יאיר'ס פארשווינדן ווערן והמסתעף

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

יאיר'ס פארשווינדן ווערן והמסתעף

שליחה דורך יואב »

יאיר האט געשריבן:רבותי, זייט נישט באזארגט אויף מיין וואוילזיין. איך בין אפגעקומען מיט גאר לייכטע וואונדן אין די שרעקליכע באסטאן באמבינג אטאקע, און איך האב זיך אונטערגענומען נישט צו באזוכן די אלע א. ג. "אידישע" וועבזייטלעך לזכותי. זייט ווייטער מתפלל פאר יאיר בן קריינדל, און פאר זיין קי באורד וואס איז אויך פארוואנדעט געווארן אין די אטאקע און ווארט צו ווערן ריפלעיסד דורך א מלאך אלקים פון עיטש פי.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.


נארוואס פארעפענטליכע באריכטן גיבן אן, אז יאיר'ס פריש באשטעלטן קיבארד איז טראגיש געשעדיגט געווארן אין א מאסיווען אויפרייס.
א ווארט זאגער פאר די עף. בי. איי. באשטעטיגט דאס, און לויט פילע ווארשיינדליכקייטן איז דאס פארבינדן דירעקט מיט די באסטאן אויפרייס.

גענוי ווי די מאמע'ס וועלעכע זאגן אלץ מיט א פאריסענעם נקמה'דיגן שטאלץ ווען דאס קינד זוכט א פארלוירענעם אביעקט, "כ'האב דיר דאך געזאגט זאלסט דאס אוועק לייגן", האבן די קאנספיראטער אויף דעם בלאג קיין רחמנות אויף אים. זיי טענה'ן מ'האט אים געווארענט מער ווי איין מאל, און יאיר ווי אייביג איז דאסמאל אויך געוועזן אן אויבער חכם, און געלאכט פון אלצדינג מיט א פרעכקייט.

יאיר זעלבס, האט נאך נישט רעאגירט צו דעם, אבער דעת תורה האט שוין אויסגעדריקט גרויס אנטוישונג. ער טענה'ט ער איז שוין גרייט פאר די טעגליכע ויכוחים, און האט שוין נישט קיין געדולד צו זיין נייעם בר פלוגתא וואס האט זיך אנגעקלעבט אין אים ווי א פרימאק צום הכנות ברעטל.

דער גוט הארציגער שמעקעדיג האבענדיג מיטלייד מיט דעת תורה, שלאגט פאר יאיר זאל שרייבן אן ארטיקל וואו ער זאל אנאנסירן אז ער גייט מער נישט שרייבן, און אפשר דאס וועט פירן ער זאל צוריקומען ביתר שאת וביתר עז, כמו שאירע לרב הנ''ל.

און פאר די וועלעכע האבן נישט באמערקט, האט דעת תורה שלא כדרכו אריינגעוואנדערט אינעם אשכול "געטראפן דריי פארכאפטע פרויען נאך צען יאר" ,און איז מגיב דארטן אין גרויסן.דאס קומט ווייל דער איפכא מסתברא'ניק טשעפעניאק טאמבל סאס האט פארגעשלאגן דעת תורה'ן אז שרייבן אין אן אשכול איבער געטראפענע, איז א סגולה צו טרעפן אנדערע פארשווינדענע.

אינצווישן האט יידל זיך ארויסגעצויגן פונעם וויסענשאפט פאורם פראטעסטירנדיג או חברותא או מיתותא, און יאנקל איז געווארן אן אזרח אין מידיא ווינקל, ספעציעל זינט ער האט זיך איינגעהאנדלט א גוטן קאמערע און כאפט בילדער רעכטס און לינקס.

מאטי107 שפירענדיג טאטי איז נישט אינדערהיים, האט באשלאסן ער וועט איבערנעמען די לייצעס אין די תורה ומחשבה קארידארן, און האט דאס פארוואנדעלט אין א סעמי פארברענג פאורם. ער שפירט זיך פריי אויסצודריקן זיין הומאר דארטן, און איז באקוועם צו עפענען דארטן אשכולות לרחצה, הגם א בלינדער קען עדות זאגן זיינע ארטיקלן האט מיט תורה ומחשבה, ווי יואליש מיט קנאות.

