איבער וואס מ'מעג יא אדער נישט שרייבן
- באריסטא
- מנהל
- הודעות: 716
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 7:28 pm
- האט שוין געלייקט: 20 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל
- קאנטאקט:
איבער וואס מ'מעג יא אדער נישט שרייבן
לעצטנס איז נתרבה געווארן אז מ'שרייבט הודעות אין פארשידענע טעמעס שלא מן הענין, נאר צי מ'מעג אדער "ס'פאסט" צו שרייבן דאס אדער יענץ.
דעריבער עפן איך אויף די נושא, אז ווער עס וויל אויסדרוקן זיין מיינונג איבער אזא ענין זאל אהערקומען עס טון. שרייבט אריין אין דעם קעפל פון וועלכער נושא איר רעדט, און דרוקט אויס אייער מיינונג. געדענקט, נאר מיינונגען געשריבן בטוב טעם ודעת - נישט קיין מחאות!
דעריבער עפן איך אויף די נושא, אז ווער עס וויל אויסדרוקן זיין מיינונג איבער אזא ענין זאל אהערקומען עס טון. שרייבט אריין אין דעם קעפל פון וועלכער נושא איר רעדט, און דרוקט אויס אייער מיינונג. געדענקט, נאר מיינונגען געשריבן בטוב טעם ודעת - נישט קיין מחאות!
- באריסטא
- מנהל
- הודעות: 716
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 7:28 pm
- האט שוין געלייקט: 20 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל
- קאנטאקט:
"חסידות סקווירא" והמסתעף
די פאלגנדע צוויי הודעות האב איך פארמעקט פון דער טעמע "'חסידות סקווירא' והמסתעף". זייער פלאץ איז דא.
בן תימא האט געשריבן:כ'בין טאקע נישט קיין שטארקע אוהב פין סקווירא ווי מיינע חברים ארים מיר ווייסן דאס..
אבער פליז נישט יעדער זאך מיז ווערן אויסגעפויקט ברבים אין נישט אלעס וואס מען האט אויף דער בויך דארף מען ארויס געבן אז מען קען נישט איינהאלטן איז אויף דעם דא א בית.... ווי מען קען איבער לאזן דער שמיץ... נאך אלע מעשיות איז ער דאך א מנהיג ישראל
smart האט געשריבן:איך מיין אז צו האלטען דעם הויעכן סטאנדארט פונעם שטיבעל איז נישט מן הצורך צו האבן אזא אשכול
פאר אזעלכע אשכולת קען מען שוין גיין צו הייד פארק
גבאי ומנהל טראכט איבער
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 146
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:43 am
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
איך בין דא צופעליג אריינגעפאלן, זע איך אז מ'האט אהער אריבערגעפירט מיין קאמענטאר פון דער "קונסט" אפטיילונג. איך וואלט אבער געהאלטן אז ס'באלאנגט דווקא דארט, ווייל אויב ס'הייסט טאקא א קאמענטאר אויף א מענטש, איז פארוואס זאל נישט זיין אנזעעוודיג אז מ'האט זיך אנגערופן דערקעגן, און אפשר טאקע געבן א געלעגנהייט פאר'ן בעל המודעה חוזר צו זיין און עס אראפנעמען? נאר אויב ס'דערווארט זיך טאקע אין יענעם פאל זיך אנצורופן, האב איך יוצא געווען מיינס; אז מיין רעאקציע ווערט ארויסגעפירט פון דארט, נו, דאס איז דאך שוין נישט בידי. איך האב, אגב, נאכאמאל אריינגעשטעלט מיין רעאקציע דארט זעענדיג אז ס'איז מיסטעריעז פארשוואונדן און טראכטנדיג אז ס'איז א טעכנישע פראבלעם. איך כאפ אויך נישט וואס איז דער אויפטו אין אזא פאל פון אריבערפירן די רעאקציע דא אהער? ווער וועט זיך דען מטריח זיין נאך יעדער הודעה צו כאפן א בליק דא צו זען צי ס'איז נישט אפשר געווען עפעס א הערה פון דעם סארט און אהערגעפירט געווארן דא? איז עס סתם פאר אינטערעסאנטקייט פאר די וואס ווילן דא אריינקוקן פון צייט צו צייט צו זען וואספארא באמערקונגען פון דעם סארט זענען ערגעץ געמאכט געווארן? איך וואלט מער פארשטאנען דעם תכלית דערפון אויב אזעלכע הערות ווערן פשוט איבערגעגעבן צו איינעם פון די דירעקטארן, צו קענען באשליסן אויפ'ן פלאץ, אדער פון צייט צו צייט, וואס עס איז פאסיג און וואס נישט אריינצושרייבן אין די פארומען.
