערט, דער עושר לאט קיינעם נישט צי, אין דער ארימאן קלאפט אין טיר, אין עפעס א משרת עפענט, אין זאגט דעים ארימאן, אויב ביזטי נאך דא אין איין מעניט רייץ איך אן די הינט, אין מיט דעים קאפעט ער אראף דעים ארימאן אלע שטיגן, אין דער ארימאן גייצעך אוועק אין הקדש מיט א ציבראכען הארץ, אין דער עושר האט נישט מוצא שנתו געווען, איבעית אימא יורד געווען און שוין,
היינט ציטאג גייט א נייע פרשה. דער עושר איז קיין עושר נישט, דער עני איז קיין עני נישט, דעם נדיב איז מען יורד עמו לחייו, אבער דייקא דורך עשירים, ארימע לייט גייען נישט נאך געלט נאר דייקא אויב זענען זיי פין ירושלים, א היגער עני ווערט געזיכט אזוי ווי א הייס געברוטענס, ממש א יקר המציאות אלע עשירים רייסן זיך זוכה צי זיין צאם צישטעלן פאר א עני אפילו שאינו הגון אפאר טאלער, ווייל ס'ווערט דאך געברענגט אין אלע פוסקים אז איידי דטריד למיבלע לא פליט, ווי לאנג ער העט האבן א צוועק גייט קיינער פין אים נישט בעטן קיין פעני, אין אזוי האצעך אנגעהויבן פארגעשריטענע שנארעריי.
יעדער עושר וואס זעט סיז צרות זאמעלצעך אן מיט צוויי געפערליכע צוועקן, און גארטעלצעך אן מיט פרישע כוחות און לאצעך ארויס אויפן יארכע און ווערט א שנארער, אדער דרייט ער אן א טיי אווענט, לאט נאר ניצן זיין נאמען אויף פליקאטן, אדער זיין שטוב גאר מכניס אורח זיין דעם עולם וואס גערט צו זען זיין נייע דירה, עין הרע נישט קיין פראבלעם ווייל ער האט הערש געלאשן מיט בליי ביי א גאנצע עין הרע לעשער פירמע, אין וגם לרבות איינגעשריבן ביים שוין גלאבאלן תהילים כולל, אדער גייט ער ארום צו שמחת מיט א שותף א אח לצרה, צוויי איז בעסער ווייל צוויי איז א דעלעגאציע.
סיז היינט א סטייל יעדען איינעם מיט א דירה פין איינס פונקט צוויי, מאכט א טיי אווענט, אין לייגט ארויס פלאקאטען וואס איז מוכן פון ששת ימי בראשית, מיט אויסרופנדע שרייעדיגע אותיות, אז מ'מוז גיין היינט נאכט זאגען לחיים פאר פלוני אלמוני אין זיין הערליכע נייע דירה, אין אים אין איינוועגס אריין רוקען פאר א דבר צדקה יותר מכפי יכלתו, און מ'מעג ארויס נעמען א ליין אוו קרעדיט, פאר די דאזיגע דבר חשוב מאוד,
דער יאקל מיט א קמץ גייט עסן קיגל מיט קישקע ביים עושר, וואס שמייכעלט אויבן אן, שוין מן הסתמא שיכור פון פרייד, ווייסט נישט אפילו וואס אין גיהנם האט אים געכאפט, זיין הויז ווירבעלט מיט לאנגע און קורצע מענער פון א כולל, וואס ארבעטן אויפן פריש אנגעקומענע קרבן אים אפצושינדן ביזן ביין, און אים ארויסשליידערן א סקאלעט שמוציג פון די נארוואס געגעסענע יאפטשיק, נישט געהאט קיין צייט זיך אפציווישן, ווייל ער איז געלאפן פארן חיות, ווייל ער האט באמערקט א פרישע קאליציע לאקערט, און זוכט זיך צו מאכען ביי אים אן אודיענץ, זיכט נאר דעם אדער אריינצושטעכן דעם שטרוי פון ווי צי זייגן, אין איין מאל מאיז אינעווענדיג אינעם אדער איז ער ווי פאראלאזירט, נישטא קיין וועג ארויס.
אזוי גייט עס ליידער היינט, עס איז נישטא קיין מיטל וועג. למשל איך בין א קאמפטעבל מאן איך האב פונקט גענוג אויף נישט צי נעמען דעם פלען בי, ווילעך זיין א לאקי מאן, דורך צי שוויצען און פארטיג, אבער ווען ס'קימט צו עימצער פיפיג און הייבט אן, יא א גיטן מושי, ס'מאכסטע, טיצעך מיט פרנסה, ב"ה מ'שוויצט, נו ס'גייט? בלשון בתמיה, יא, נו געב אהער דאס געלט דו קארגער, כאדאך א זייער וויכטיגע צוועק, וואס מ'טאר נישט אוועקבליקן אפילו אויפ א סקאנדע, א שטאב אלמנות קוקען ארויס צי דו לאזט זיי טראסקען מיט די יתומים, און גאנץ כלל ישראל איז תלוי אויב דו געסט אהער צי נישט, אויב געסטע נישט ברעכט גלייך אויס די דריטע וועלט קריג, חלילה צי קענסטו עס נעמען אויף דיין נאחרייעס, ווי קען א מענטש זיין אזוי גלייכגילטיג שרייט דער פיפיגער, ער פראבירט נעבעך צאפלען און מירמלען כאניש, א תשובה איז תיכף מוכן נאך פין בין השמשות מיטן פי אתון, זאגט ער שטיל! כאב געהערט אמאל פינעם גרויסען רעבן פון טאהש, אז דער אייבישטער הערט חלילה, אין באלד וועט ער אויך איינזען אז דו טארסט טאקע נישט האבען גארנישט, בקיצור דער יאקל קען נישט בייקימען דעים בלעק מעילער, אין פשוט הייבצעך אויף מבוזה און לויפט, כאפט א בליק אויף צוריק און חליש'ט זוכה צי זיין אין ווערן א שטיק זאלץ.
