דער מיטאס פון אויטענטישע אידישקייט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

דער מיטאס פון אויטענטישע אידישקייט

שליחה דורך יידל »

האט איר שוין אמאל געהערט די אויסדרוק? "מיר זענען די אויטענטישע אידן". די צויבער-ווארט "אויטענטיש" דינט כתריס בפני הפרעניות, ווען מ'פרעגט אדער מ'האקט אויפן אזוי-פארליבטן-און-פארהאסטן 'סיסטעם', ווען מ'ברענגט ארויס די שיינקייט אדער געוויסע מעלות פון אנדערע קרייזן, אלץ איז דער ענטפער, טאקע נישט אייביג אין די גענויע ווערטער, אבער די נקודה איז אלץ די זעלבע: מיר זענען די אויטענטישע אידן. כ'גלייב אז אסאך אידן דא אין קאווע שטיבל, אפילו פון די א.ג. "אויפגעקלערטע", האלטן אז כאטשיג אנדערע מהלכים אין אידישקייט זענען לעגעטים, זענען די פרומע וויליאמסבורגע אידן (כ'מיין נישט דעם געאגראפישן וויליאמסבורג, נאר דער מהות) די אויטענטישע אידן.

איז עס אמת? זענען די חסידישע, אולטרא ארטאדאקסישע אידן אויטענטיש? זענען די אנדערע נישט אויטענטיש? עס איז ביי מיר ברור אז דער גאנצע מושג פון אויטענטישע אידישקייט איז פאלש. עס איז פאלש ווייל עס עקזעסטירט נישט קיין אויטענטישער אידישקייט! אידישקייט - אלע שטריכן, פון מאדערן ביז אולטרא-פרום - האלט אין איין עוואלווען אין נעמט אן אין יעדן דור נייע פארמען, פושט צורה ולובש צורה. דאס קומט פאר סיי בצורה פון אכשר דרא, ווי קינדער זענען פרומער ווי די עלטערן און סיי בצורה פון ירידת הדורות ווען די שפעטער דורות זענען פיל מער מאדערנער פון די עלטערן.

אויף אכשר דרא האבן מיר דאך שוין א גאנצן אשכול. מיר דארפן נישט מער ווי אנצייגן אויף די באציאונגען צווישן פרויען און מענער ביים היימישן געזעלשאפט צו זען ווי ווייט נישט אויטענטיש מיר זענען. ממה נפשך, אויב איז אויטענטיש דאס וואס מ'האט געטון בימי חז"ל, דאן וואלטן מיר נישט געטארט ארויסלאזן די ווייבער פון שטוב מער ווי איינמאל א חודש (ווי דער רמב"ם שרייבט), און די חשוב'סטע פרויען וואלטן געווען די וואס גייען מיט בורקעס. אויב איז אויטענטיש דאס וואס אונזערע אונגארישע זיידעס פון צוויי, דריי דורות צוריק האבן געטון אין אייראפע, דאן וואלט א יעדער אינגערמאן געזאלט באגריסן אלע ווייבלעך פון זיין גאס א גוט מארגן איטליכן אינדערפרי. דער בני יששכר אין דרך פקודיך שרייבט אז בימיו איז געווען א נארמאלע זאך צו קוקן אויף און שמועסן מיט פרויען.

