חסידיש - ביי פאלער
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
- האט שוין געלייקט: 247 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל
חסידיש - ביי פאלער
חסידיש - ביי פאלער
די אפ טייטש פין ביי פאלער איז א מאן אדער א פרוי וואס האבען צוויי באזינדערע פערסאנאלען, א שטייגער ווי מיין רבי פלעיגט צי זאגען
איינמאל ביסטע א מלאך אין איין מאל א גלח, ס'מיינט די זעיסט אמאל א מענטש וואס ער האקט שטיקער ער לערנט אין דאווענט ווי ס'ברויך צי זיין, פירט זיך אויף ווי א יוד, גייט אנגעטיען פרים אין ערליך, ווידערים אין אן אנדערען מניט אדער שעה פירט ער זיך אויף ווי א גלח, סייסט ער שמיסט דארך א גאנץ דאווענען לערנט נישט קיין מילה אחת רעדט לשון הרע, אנאנדער משל זעימער ביי מידות פין מענטשן געוועינטליך איז ער ריאיג אין געלאסן שמיסט איידעל מיט א פריילעך געמיט, אין אן אנדערע צייט איז ער בייז אויף אלעם שעלט אין קאפעט.
איך קלער אז אידן נעמען ביי פאלער צי א נייע לעוועל, וואס מיר קענען איז עפעס וואס קיינער קען אפילו נישט פארשטיין, מיר קענען זיין ביי פאלער אין די זעלבע מאמענט, אינז קענען זיין גערעיגט אין זיין גיט אין די זעלבע צייט למשל איינער רעדט ביי קדיש געט מען עים אחת למעלה ושבע לשמאטע אין יצא ידי חובתו, מיר קענען זיך קריגען אויף א דבר תורה אין זיין את והב בסופה.
אבער מיט די צייט איז עס געגאנגען ווייטער מיר טיען אויך עבירות אין מצות אין די זעלבע צייט, מווערט געהעריג נכשול אין מצוה הבאה בעבירה, ממש כל מה דאמר רחמנא לא תעבוד אי עביד מהני, די רבנים פאסקען אז מ'טאר נישט האבען קיין אינטערנעץ, אין מיר וויינען ביי די דרשה, אין מיר ריקארדען עס אויף אינזערע טריפענע כלים, ווי גלייך מיר טיען גאר א מצות עשה, אזוי ווי דער באנעצטע ביווער, דער רבי וויינט אויפן מצב הדור אז דער יו טוב מאכט חרבנות, אין די חסידים ברוב צדקתם פאסטען די דרשה מיט אלע בכיות על אתר אויפן טוב, ס'טאר דאך נישט איבערנעכטיגן, סווערטאך נפסל בלינה, די רבי שליט“א פארט אויף בארא פארק מחזק זיין, מ'טרעפט א פרישן פרעזענטעישן אויפן נעט מיט פיפציג טויזענט וויאס.
קען זיך עימצער פארשטעלן אויב תיקון ליל וואלט געוועין אינדערוואכן וואס שגץ שטיק ס'וואלצעך אפ געטיען אויף די וואצעף גרופעס, אינזער ביי פאלער מאכן אז מיר זאלן זיין ביכולת צי קענען רעדען פין צוויי זייטן פין אינזער פיסק, פין איין זייט שרייען א דרשה מיט ביטערע טרערן אין דער זעלבער צייט בעיצעך דער רב ביי קידשה בריכי אז די בילדער מיט די קליפס זאלען געלינגען, אלע איסורים חרמות וקונמות אנקעיגען די קאמפיטערס ווערן געפרינט אן קיין בושה אויפן אזוי פארהאסטען קאמפיטער, ב"ה די סיטי פיעלד האט געהאט טויזענטער וואס האבען מיט געקאכט מיטן רבין שליט"א אויפן לייוו סטרים, אלע שמשים אין רבישע הויפן נייעסן ווערן געטוויטעט, איעדע ריר וואס סיי וועלכע רבעלע איז נוקב די אצבעות קדושות איז מכריזין עליו בטוויטאתיהם ובפייסבקיהם ובתגיבותיהם ובבלגיהם אין די מיט א וועפעריש זייטל בפיידזשיהם, אפילו ס'קיקט נאר אויס ווי א קליינליכקייט, אבער היות ס'קען דאך האבן גרויסע כוונות, מיז מען עס מפרסמען, יעדער ווערט געבעיטן צי נאכפאלגען אין לייקן זיין רב'ס רירעכצער אין געפיראכץ וואס ווערן געטוויט, אפילו אויב מרעט נאר פין א הכנה דרבה קודם התפילה, אבער נישט פארגעסן סאבסקרייבן צי דזעי די ען כדי אלע נייע קליפס זאלען פליסען זאהמלאז.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
- האט שוין געלייקט: 247 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:בן תמליון האט געשריבן:פרישער איז אין די פעדערן. עס גיסט זיך בשפע ווי די וואסערן פונעם ואתא תורא חד גדיא חד גדיא.
פרישער האט דאך אזעלכע זיסע לשונות און אויסדרוקן. מתוק מדבש. כן ירבו.
ני אז די האסט הנאה געהאט למה לא לייקטי

אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.