לולקע ציבעך איז ממש באליידיגט, און מיט רעכט. ער האט זיך צוריקגעקערט פון א פארלענגערטן רייזע ארום די שבעה כוכבי לכת, נאכן פארשווינדן ווערן פאר חדשים, און יאיר איז ניטאמאל דא מגיב צו זיין אפילו איין ווארט. לולקע שלאפט אבער נישט, און א פרישן נוקלערע חקירה איבער יאיר'ס קיבארד איז אין פולען שוואנג. ער האלט אינמיטן אויסארבעטן א שארפן פלפול, צו טייפן האט טאקע צוטוהן מיטן קיבארד. דהיינו, מוז מען דווקא טייפן דורכן קיבארד, און ליינען אויפן סקרין, אדער קען מען מאכן פארקערט. מ'זאל טייפן אויפן סקרין, און זעהן די ווערטער אויפן קיבארד. די מעלה דערפון איז, אז אין אזא פאל קען מען נוצן אפילו א פארוואנדעטן אומקלארן קיבארד, און נאך אלעם וועט מען נישט זעהן אויפן סקרין (קיבארד) ארגער ווי פון די פארקלעבטע שטויביגע איין הענטעלדיגע ברילן די פרימאקעס פון די "אנטי הכל" באוועגונג טראגן.

זר זהב האט שוין אויך געטראפן א דזשאב, עכ"פ פארט טיים. מ'שטיינס געזאגט, אין א דראסטישע רידוקציע פון אמאל, זעהט מען אים בלויז יעדע 4 מינוט, און די זרש כסף ניק איז ארויס פון דינסט ביז ער גרייכט 8 טויזענט תגובות. מילא אז יאיר קומט נאך צוריק די וואך, העלען מיר קענען זעהן דעם זרש כסף בתפארתו, טראץ זיין ארבייט.

און אז מ'לייגט אריין א פאטעטא אויבן פונעם זאק גליטשט זיך ארויס איינס פון אונטן. אין אונזער פאל איז קלאר אז קופערניקוס האט פארלוירן זיין דזשאב אלס שווייס ווישער. פארלוירן ? הממ נישט ממש, ער איז פארט די בעסטע אין דעם פעלד, נאר פשוט פרייערהייט רעזיגנירט.
קופי האט באשלאסן ער קערט זיך צוריק צו זיין באליבטן קינדפעט היים. זיצענדיג דארטן האט ער גענוג צייט צו באזוכן דעם זייטל, פארט אבער איז ער שוואך ווי שלישי למילה. מילא קען ער בלויז לייקן, און אריינווארפן א תגובה'לע דא, און א טשעפעלע דארטן. אפשר אז ער וועט צוריק קריגן זיין דזשאב, וועט ער זיין דא פול טיים. די שאלה איז אבער צו זר וועט אויפגעבן.

בענזשאמין דער מצווה אינגל, איז אויף א ביקור חולים יאגד. צו שלום בית האט ער טאקע געטויגט ווי די מטרוניתא וועלעכע האט זיך ג'גרויסט פאר ר' יוסי בר חלפתא, אבער אין ביקור חולים האט ער געטראפן זיין שורש הנשמה. פאריגע וואך האט ער באזוכט משה געציל'ן מיט די מייגרעין קאפוויי, און געפריווט מיט זיין נייטראלע משוגעת'ן. בענזדשאמין טענה'ט אז זיינע שווארצע יאגדעס שטעלט אין שאטן די בעסטע מעדיצין, און היילט אויסערגעווענדליך. זעהנדיג ס'טויגט ביי משה געציל'ן אויף כפרות, האט ער זיך אריבערגעצויגן צו יאיר'ן און פריווט זיין מזל דארטן. צום הדר קבלוה כינוס איז ער נישט ערשינען, טראץ דעם וואס ער האט מרמז געוועהן פאריגע וואך אז ער וועט יא. און טיפיקל פרענקלין זאל אונז פארפירן מיט לומדות אז העוסק במצווה פטור מן המצוה. נניח מיר וועלן דאס אקצעפטירן, רעדט ער זיך איין מיר האבן פארגעסן ער האט אונז פארשפראכן א חלק ב' ארטיקל איבער גיוס בני ישיבות.