אבער מיר ווערן נישט בלויז פרומער, מיר ווערן אויך מאדערנער. רבי דר. עלען ברילל אין זיין ארטיקל "אידישקייט און קולטור" מאכט אן אינטערעסאנטן אבזערוואציע. "יעדע אמעריקאנער חסיד ... קען מער לימודי חול ווי די השכלה [באוועגונג] האט מלכתחילה פארלאנג מ'זאל לערנען די קינדער (ווייל ער קען דאך בעיסיק מאטעמאטיקס, גיאגראפיע און קיין פונקציאנאל ליינען דעם שפת המדינה)". דאס הייסט אין אנדערע ווערטער, דער זעלבער אינגערמאן וועלכער קען זיך אויסדרוקן אויף משה מענדלסאן און נפתלי הירץ וויזל מיט א ברייטן, שוימיגן "ימח שמו וזכרו", פערסאניפירט - אין א זין - דעם אידיאלער איד וואס מענדלסאן און וויזל האבן געוואלט זען. איך האב שוין געשריבן דעם נקודה אפאר מאל דא אין קאווע שטיבל אז פון די צענדליגע זאכן וואס די משכילים האבן געוואלט איינפירן אין כלל ישראל, האבן זיי געווינען מיט כמעט אלעס. פון א ארגאניזירטער חינוך סיסטעם ביז בתי חינוך לבנות, פון ספרים אין אידיש ביז ספרים אין ענגליש, פון צייטונגען און מאגאזינען און אידיש און אין ענגליש, ביז זייגערס אין שולן, פון שאוערס אין מקוה ביז כשר'ע רעסטוראנטן, פון אידישע פיקציע און נאוועלן ביכער ביז לימודי חול למחצה לשליש ולרביע פאר די קינדער, פון א כמעט-גענצליך-אייראפעאישער לבוש ביז דאס אפלאזן מנהגים א שטייגער ווי שמש-קלאפן און פון חינוך מעטאדן ביז שלום בית מעטאדן.

עכ"פ, אידישקייט, איז קיינמאל נישט געווען און וועט קיינמאל נישט זיין "אויטענטיש". ווי יעדע טראדיציע, טוט אידישקייט עוואלוון, בארגנדיג פון ארומיגע קולטורן, און פארבארגנדיג פאר זיי. מיר האבן אריינגענומען גענוג גוי'אישע מנהגים צו אונז, א שטייגער ווי פארשטעלאכטס און פורים, אבער זאל איינער זיך וואגן אויפשטעלן א עווערגרין ביימל אין חנוכה ביי זיך אינדערהיים. וואס איז א חילוק צווישן די צוויי? געוויסע וועלן זיך איינרעדן אז די ערשטע איז 'אויטענטישע' אידישקייט און די צווייטע איז עפעס א גוי'אישער שעטנז, עס איז אבער א טעות. ביידע פון זיי זענען פונקט אזוי "גוי'איש" און קענען פונקט אזוי וווערן "אידיש". ווער מאכט אפ וואס קומט אריין אין וואס נישט? עס איז שווער צו אנצייגן פונקט וועלכע פאקטארן גיבן צו וואס ווערט א טייל פון די טראדיציע, און וואס ווערט אנגעצייכנט אלץ 'אומאויטענטיש', עס איז אבער קלאר אז די פראסעס איז ארביטרארי.

דאס ברענגט מיך צו אן אינטערעסאנטע מסקנא. ווען נייע אכשר-דרא'דיגע מנהגים און חומרות ווערן אינטראדוסט צו אידישקייט, האבן געווענליך די לינקע טענות. "די גליטש צו רעכטס" רופט זיך דער פענאמענאן. איינע פון די טענות איז (א שטייגער ווי חיים סאלאווייטשיק אין "בראך און ווידעראויפבוי" אז די גליטש צו רעכטס ברענגט אריין זאכן וועלכע זענען בעצם פרעמד צו אידישקייט. ענליכע טענות זענען ארויסגעברענגט געווארן דא אין שטיבל דורך חיים נחום הלוי פריעד לגבי סגולות, געפילטע פיש לגבי ****, קאווע טרינקער (און אנדערע) לגבי תגלחת נשים. אבער אז מ'קוקט פון דעם פערספעקטיוו אז עס איז בעצם נישטא אזא זאך ווי אויטענטישע אידישקייט, דאן וואס איז די טענה? צו איז דען נישט רוב, אדער עכ"פ א גרויס חלק, אידישקייט טאקע אזעלכע סארט זאכן וועלכע זענען פון פאר דעם געווען "פרעמד" צו אידישקייט? כפרות איז אויך געווען פרעמד און אומאויטענטיש ביז די המון עם האט עס אנגעהויבן טון בזמן הגאונים און דאן איז עס געווארן "אויטענטיש". מיט וואס איז סגולות, תגלחת נשים אדער סיי וואס, אנדערש?

