דער צויבער-ווארט "אנטשולדיגט" אדער ווי אנדערע זאגן עס "איימעסארי" אדער "סליחה" בלע"ז, האט אין זיך עפעס א ספעציעל שטארקן כח, וואס קען אויפטוהן גאר גרויסע זאכן מיטן ווערן געזאגט, און קען שעדיגן גאר אסאך מיטן נישט ווערן געזאגט.
זאל זי צוריק גיין פון ווי זי איז געקומען
די פארגאנגענע וואך איז געווען אין די נייעס פון סאוט קאראליינע, דער פארזיצער פון דעמאקראטישע פארטיי דארט האט זיך אויסגעדרוקט זייער נישט שיין אויף דעם דארטיגן גאווערנער וועלכע איז די ערשטע אינדיאן פרוי צו ווערן א גאווערנער אין אמעריקא, זאגענדיג: "זאל זי צוריק גיין פון ווי זי איז געקומען", עס איז גלייך געווארן א שטורעם איבער זיינע ווערטער, עס איז זייער נישט שיין אזוי זיך אויסצודרוקען אויף אן אימיגראנט וואס איז אזוי שיין ארויף געקראכן אויפ'ן לייטער צו ווערן א גאווערנער, און דער פארזיצער איז געווארן אראפגעזעצט פון זיין פאזיציע, צוליב זיינע ווערטער.
ווען מען האט געפרעגט דעם פארזיצער וואס ער האט זיך צו פארענטפערן איבער דעם, האט ער געזאגט: "איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז מען זאל איר דעפארטירן צוריק צום לאנד ווי זי איז נתגדל געווארן, איך האב נאר געמיינט אז זי זאל צוריקגיין זיין אן אקאונטענט אין א לאקאל ביזנעס", אויך מיר א תירוץ.. און פארשטייט זיך אז דאס פארענטפערן האט נאך געמאכט גרעסער דעם סקאנדאל, אז אנשטאט זיך אנטשולדיגן האט ער זיך נאך פארענטפערט, ווען ער האט ווען שכל זאגט ער גלייך, "איימעסארי ס'איז געווען א פליטת הפה זייט מיר מוחל", און מיט דעם וואלט ער געקענט אפראטעווען זיין פאזיציע, אבער די ביסל איגא וואס האט אים נישט געלאזט זאגן די ווערטער, האט געמאכט א סתימת הגולל אויף זיין קאריערע.
דאס איז נישט אן איינמאליגע נייעס, יעדע שטיק צייט הערט מען די זעלבע נייעס נאר מיט אנדערע נעמען און אויף אנדערע ערטער, אבער הצד השווה שבהן אז ווען די גאווה לאזט נישט מודה זיין און זיך אנטשולדיגן, טויג נישט די מצב און לכבוד דעם פארלירט מען אסאך, און ווען מען האט יא אביסל שכל און מען בייגט זיך אראפ דעם קאפ, און מען אנטשולדיגט זיך, אפילו ווען אויף די מינוט איז עס נישט אזוי בא'טעמ'ט, האט מען אבער למעשה הנאה דערפון, ומודה ועוזב ירוחם.
וואס איז פשט פון דעם?
כאטש בעצם איז דאס איז נישט אזוי פארשטענדליך, למעשה האסטו דאך יענעם גוט אריין געזאגט צום פינטל, והא ראי' אז עס האט יענעם גוט געבאדערט, און אז דער הונט בילט איז א סימן אז דער שטיין איז געלונגען, וואס איז שוין יעצט בעסער אז דו זאגסט אנטשולדיגט? יענער ווייסט גאנץ גוט אז דו האלט'ס דיך ווייטער ביי דיין מיינונג פונקט ווי פריער, אבער ווי וואונדערליך עס זאל זיך נישט הערן איז דאס אבער די פאקט אז ווען מען זאגט "אנטשולדיגט" בארוהיגט זיך יענער, די שווערע געפילן גייען אראפ פון הארץ, אמאל קען מען עס נישט טוהן גלייך אויפ'ן מאמענט, אל תרצה את חבירך בשעת כעסו, אבער פריער אדער שפעטער קען מען עס געווענטליך טוהן, און מיט דעם איינעם צויבער-ווארט "אנטשולדיגט" גייט אראפ די ברויזענדע כעס.