קאווע טרינקער לעבט זיך אין זיין וועלטל, און איז אלל דע וועי פאזעטיוו. ער איז שוין צוריק פון ארץ ישראל, און האט איבערגענוג צייט צו טוישן חתימות יעדע זיבן אהאלב מינוט.
יאיר'ס פארשווינדן ווערן טרייבט ארויף זיין דמיון צו גאר הויכע לעוועלס, און ער האט שוין פארגעסן אז משה געציל'ן איז א שפאן אוועק פון אים איבערשטייגן מיט לייקס. ער מאכט זיך א חשבון אויב יאיר האלט אן זיין סטרייק, דאן לאזט ער משה געציל'ן זיך ספראווענען אליינס, און ער גייט זיך פארמעסטן נישט מער און נישט ווייניגער מיט יאיר'ן אין לייקס. ונראה מה יהיו חלומותיו.

בן תמליון האט די קאפ אויפן פלאץ, און מאכט זיך א חשבון אויב יאיר איז נישטא, דאן ריקט ער אריין שפראך און גראמאטיק אפטיילונג גענצליך אונטער זיין קאנטראל. ער טענה'ט אז אויב ונבנתה העיר איז פארבליבן זיין איינציגסטע קאנקורענט דארטן, וועט ער זיך גרינג אן עצה געבן, בפרט אז ונבנתה קומט אלץ אן א מינוט שפעט.

ממי שאמרו קען פארט נישט באהאלטן זיין פרייד, צרת רבים חצי נחמה טענה'ט ער איז מער ווייניגער א פאקט. און לעמאן דזשאוס טראכט שוין ער פארפאסט גארנישט, און אפשר פארלענגערט ער זיין אפוועזענהייט פאר א יאר.

ברסלבער שפירט אז דאס איז א צייט פאר וואקאציע, ער קען אבער גערן באשטיין יאיר זאל צוריקומען. ער טענה'ט ס'איז אזא וואקאציע ווי בין הזמנים פון ישיבה. אבער ער האט ווי מ'זאגט געטראפן סיפוק, און איז פארנומען מיטן אקדמות. למעשה ווייסט ער אז דאס איז בלויז א טיילוואזע נחמה, אויף נאך שבועות האט ער מורא ער וועט ווייטער גיין ליידיג.

יאיר פאר זיך, זעהט אז גאט האט אים נישט פארלאזט. דאס ביסל זארג וואס ער האט געהאט אז ער לאזט זיין קאלעגע לעיקוואד אויפן וואסער, האט זיך פיין געשטעלט אויפן פלאץ. איך זאג נישט, ס'קאסט אים א שמייכל צו זעהן לעיקוואד גייט אן מיט אגרעסיווע אפענסיווע, און איז אויף ביטערע דעפענסיווע. און וואס נאך ס'פאלט נישט דעם לעיקוואד'ן ביי צו טאהן זייענדיג לאנגווייליג אן יאיר'ן. ער דעקלערט זיך רבי, מאכט זיך אויס, שרייבט מגילות, הספידים, ער פליקט, ער איז זיך מסביר, ער מוסר'ט, און מאכט שלום, שוין, דער עיקר איז ער גייט נישט ליידיג.

יאיר האט זיך שוין איבערצייגט אז יציאת יאיר מן קאווע שטיבל עושה רושם, און יצא מקאווע שטיבל, פנה הודה, פנה זיוה, פנה יאירה.