פון צווייטן זייט, ווען דער אולטרא-ארטאדאקסישער איד שרייט אויפן מאדערנעם איד אז לימודי חול פאר ערוואקסענע איז נישט די מהלך פון אויטענטישע אידישקייט מאכט ער חוזק פון זיך אליין. ווייל צו איז דען לימודי חול פאר קינדער יא אויטענטיש? צו איז דען זיין גאנצער חינוך מעטאד און סיסטעם יא אויטענטיש?


נ.ב. איך בין אינספארירט געווארן צו שרייבן דעם אשכול פון קאווע טרינקער'ס אשכול,
קאווע טרינקער האט געשריבן:פאר אונז וואס זענען 2000 אפגערוקט פון די צייטן ווען אידישקייט האט זיך ארום געדרייט ארום מושגים וואס זענען שוואך-באקאנט און ווערן קוים דערמאנט אין טאג-טעגליכן געשפרעכן (טייטש פון שותא), איז שווער צו פארשטיין און זיך אריין לייגן אין זייער הויזן (וואס אגב, האבן זיי – אויסער די כהנים – נישט געהאט). "טהרה" "סנהדרין" "נזיר" "קדשים" "נגעים" זענען אמאל געווען ווערטער וואס זענען גענוצט געווארן כסדר, א שטייגער ווי אין היינטיגע שמועסערייען: "צניעות" "ליזענסק" "ציונות" "משב"ק" "מסורה" "קוויטל". וואו אין רד"ק אויף תנ"ך ווערט דערמאנט אזעלעכע ווערטער?

און פון לייענען א שמועס אין אייוועלט ווי דער עולם האט כאיש אחד בלב אחד מסכים געווען אז טעקנאו איז נישט אידישלעך, און אייזיק האניג - מיטן ארויסלאזן טעקנאו פון זיין נייעם דיסק - זינגט אויטענטיש. מיינע מחשבות זענען גלייך געווען: "אויטענטיש"?! ווער האט מחליט געווען אז 18'טע-יאר-הונדערט קאנטרי-סטייל מוזיק איז מער אויטענטיש/אידישלעך ווי 20'סטע-יאר-הונדערט ראק-און-ראלל סטייל? איך בין זיכער אז רוב פון די אידן וועלכע רופן אייזיק האניג'ס נגינה "אויטענטיש", וועלן זיך גרוילן פון אויטענטישע מיטל-מזרח'דיג סטיל מוזיק, כאטשיג עס איז לכאורה די נאענסטע צו וואס די לוויים האבן געזינגען אין בית המקדש. און אפילו אויב נישט זיך גרוילן וועלן זיי דאס זיכער נישט אנרופן "אויטענטיש". ענליכס קען געזאגט ווערן אויף די וואס טענה'ן אז אווערנייט קוגל איז נישט "אויטענטיש" און אז פערפעל איז מער אידישלעך ווי פיצא. דאס זענען לופטיגע אויסדרוקן אן קיין שום דעקונג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יידל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

בליקענדיג יעצט נאכאמאל אין דעם אייוועלט אשכול זע איך אז צייטליך שרייבט ענליך צו וואס איך זאג נאר מיט א דיסקלעימער וואס איז נאריש לענ"ד

צייטליך האט געשריבן:איך זעה דא אידן צומאל טאקע מיט אזא מיינונג (אז טעקנאו איז גויאיש - יידל) הגם איך פארשטיי דאס לגמרי נישט. אויב איז דאס איידל געזינגען מיט א אנדער סטייל מוזיק וואס איז שייך גויאיש? ווילד? זינט ווען איז טעקנאו א גוישע סטייל? מיט וואס וואס האבן דאס די גיום אפגעקויפט?

אין נגינה איז דא פארשידענע סטיילס. (א שטייגער ווי פאפ, ראק, קאנטרי וכדו') און די גיום האבן דערצו נישט קיין אויסשליסליכע באניצונג, מיר קענען דאס פונקט אזוי ניצן - פארשטייצעך אויב ס'איז נארמאל איידל געזונגען.