קען זיין אז דער פשט דערפון איז אז דער עיקר כעס קומט פון דעם וואס שמעון שפירט אז ראובן האט מזלזל געווען בכבודו, ער האט אים נישט געהאלטן גענוג חשוב, אין אנדערע ווערטער, ראובן האלט זיך מיט א קאפ העכער פון אים און קוקט אים אראפ, יעצט ווען ראובן בייגט זיך אראפ דעם קאפ און בעט איבער שמעון, דעמאלט'ס פיהלט שמעון אז ראובן האט אוועקגעגעבן זיין כבוד פאר אים, ער האט זיך אראפגעבויגן פאר אים, און מיט דעם גייט אראפ די כעס, והכל על מקומו יבא בשלום.
איך האב עס געטוהן, און איך גיי עס מער נישט טוהן
לאמיר נעמען א משל פון א מלמד אין חדר, ביי לאנטש האבן די קינדער זיך געשפילט, און ארי - א ווילדער אינגל - איז געווען אביסל צולאזט און אויפגעהויבן א בענקל צו ווארפן אויף א צווייטן אינגל, אבער צו זיין שלעכט מזל האט עס געלאנדעט אויפ'ן פענסטער, וואס איז גלייך צובראכן געווארן פונעם שטארקן קראפט.
יענקי דער באקאנטער מסור-קעצל, איז גלייך געלאפן צום מלמדים שטיבל, און אריינגעקלאפט מיט אימפעט און דערציילט דעם מלמד וואסערע שוידערליכע אקט דער ארי האט געטוהן, דער מלמד קומט ארויס שוימענדיג פאר כעס, און ער געבט אריין פאר ארי מנה אחת אפים, און עס אינטערעסירט אים אפילו נישט צו הערן וואס ארי האט זיך צו פארענטפערן, "תירוצים איז נישט אינטערעסאנט" פסק'נט ער אפ.
וואס טוט זיך אבער ווען ארי האט שכל און נאך איידער יענקי האט א געלעגנהייט צו לויפן אויסזאגן, לויפט ער אליינ'ס צום מלמד און זאגט אים: "איך בין געווען זייער ציווילדעוועט און איך האב בטעות צובראכן די פענסטער, זיי מיר מוחל, איך וועל עס מער קיינמאל נישט טוהן", דעמאלט'ס גייט שוין גאר אן אנדערע פרשה, דער מלמד וועט אים אפשר גוט אנזאגן אז ער געבט אים נאך איין שאנ'ס, און אפשר וועט ער אים הייסן באצאלן אויך, אבער כ"ע מודי אז דאס איז שוין אן ענין אחר לגמרי.
וואס איז אייגענטליך די חילוק פון די צוויי מעשיות? דער אקט איז לכאורה די זעלבע, נאר דער חילוק איז איין ווארט, דער צויבער-ווארט "אנטשולדיגט", ווען דאס ווערט געזאגט טוישט זיך די גאנצע מעשה, און מען קוקט שוין אויף די זאך מיט גאנץ אנדערע ברילן.
ווי שלעכט דער אקט וואס מען האט געטוהן זאל נאר זיין, אבער ווען מען אנטשולדיגט זיך נאכדעם, איז גאר אן אנדערע מעשה.
