און יענער לייגט אראפ זיין קעיס: "קוק אהער, דאס ניק זר זהב קען יעדער טראגן, ס'זאגט נישט גארנישט ספעציעל."
און ער גיט א משל פון עטליכע אנדערע ניקים לשבר את האוזן.
"אויב למשל ידל, אחור, קופער, יאנקל (און לייג צו געפילטע פיש, קאווע, ממרום, שמעק, יואב, מואב און מאטי לעיקוואד מאראנצן בדחן און שדכן און ביסקיס און ווער נישט) געבן איבער זייער ניק פאר א צווייטן, וועט עס ביז א 3 תגובות שפעטער פארלירן דאס שוויות, דאס אינדענטיטעט, נישט יעדער שרייבט אזוי ניין? אויב ידען וועט פארקויפן זיין ניק מע מע-'שטיינס געזאגט, ווער קען דען אזוי גוט פרעגן? עטליכע תגובות שפעטער און ס'אויס ידען."
"משולם שטיינפעלד? ער פארקויפט זיין ניק, מיינסט יענער וועט זיך קענען איינהאלטן פון לייקן? איז ווידער אויס שטיינפעלד."
''פרישער'' פארקויפט זיין ניק, און ס'אויס, ס'שימעל. דער לוקח וועט זיכער נישט ספעלן מיט פרישער'ס אגענדע.
און ער געט נאך עטליכע משלים, נישט אזוי ווייט נוגע.
''זר זהב'' קומט אבער מיט א באגאדזש פון 2300 לייקס און איבער 7000 גיוועס, דאס האט נישט מיט א כאראקטער/פערסאנעליטי, דאס איז עפעס וואס פיט ארויף אויף יעדן. דער בעגידזש ווערט נישט פארלוירן." --
און כ'זעה ער איז גערעכט. איז אלזא, איז געבליבן אז מ'גייט טרייען די לאק. אונדז האמיר אריבערגערופן א פרעיזלער, און ער האט אפגעשאצט אונזער ניק, די לייקס די תגובות, די פריינט און די שונאים. ס'ארויס געקומען 323 שווייצע פראנק, (ארום 335 אמעריקאנע דאלער).-- וועט זיך פון די סומע אנהייבן די אקשען וכל המוסיף גורע, איר קענט זיין דער גליקליכער, מיר נעמען פעי פאל, אלע ק"ק חוץ אמעריקען עקספרעסס, אויך נישט פ"ס ביטע. מיין אישי איז אפען פאר ערנסטע אינטערעסירטע.
איים אוטע העיר!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
![רעגט זיך :x](./images/smilies/icon_mad.gif)
![רעגט זיך :x](./images/smilies/icon_mad.gif)
![רעגט זיך :x](./images/smilies/icon_mad.gif)
![רעגט זיך :x](./images/smilies/icon_mad.gif)
![רעגט זיך :x](./images/smilies/icon_mad.gif)