א רגע נאר, פארוואס פארשטייט זיך אז עס דארף זיין "נארמאל איידל געזונגען"? און אויב איז עס לעבעדיג און צולאזט?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

זייער שיין ארויסגברענגט, אבער איך מיין אז דער רעכטער חסידישע איד פערסאניפירט נישט נאך מענדלסאן, ווייל דער לעצטער האט בעיקור געוואלט מדערנקייט נאנטשאפט מיט די גוים, סאיזלאו דוקא אז די ארגאניזירטער חינוך סיסטעם און די זייגער און די שולען היינטיגע צייטען איז עם א גרויסע געווינס
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

קינות גירושין האט געשריבן:זייער שיין ארויסגברענגט, אבער איך מיין אז דער רעכטער חסידישע איד פערסאניפירט נישט נאך מענדלסאן, ווייל דער לעצטער האט בעיקור געוואלט מדערנקייט נאנטשאפט מיט די גוים, סאיזלאו דוקא אז די ארגאניזירטער חינוך סיסטעם און די זייגער און די שולען היינטיגע צייטען איז עם א גרויסע געווינס

וואס הייסט "לאו דוקא"? דוקא ודוקא! מענדעלסאן (או ממשיכי דרכו) האט געוואלט גענוי דאס, א איד וועלכע קען לייענען און רעדן שפת המדינה, ער איז גענוג באהאווענט אין וועלטליכע ענינים זיך צו קענען פארשטיין מיט א גוי. דיין דעפעניציע פון "נאענטקייט מיט די גוי" איז פיל מער פארגעשריטן ווי מענדעלסאן'ס, מענדעלסאן וואלט זיך געפריידט ווען די אידן בימיו וואלטן געווען ווי די פרומסטע חסידים היינט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

טאקע? די האלסט אז מענדאלסון וואלט געווען העכסט צופרידען פון די ווילי לייף סטייל, וואלט ער נישט געווען פון די גרעסטע שרייבערס דא אין שטיבעל?
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

ער וואלט מסתמא נישט געווען צופרידן, ווייל ווי איך האב געשריבן האבן מיר טאקע זיך מאדערניזירט פון איין זייט, אבער פון צווייטן זייט זענען מיר דאך פיל פרומער געווארן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פייפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך פייפער »

אז דו רעדסט שוין ספעציפיש וועגן גויאישע צולאזטע ניגונים וועל איך אריינווארפען מיין צוויי סענט.
ביז היינט האב איך געהאלטען אז עס איז דא א גרויסער הבדל של אלף אלפי הבדלות וואס טיילט אפ די אידישע ליריקס מיט די גויאישע, די אידישע דערהער פון טאנצען ביז די גויאישע.
אן מאכען קיין לאנגע אריכות, מיין איך אז די אידישע ליריקס רעדן קיינמאל נישט פון קיין "יעצט". מען רעדט פון הודאה על העבר ובקשה על העתיד. "יעצט" איז נאר א געלעגענהייט צו קענען ווערן עמאציאנעל אויפן חסד פון דעם עבר אדער פון תקות העתיד.
די גויאישע ניגונים קענען אבער האבן די געדאנק פון "געב דיך אויס דא אויפן טאנץ פלאר", אדער אנדערע געפילן פון הנאה און געשמאק וואס מען האט יעצט יעצט.
דאס זעלבע מיט דעם צורה פון דעם טאנץ בעצם. אויב וויל מען "אינזין" האבן עפעס ביים טאנצען, רעדט מען שוין פון נישט 'יעצט'. שכל ווייסט נישט פון קיין הוה, אלעס איז צוטיילט מיט אן עבר און עתיד. 'יעצט' איז די גוף, די מציאות, אהן קיין אינזין האבן גארנישט, די גוף נעמט איבער. הנאה האבן פונעם טאנץ אהן דעם וואס מען האט 'אינזין' עפעס פון אן אנדערע צייט, עבר אדער עתיד, קען נאר זיין אן הנאה גופניות. 'יעצט' מיינט האנדלען מיטן גוף. באפרייען איר, לאזען זיך עקספיריענסען דעם אקטיווער גוף, אהן די צוריקהאלט און געבונדענקייט פון שכל. צולאזען זיך.
באמת דארף איך ווען אריינקוקען אביסל אין די טעאריעס פון טאנץ איידער איך דרש'ן דא. אבער ס'איז דאך ערב שבועות והכל מודים בעצרת דבעינן לכם. מיז מען אביסל מעמיק זיין אין דעם לכם ;) .
אזהרה - פון דא און ווייטער איז רזין דרזין. וכידוע, מיינט דאס אז איך אליינס פארשטיי עס אויך נאכנישט (אינגאנצען?).
היינט ערב קבלת התורה האב איך געטראכט פון מיין אלטע טעאריע אז מיט כח הדמיון קען מען ממש עקספעריענסן וואס מען וויל נאר, און טאקע 'יעצט'.
לויט דעם איז דאך די עבר און די עתיד באמת די הוה. ממילא וועלן די ליריקס פון אידישע ניגונים בכלל נישט זיין קיין שטער צו עקספעריענסען דעם הוה. מען בלענדט אריין די פיזישע צולאזטקייט פון 'כאפט אריין א וואדקע" צוזאמען מיט די חופות פון גינגאלד און סעודות פון שור הבור, און מען האט א עקספיריענס פון 'יעצט' סיי מיט די גוף און סיי מיט די מחשבה און כח המדמה.
פארשטייט זיך דאס איז נאר אז מען לאזט נישט די שכל 'פיילען' דעם עקספעריענס אונטער דעם 'עתיד' אדער 'עבר' פייל. מען רי-עקספעריענסט עס 'יעצט'.