מלכותא דארעא כעין מלכותא דרקיעא
אזוי ווי עס ארבעט דא אויף דער ערד אזוי ארבעט עס אויך ביים אייבערשטן אין הימל, דער מדרש זאגט (מד"ר בלק, כ, טו) ביי בלעם הרשע ווען ער איז געגאנגען שעלטן די אידן, זאגט דער מדרש: "ויאמר בלעם אל מלאך ה' חטאתי, שהיה רשע ערום ויודע שאין עומד מפני הפורעניות אלא תשובה שכל מי שחוטא ואומר 'חטאתי', אין רשות למלאך ליגע בו", דער בלעם איז געווען א קלוגער רשע, ער האט געוואוסט דעם סוד אז ווען א מענטש זאגט "חטאתי - איך האט געטוהן אן עולה, יא איך בין מודה", איינמאל דאס ווערט ארויסגעזאגט, כל מי שחוטא ואומר חטאתי אין רשות למלאך ליגע בו, קען אים קיינער גארנישט טוהן.
ענליך צו דעם איז דא אין זהר (פ' בא דף מא.) נאך דעם באקאנטן שטיקל פון "פקודא בתר דא" וואס מען זאגט פסח ביינאכט, גלייך נאכדעם אין זוהר איז ער ממשיך: און די זעלבע דארף א איד זאגן פארן אייבערשטן אלע זיינע עבירות וואס ער האט געטוהן, איי וועסטו פרעגן צו וואס דארף מען עס זאגן, דער אייבערשטער ווייסט דאס דאך אליינ'ס, ער ווייסט דאך אלעס? זאגט דער זוהר אז ווען דער מלאך רע קומט צום אייבערשטן מקטרג זיין אז דער מענטש האט געטוהן די עבירה, אויב דער מענטש האט געהאט שכל און ער האט מקדים געווען דעם מלאך, ער האט שוין פריער געזאגט פארן אייבערשטן וואס ער האט געטוהן און זיך אנטשולדיגט, זאגט דער אייבערשטער פארן מקטרג, איך בין נישט אינטערעסירט צו הערן וואס דו זאגסט, דער מענטש אליינ'ס האט מיר שוין אלעס דערציילט, איך וועל זיך שוין אליינ'ס דורכקומען מיט אים, דו קענסט גיין פון דא.
הכלל היוצא:
מען דארף וויסן דעם גרויסן כח וואס ליגט אין דעם ווארט "אנטשולדיגט", סיי בין אדם לחבירו, האסט געטוהן פאר יענעם אן עולה? בייג דיר אראפ דעם קאפ און אנטשולדיגט דיך, און אזוי וועסטו זיך איינשפארן אסאך צרות, און סיי בין אדם למקום, האסט געטוהן אן עבירה? אנטלויף נישט יעצט, עס איז סיי ווי נישטא ווי צו אנטלויפן, אנטשולדיגט דיך פארן אייבערשטן, "איימעסארי, איך האב געטוהן אן עולה, און איך וועל עס מער נישט טוהן".
ומודה ועוזב ירוחם.
אנטשולדיגט, זייט מיר מוחל.
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
אנטשולדיגט, זייט מיר מוחל.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
יש לחלק בין איים סארי לאיים סארי.
זאגט מען עס מיט אן ערענסטקייט דאן איז עס ווערט, זאגט מען עס אלץ א מיטל צו קענען יענעם ווייטער וויי טון און זיך צו פראטעקטן, און צו עדווענסין די אייגענע אגענדע איז עס מוסיף חטא על פשע, כאילו מען האט יענעם צודערלאנגט נאך א פאטש.
ביי מלכותא דערעא איז שייך אויסצונארן אויב איז מען א גוטע שפילער. משא"כ ביי מלכותא דרקיעא.
זאגט מען עס מיט אן ערענסטקייט דאן איז עס ווערט, זאגט מען עס אלץ א מיטל צו קענען יענעם ווייטער וויי טון און זיך צו פראטעקטן, און צו עדווענסין די אייגענע אגענדע איז עס מוסיף חטא על פשע, כאילו מען האט יענעם צודערלאנגט נאך א פאטש.