אלזא, יאיר טייערע, סיידן דו וואוינסט אין טעהראן מיט שווערע סאנקציעס, האסטו שוין אפילו מיט די יו עס פאוסטל סערוויס געקענט קריגן א פרישן קיבארד, און דער נארישן אויסרייד קען אריין גיין אינעם אויסגעדראשענע זאצן אשכול.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

אויב מעג איך מיטיילן מיין דעה האלט איך אז יידל וועבט דא אונטערן טיש א שטודיע וויאזוי דער הומען ראסע נעמט אויף א פלוצלינגע פארלוסט פון א באקאנטע ניק אויף א וועבזייטל.
ער איז געפסל׳ט געווארן ביים ערשטען רונדע, זאך קענער געבן אן די סבה..צופיל אויסגעשפראכענקייט.. און נישט זיך קענען האלטן צו אנווייזונגען.
יאיר און לעמאן דשזוס באטייליגן זיך אינעם שטודיע די סבה פון די צוויי איז צוליב זייער קעגנגעזעצטע וועגן וויאזוי זיי זענען באקאנט געווארן, יאיר פון איין זייט קומט מיט א באגאדש פון לאגיק פיליזאפיע און מחשבה. ווידעראום לעמאן דשזוס קומט פון א פארקערטער ריכטונג, מער דער געפיל׳שער פאעזיטישער חלק פונעם הארץ ..און חסידישע הויפן וואלט מען דאס מגדיר געווען לב מוחין דנוקבי. מחשבה מוחין דזיכרי

ממי שאמרו איז גענומען געווארן בלויז פאר דער פלאציבע עפעקט.

יודעי דבר געבן אן אז בקרוב וועט ארויס קומען די רעזולטאטן און ס׳וועט געמאלדן ווערן אינעם באשטימטן אשכול פרישע סייענטיפישע געפינסן.

עס איז צו האפן אז ס׳וועט נתקדש ווערן שם שמים על ידינו אן קיין שטרויכלינגען ( הרב מייזעלס אב״ד ובעל מכשיר קארבעלישעס זאל נישט אוועקמאכן און אפפרעגן די שטודיע ) בהתרוממת קרן השטיבל ובהתגלות כבוד שמים בב״א.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
:לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק
:ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי
:שפעט: :שפעט: :שפעט: :שפעט: :שפעט: :שפעט: :שפעט: :שפעט: :שפעט: :שפעט: :שפעט: :שפעט:
:בייביי: :בייביי: :בייביי: :בייביי: :בייביי: :בייביי: :בייביי: :בייביי: :בייביי: :בייביי: :בייביי: :בייביי: :בייביי:
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

די צובראכענע קיבאורד מעשה הייבט אן באקומען פיסעלעך
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

מגוחך.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

שיינע תירוצים לאמיר אייך פרעגן איר האלט זיך יא צו אנווייזונגען? האט מען אייך נישט בפירוש געזאגט צו פארלייקענען א יעדן שפור דערפון אפילו איינער הייבט אן זינגען.. איך האב געזאגט סך הכל בדרך אפשר און איר זענט גלייך מודה ווי א תמים..איך בין געשיקט געווארן אייך צו געבן נאך א טשאנס און דו האסט דאס פארפאסט און אנגעמאכט קאלאטעריל דעמעדש..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מאטי די גאנצע זאך מאכט נישט קיין סענס ווייל די לעצטיגע שטודיעס וואס יידל מאכט איז נאר פון אים און זיין ווייב, כמבואר באשכול אחר.
וירח ה' את ריח הניחוח
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

לכאורה נישט!
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

יאיר האט געשריבן::lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
:לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק
:ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי :ביי
:שפעט: :שפעט: :שפעט: :שפעט: :שפעט: :שפעט: :שפעט: :שפעט: :שפעט: :שפעט: :שפעט: :שפעט:
:בייביי: :בייביי: :בייביי: :בייביי: :בייביי: :בייביי: :בייביי: :בייביי: :בייביי: :בייביי: :בייביי: :בייביי: :בייביי:

בערך אזוי קוקט אויס ווען מ'פארמאגט נישט קיין קיבארד, און מ'קען בלויז מיטן מייזל קנאקן סמייליס מיט הפקירות.
פארשפארט