If my memory serves me well, שטייט אזא בחינה אין ספרים. אז די חידוש פון מתן תורה איז דוקא אין דעם לכם. Whatever that's supposed to mean.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

איז די טענה דא אז סאיז בעצם נישטא אזא זאך ווי אויטענטישע אידשקייט, אדער סאיז שייך נאר פערצאפאל האט עס נישט קיינער?
ווען מיר זאלן ווען האבן א דאקאמענטרי פון תקופת מתן תורה וואלטן מיר נישט געהאט אויטענטישע אידשקייט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נולד מאוחר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

מיין טענה איז אז עס איז נישטא אזא זאך. אין אמת'ן איז עס נישט מיין חידוש, ס'שטייט דאך שוין ע' פנים לתורה, הרבה דרכים למקום (ווי צדיקים פלעגן עס אויסטייטשן), י"ב שבטי י-ה וכו'.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

יידל האט געשריבן:מיין טענה איז אז עס איז נישטא אזא זאך. אין אמת'ן איז עס נישט מיין חידוש, ס'שטייט דאך שוין ע' פנים לתורה, הרבה דרכים למקום (ווי צדיקים פלעגן עס אויסטייטשן), י"ב שבטי י-ה וכו'.

סאיז יתכן אז די 'ע פנים לתורה' איז אפגעטרעטן פון אויטענטישע אידשקייט.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אמת. אבער אז עס איז נישטא קיין אויטענטישע אידישקייט, האט עס נישט אפגעטרעטן פון גארנישט. אז דו ווילסט טענה'ן אז יא דאן ביזטו דער וואס דארף אויפווייזן אז עס איז געווען אן אויטענטישער אידישקייט און אז דער אויטענטישער אידישקייט האט נישט געהאלטן פון ע' פנים לתורה.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

אויב מיר זענען היינט אידן ווייל דער אייבשטער האט באפוילן. האט ער דאך באפוילן וואס ער וויל און וויאזי דאס זאל אויסקוקען. נו פארוואס איז דאס נישט אויטענטיש ?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