ביי מלכותא דערעא איז שייך אויסצונארן אויב איז מען א גוטע שפילער. משא"כ ביי מלכותא דרקיעא.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
אמת, און אזוי שטייט טאקע דארט אין דעם זוהר וואס איך האב געברענגט.
אבער וועלכער איד וויל דען טוהן ווייטער עבירות? אלעס איז דאך נאר בשוגג, פון די שאור שבעיסה, און ווען א איד זאגט פארן אייבערשטן איימעסארי נאך אן עבירה מיינט ער עס געווענליך אמת'דיג, און ער האט נישט דעמאלט'ס בדעה עס נאכאמאל צו טוהן, און אויב פאלט ער טאקע יא נאכאמאל דורך, אנטשולדיגט ער זיך נאכאמאל.
הטוב כי לא כלו רחמיך - דעם אייבערשטנ'ס רחמנות ענדיגט זיך נישט, ביי א מענטש וויפיל מאל קענסטו אים זאגן אנטשולדיגט? איינעם צעהן מאל און איינעם צוואנציג מאל, אבער צום סוף פלאצט עס, אבער ביים אייבערשטן כי לא כלו רחמיו, זיין רחמנות איז אין סוף, ער וועט דיר שטענדיג מוחל זיין, ווי לאנג דו מיינסט עס אמת'דיג אין יענע רגע.
אבער וועלכער איד וויל דען טוהן ווייטער עבירות? אלעס איז דאך נאר בשוגג, פון די שאור שבעיסה, און ווען א איד זאגט פארן אייבערשטן איימעסארי נאך אן עבירה מיינט ער עס געווענליך אמת'דיג, און ער האט נישט דעמאלט'ס בדעה עס נאכאמאל צו טוהן, און אויב פאלט ער טאקע יא נאכאמאל דורך, אנטשולדיגט ער זיך נאכאמאל.
הטוב כי לא כלו רחמיך - דעם אייבערשטנ'ס רחמנות ענדיגט זיך נישט, ביי א מענטש וויפיל מאל קענסטו אים זאגן אנטשולדיגט? איינעם צעהן מאל און איינעם צוואנציג מאל, אבער צום סוף פלאצט עס, אבער ביים אייבערשטן כי לא כלו רחמיו, זיין רחמנות איז אין סוף, ער וועט דיר שטענדיג מוחל זיין, ווי לאנג דו מיינסט עס אמת'דיג אין יענע רגע.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 129
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:29 am
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל
ברסלבער האט געשריבן:ענליך צו דעם איז דא אין זהר (פ' בא דף מא.) נאך דעם באקאנטן שטיקל פון "פקודא בתר דא" וואס מען זאגט פסח ביינאכט, גלייך נאכדעם אין זוהר איז ער ממשיך: און די זעלבע דארף א איד זאגן פארן אייבערשטן אלע זיינע עבירות וואס ער האט געטוהן, איי וועסטו פרעגן צו וואס דארף מען עס זאגן, דער אייבערשטער ווייסט דאס דאך אליינ'ס, ער ווייסט דאך אלעס? זאגט דער זוהר אז ווען דער מלאך רע קומט צום אייבערשטן מקטרג זיין אז דער מענטש האט געטוהן די עבירה, אויב דער מענטש האט געהאט שכל און ער האט מקדים געווען דעם מלאך, ער האט שוין פריער געזאגט פארן אייבערשטן וואס ער האט געטוהן און זיך אנטשולדיגט, זאגט דער אייבערשטער פארן מקטרג, איך בין נישט אינטערעסירט צו הערן וואס דו זאגסט, דער מענטש אליינ'ס האט מיר שוין אלעס דערציילט, איך וועל זיך שוין אליינ'ס דורכקומען מיט אים, דו קענסט גיין פון דא.
דארף מען דאס איינקנעלען מיט דעם ציבור כל אחד לפום דרגא דיליה: ערב שבת, ערב ראש חודש, ערב ראש השנה וכדומה.