מ'גייט צי שמחה ב"ה סאצעך געמאכט, כ'מעג דאך גיין צו מיין חבר וואס מאכט חתונה, נישט מער ווי יושר, איך האב דאך זיך שיין משתתף געוועזן צים טיי, א פרישה מכה, אלע זויבערע אידן מיט פריש געקעמטע בערד שמעקן נאך פין שעמפא, מקען נישט אינטער א פינעווער, עפעס אזא ניידר געטיען, ער איז דאך אמאל געוועין א עושר אליינס, ווי קען מען אים אזוי מבזה זיין אין געיבן א סינגל, ווען ער רייסט זיך אזוי אוועק פין זיינע פארצווייגטע, אין נאך דעים איז דא די צען קביעותדיגע, וואס זיי געט מען יא נאר א סינגעל אויב מהאט א גראדע, אין אלס גענעינט זיך א צוויי גאר נויטיגע מיט א עושר ציגשמידט נאר בדרך עראי, א איין מאליגע צוועק, ממיז געיבן עפעס זאכלעך, א דבר שיש בו ממש, גם לי גם לך לא יהיה, דעיס איז שוין חיץ די חתנים פין ארץ ישראל ציזאמען מיט די מחותן ממיזעס מאכן שנעל סיניש דא קיין צייט, אריין כאפען וויפיל שייך, ווייל די קאר סערוויס איז דאבעל פארקט, אין מפייפט פארנט פינעם זייל, אין אזא צייט קען מען נאר כאפן אין לויפן.
ציפרי ביי שחרית איז א מלחמה כבידה, נאך נישט באטרויטן דעים שוועל פין שיעל, די אייגעלעך נאך ביי פערציג פראצענט, אין צוויי פאר אויגען זענען שוין געגליעט צי מיינע, אין פאנגען מיך אין נעץ ביי די קאווע, אין אזוי גייט עס שוין ביז צים תיקון וואס איז אויך פאר א מוסד וואס די מדינה וויל נישט מער געבען. אמאל האט דער מיטן חיש פין הומאר געזאגט אז וכן געלט תן געלט אין פחדך געלט ,לאל, שמייכל צייכן, כאניש קיין אהנינג וואס ער מיינט, כאב עס שוין געזאגט צעינליגע מאל, ס'קאסט נישט קיין פעני, אולי מיינט ער אשמנו, בגדנו, גגלנו, דעיס קאסט שוין ביי יעדן עבירה עקסטער עפעס, יעדער וואס איז שוין פינף אין פערציג אין העכער, תיכף נאך שמונעסרא פליפט ארויס א פישקע פינעם בייטל אין רייט ארים דעים שיעל פאר קוואדערס אין העכער, אין גייצעך ציריק אויפן פלאץ, אין בארעכטיגט דעים עסקן טיטול וואס ער ערווארבצעך, קענען טיען שענערע שידוכים, בקיצור געניג געפלאפעט כאף אז מ'כאפט וואס איך פראביר צי פונקטעווען, אז מרעדט דא פין א מלחמה פינעם ציווילע סארט, וואס מיר אינדעווילן שלאגען זיך ארים מיט די פארגעשריטענע שנארעריי.
כאב נאר בארירט מיטן שפיץ גאפל מ'קענעס נעמען פין דא ווייטער א ארטיקל פאר יעדע מין מהלך פין פארגעשריטענע שנארעריי באזינדער, אולי וועלעך שרייבן אויב העלעך האבן צייט, העמער זעין.
צדקה - מלחמת מצוה
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 184
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:51 am
- האט שוין געלייקט: 145 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
א גרוס צו פרישער
דיין ארטיקל איז איז ווי א שטארקער, זיסער בראנפן וואס מ'כאפט אריין ביי תיקון נאכ'ן דאווענען שחרית. עפעס טוטצעך א געמיש פון עשירים וואס זענען שנארערס אדער שנארערס וואס רעדן זיך איין אז זיי זענען עשירים. אלעס איז ונהפוך הוא. די נעמערס וואלטן געדארפט צו זיין געיבערס, און די געיבערס (מאכערס) וואלטן געדארפט צו זיין נעמערס. ס'זעיט אויס אז איך האב אויכעט טועם געוועין פוןנ'ם בראנפן. האב א גוט'ן און פריילעכן יו"ט פון קבלת התורה. עמערזעך זעין מערצעשעם א טאג נאך שושן פורים אדער א טאג נאך שמחת תורה. (אסרו חג(.