ווייל שמירת התורה והמצוות נעמט אן אין יעדן דור א נייער פארעם, לא הרי דור זה כהרי הדור הקודמת בחומר וובצורה. ווער איז צו זאגן וועלכע דור איז אויטענטיש און וועלכע נישט. (חוץ אז דו וועסט זאגן אז די ערשטע פאר דורות נאך מתן תורה זענען געווען אויטענטיש. דאס וועט אבער מיינען אז בימי חז"ל איז שוין נישט געווען קיין אויטענטישע אידישקייט, וכי יעלה זה על הדעת?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יידל, אויב פארשטיי איך דיר גוט, זאגסטו אז "שמירת התורה והמצוות נעמט אן אין יעדן דור א נייער פארעם", דאס הייסט אז די היינטיגע אכשר דרא אידישקייט איז אוטענטיש לגבי אונז היינט? מיינסט צו זאגן אז איך מוז האלטן און מקיים זיין יעדע מנהג שטות אדער קריסטיליכע און פעגאניסטישע שיטה וואס איז פארכאפט געווארן ביי אידן? און אויב נישט טוה איך נישט מיין פליכט פון מקיים זיין די מצוות פון די היינטיגע מכלומר'שטע אידישקייט?



פייפער האט געשריבן:אז דו רעדסט שוין ספעציפיש וועגן גויאישע צולאזטע ניגונים וועל איך אריינווארפען מיין צוויי סענט.
ביז היינט האב איך געהאלטען אז עס איז דא א גרויסער הבדל של אלף אלפי הבדלות וואס טיילט אפ די אידישע ליריקס מיט די גויאישע, די אידישע דערהער פון טאנצען ביז די גויאישע.
אן מאכען קיין לאנגע אריכות, מיין איך אז די אידישע ליריקס רעדן קיינמאל נישט פון קיין "יעצט". מען רעדט פון הודאה על העבר ובקשה על העתיד. "יעצט" איז נאר א געלעגענהייט צו קענען ווערן עמאציאנעל אויפן חסד פון דעם עבר אדער פון תקות העתיד.
די גויאישע ניגונים קענען אבער האבן די געדאנק פון "געב דיך אויס דא אויפן טאנץ פלאר", אדער אנדערע געפילן פון הנאה און געשמאק וואס מען האט יעצט יעצט.

דו נעמסט איין סארט אידישע ליריק'ס און טאנץ, און איין זייער שמאלע סטייל פון נגינה און טאנץ ביי גוים, און אויף דעם בויעסטו א בנין אב ללמד על כל הכלל כולו. תפתח את העיניים שלך תראה איפה אתה חי!
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

געפילטע פיש האט געשריבן:יידל, אויב פארשטיי איך דיר גוט, זאגסטו אז "שמירת התורה והמצוות נעמט אן אין יעדן דור א נייער פארעם", דאס הייסט אז די היינטיגע אכשר דרא אידישקייט איז אוטענטיש לגבי אונז היינט? מיינסט צו זאגן אז איך מוז האלטן און מקיים זיין יעדע מנהג שטות אדער קריסטיליכע און פעגאניסטישע שיטה וואס איז פארכאפט געווארן ביי אידן? און אויב נישט טוה איך נישט מיין פליכט פון מקיים זיין די מצוות פון די היינטיגע מכלומר'שטע אידישקייט?

וואס הייסט "אויטענטיש לגבי אונז היינט"? איך האב דאך געשריבן אז לענ"ד איז נישט פארהאן קיין אויטענטישע אידישקייט. דאס מיינט נישט אז דו מוזט נאכטאנצן די פארעם וואס אידישקייט האט היינט אנגענומען, דו האסט פולע רעכט צו סטיקן צום רמב"ם'ס אידישקייט, לדוגמא. וואס איך זאג איז פונקט פארקערט, דו קענסט נישט ארונטערייסן דעם איד וואס פאלגט יא נאך פאגאניסטישע געפיראכטסער ווען דו האלטסט אז עס איז נישט "אידישלעך" ווייל נאך אלעם איז נישטא קיין אויטענטישע אידישקייט, און אידישקייט האט און אלע דורות געבארגט פון ארומיגע קולטורן, לקולא און לחומרא.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יידל, זייער שיין. ס'איז מיר א כבוד אז מזבל פרדותיו של קאווע_טרינקער ווערט אן אשכול מלא מדע וחכמה.

