יאנקל האט געשריבן:ווי יידל, פעדער'ס בוך איז די אקוראטסטע דאקומענטאציע וואס איך האב נאר אמאל געלייענט. צום ביישפיל, ווען זי דרוקט א שמועס אין אידיש, שרייבט זי עס זאגאר מיט דער חסידישער הברה!
אבער, ווי די דרוקער שרייבן כסדר בשם "קדמונים", "כשם שאי אפשר לבר בלא תבן" וכו', איז לא ימלט אז עס זאלן נישט אריינפאלן טעותים. צום ביישפיל, אויף זייט 57 דערציילט פעדער איבער א קלאס וואס האט געלערנט איבער "דער ביבלישער געשיכטע פון יעקב וועלכער האט זיך געראנגלט מיט א מלאך וועלכער איז אראפגעקומען פון הימל מיט א לייטער"...
דאס איז ממש אן אפענעם טעות. אבער ווען כ'שרייב טעותים מיין איך נישט אריינגעפאלענע טעותים, נאר פשוט נישט גוטע מסקנות. לדוגמא, אויף זיי 184, אין א דיסקוסיע איבער שידוכים האט זי א טבלא פון קאטאגאריעס פון חסידישע משפחות. זי צעטיילט עס און 6 קאטאגאריעס:
רעביש - דינאסטישע משפחה, רייך, רוחניות'דיגע מנהיגים
רבניש - גאר חשוב'ע משפחה, מעגליך רייך, תלמידי חכמים און מנהיגים
שיינע - חשוב'ע משפחה, באלעבאטישע איינקופט, שטעלן צו א רעליעגעזע סערוויס פאר די געמיינדע (שוחטים און תלמידי חכמים, ווי ערקלערט אויף זייט 186)
באלעבאטיש - ביזנעסלייט, מיטל קלאס, זענען אין ביזנעס אבער נוצן געלט צו שטיצן צדקה און קהלה צוועקן
ישיביש - זיצן און לערנען, איינגעצוימטע לייפסטייל, זענען אין א קהלה ארגאניזירט ארום א ישיבה
פארשלעפט - נישט סוקסעספול, ארימעלייט, גיבן גארנישט פאר די קאמיוניטי
ביז באלעבאטיש איז זי נאך גאנץ בסדר, כאטש איר הסבר אויף שיינע משפחות איז נישט ריכטיג און בכלל די דרגות האבן נישט מיט געלט, איך קען גענוג רבנישע משפחות וועלכע זענען ארים ווי די נאכט (די אמת איז אז זי אדרעסירט די נקודה שפעטער אויף זייט 186, אבער עס זעט אויס ווי זי בלייבט ביי א מסקנא אז א "ריכטיגע" רבנישע משפחה האט געלט). אבער ישיביש און פארשלעפט? וואו האט זיך אויפגעפיקט די קאטאגאריעס?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.