מיט הרמן און מיט רשותא, וויל איך פשוט מוסיף זיין. די אויסדריק "אויטענטיש" הער איך דוקא פון די אנדערע מחנות אידן כלפי אונז חסידים. אין די מאדערנע חדר, האבן איך שוין געהערט כמה פעמים, אז זיי זענען מחשיב מיין קרייז, צוליב אונזער "אויטענטישקייט". - לכאורה מיינען זיי מער "טרעדישען"? עכ"פ לגבי MO איז זיכער אז אויטענטיש האט נישט קיין מקום. נאר כלפי ריפארמער. ווייל ווען מ'רעדט פון תרי"ג מצות, זענען מיר דאס מקיים פונקט ווי אמאל, דהיינו מיר וועלן נישט טוישן די אתרוג און מיר וועלן נישט אנצינדען א פייער אין שבת, אפילו צו קענען דרייווען צום טעמפעל.

אולי זענען זיי מער "אויטענטיש"? זיי זענען מגדל כלב בתוך ביתם, א זאך וואס ס'איז געווען בימי חז"ל, און ווערט אראפגעברענגט להלכה אין שו"ע.
Under influence
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

@יידל
וואס דען מיינסטו צו זאגן מיט "שמירת התורה והמצוות נעמט אן אין יעדן דור א נייער פארעם", און וואס ברויך איך טוהן מיט דעם נייעם פארעם? איז עס ביינדינג, אדער אפשענאל?

@קאווע
די אויטענטישע טענה הערט מען פון ביידע זייטן, נאר די רעכטע רופן עס נישט אויטענטיש, נאר מסורה, אל תטוש, דרך הסלולה, וכו'.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

יידל האט געשריבן:ווייל שמירת התורה והמצוות נעמט אן אין יעדן דור א נייער פארעם, לא הרי דור זה כהרי הדור הקודמת בחומר וובצורה. ווער איז צו זאגן וועלכע דור איז אויטענטיש און וועלכע נישט. (חוץ אז דו וועסט זאגן אז די ערשטע פאר דורות נאך מתן תורה זענען געווען אויטענטיש. דאס וועט אבער מיינען אז בימי חז"ל איז שוין נישט געווען קיין אויטענטישע אידישקייט, וכי יעלה זה על הדעת?

דיין חז''ל סטראשע אין די זייט פאר א מינוט. יא איך זאג אז די ערשטע דור איז אויטענטיש.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

געפילטע פיש האט געשריבן:@יידל
וואס דען מיינסטו צו זאגן מיט "שמירת התורה והמצוות נעמט אן אין יעדן דור א נייער פארעם", און וואס ברויך איך טוהן מיט דעם נייעם פארעם? איז עס ביינדינג, אדער אפשענאל?

עס איז אן אבזערוואציע, נישט קיין מיינונג. די מציאות איז אז אידישקייט זעט אויס אנדערש אין יעדן דור. צו עס איז ביינענד אדער אפשענעל? מיין מיינונג איז נוטה אז עס איז נישט ביינענד. איך זע נישט וויאזוי ס'קען זיין ביינדענד.
נולד מאוחר האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:ווייל שמירת התורה והמצוות נעמט אן אין יעדן דור א נייער פארעם, לא הרי דור זה כהרי הדור הקודמת בחומר וובצורה. ווער איז צו זאגן וועלכע דור איז אויטענטיש און וועלכע נישט. (חוץ אז דו וועסט זאגן אז די ערשטע פאר דורות נאך מתן תורה זענען געווען אויטענטיש. דאס וועט אבער מיינען אז בימי חז"ל איז שוין נישט געווען קיין אויטענטישע אידישקייט, וכי יעלה זה על הדעת?

דיין חז''ל סטראשע אין די זייט פאר א מינוט. יא איך זאג אז די ערשטע דור איז אויטענטיש.

דאס מיינט אז קיין איין דור זייט דעמאלטס איז נישט געווען אויטענטיש. מסתבר?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

זייער שיין.

וואס קען איך טוישען ביי מיר און ביי מיין משפחה?
איך וויל מאכען א נייע אויטענטישע אידישקייט וואס זאל זיין גרינג און זיס פאר מיינע אייניקלעך צו בלייבען אידען.

וואס קען איך בעסער מאכען און וויזוי.


סע מוז זיין נאר מחמיר צו זיין אדער מע קען מקיל זיין?

און פאר וואס האט מען היינט גענעמען מער מחמיר זיין ווי אמאל ? ווער האט געמאכט אז מע זאל ווערען מער צו די פרימע זייט וואס מאכט מיין אידישקייט איך זאל עס פיינט האבען?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

כבין אויבערפלעכליך אין די ענינים היבש. און כ'קוק אן אידישקייט פון אן אנדערן ווינקל. ביי מיר איז אידישקייט די "תורה", און די תורה איז בעיסיקלי געמאכט אונז צו האלטן אפגעזונדערט פאר דעם אייבירשטען, באשעפער, ג-ט. אונז זעמיר דעם עם הנבחר, דער גוי איז נישט. אין די תורה זיצט "ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי", הבדלה מיינט זיין אנדערש ווי דעם גוי. נאכדעם איז דא דער ובחוקותיהם לא תלכו, וואס מיינט דאס? ס'דא וואס זאגן אז ס'נעמט אריין כמעט יעדע זאך וואס דער גוי טוט, זאלסטו נישט טון. פון זייערע סארט קליידונג, ספארטס, שפראך, ביז זייערע טעגליכע משוגעתן, וואס ס'ווערט ביי זיי א "סטייל" זאלסטו נישט טון, ווייל דו -איד- ביזט אנדערש פונעם גוי! און א יאר ארום וועט דער גוי טוישן סטייל, קענסטע רואיג טון וואס דער גוי האט געטון א יאר צוריק, ווייל ס'מער נישט דעם גוי'ס.

און פארשטייט זיך אז א בן מלך וואס איז זייער געטריי צום מלך, דערשפירט גאנץ פיין וואס דער טאטע וויל. אויב דער מלך זאגט אין זיי אנדערש פונעם פויער, און למשל אלע פויערן שפילן ספארטס - און נישט נאר שפילן זיי, נאר דער מקור איז גאר פון זיי - אדער קליידן זיך מיט ריזיגע שווארצע הענטעל גלעזער, וועט דער געטרייער בן מלך קויפן דווקא ווייסע הענטעל גלעזער און אוועקשטיין פון ספארטס.

לויט דעם קומט אויס אז דער אויטענטישער אידישקייט קען זיך האלטן אין איין טוישן און ווייטער בלייבן אויטענטיש.

און אונזער אידישקייט איז דער הארץ, 2 אידן קענען זיך לערנען ענגליש, איינער טוט עס ווייל ער וויל זיין ווי דער גוי, זיי געפעלן. דער צווייטער טוט עס כדי צו קענען שתדל'ן פאר אידן ביי די פאליטישאנס... נו? דער ערשטער איז א גוי אין הארץ, דער צווייטער איז א אויטענטישער - ואבדיל אתכם מן העמים, ובחוקותיהם לא תלכו - איד

דער וויליאמסבורגער איד איז זיכער דער אויטענטישסטער איד בימינו אלה. און אפשר אפילו שלא בכוונה. ער קען נישט אזוי גוט ענגליש ער שפילט נישט ספארטס, ער גייט דאס מערסטע אנדערש ווי דער גוי. נאר דאס איז עכט אידישקייט ספעציעל אין גלות וואס דער עיקר נסיון איז נישט זיך אויסמישן מיט'ן גוי.

נעם א גוי פון טעקסעס, און לייג אים אריין איין וואך צו וואינען אין וויליאמסבורג, נאכדעם אין בארא פארק א וואך, נאכדעם אין פלעטבוש, נאכדעם אין 5 טאונס. און נאכדעם דארף ער אויסוועהלן ווי ער זאל זיך באזעצן אויף שטענדיג.

גייט ער וועהלן וויליאמסבורג איבער פלעטבוש אדער 5 טאונס? ניין.

פארוואס? ווייל וויליאמסבורג איז דער ווייטסטער פון זיין אויסזעהן, קולטור, שפראך אא"וו.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

מנדל ווייס איז מער אוטענטיש, ער גייט מיט גארביטש בעגס, קיין איין גוי גייט נישט מיט גארביטש בעגס.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

א בן מלך גייט נישט אנגעטון ווי א אפגעריסענער. אונז זעמיר אריסטראקאטן
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
פארשפארט