גלייכצייטיג וויל איך מעורר זיין אז ס'זענען דא וואס שרייבן אריין בילדער, אילוסטראציעס, און אפשר אויך טעקסטן אין זייערע הודעות, און ס'קען אפשר זיין דערין א לעגאלע פראבלעם פון ניצן יענעמ'ס ווערק אן רשות. איך מיין, אז דאס געזעץ איז היינט זייער שטרענג דערמיט.
גלייכצייטיג וויל איך מעורר זיין אז ס'זענען דא וואס שרייבן אריין בילדער, אילוסטראציעס, און אפשר אויך טעקסטן אין זייערע הודעות, און ס'קען אפשר זיין דערין א לעגאלע פראבלעם פון ניצן יענעמ'ס ווערק אן רשות. איך מיין, אז דאס געזעץ איז היינט זייער שטרענג דערמיט.
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 766 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1563 מאל
- באריסטא
- מנהל
- הודעות: 716
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 7:28 pm
- האט שוין געלייקט: 20 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל
- קאנטאקט:
ישובניק האט געשריבן:איך בין דא צופעליג אריינגעפאלן, זע איך אז מ'האט אהער אריבערגעפירט מיין קאמענטאר פון דער "קונסט" אפטיילונג. איך וואלט אבער געהאלטן אז ס'באלאנגט דווקא דארט, ווייל אויב ס'הייסט טאקא א קאמענטאר אויף א מענטש, איז פארוואס זאל נישט זיין אנזעעוודיג אז מ'האט זיך אנגערופן דערקעגן, און אפשר טאקע געבן א געלעגנהייט פאר'ן בעל המודעה חוזר צו זיין און עס אראפנעמען? נאר אויב ס'דערווארט זיך טאקע אין יענעם פאל זיך אנצורופן, האב איך יוצא געווען מיינס; אז מיין רעאקציע ווערט ארויסגעפירט פון דארט, נו, דאס איז דאך שוין נישט בידי. איך האב, אגב, נאכאמאל אריינגעשטעלט מיין רעאקציע דארט זעענדיג אז ס'איז מיסטעריעז פארשוואונדן און טראכטנדיג אז ס'איז א טעכנישע פראבלעם. איך כאפ אויך נישט וואס איז דער אויפטו אין אזא פאל פון אריבערפירן די רעאקציע דא אהער? ווער וועט זיך דען מטריח זיין נאך יעדער הודעה צו כאפן א בליק דא צו זען צי ס'איז נישט אפשר געווען עפעס א הערה פון דעם סארט און אהערגעפירט געווארן דא? איז עס סתם פאר אינטערעסאנטקייט פאר די וואס ווילן דא אריינקוקן פון צייט צו צייט צו זען וואספארא באמערקונגען פון דעם סארט זענען ערגעץ געמאכט געווארן? איך וואלט מער פארשטאנען דעם תכלית דערפון אויב אזעלכע הערות ווערן פשוט איבערגעגעבן צו איינעם פון די דירעקטארן, צו קענען באשליסן אויפ'ן פלאץ, אדער פון צייט צו צייט, וואס עס איז פאסיג און וואס נישט אריינצושרייבן אין די פארומען.
גלייכצייטיג וויל איך מעורר זיין אז ס'זענען דא וואס שרייבן אריין בילדער, אילוסטראציעס, און אפשר אויך טעקסטן אין זייערע הודעות, און ס'קען אפשר זיין דערין א לעגאלע פראבלעם פון ניצן יענעמ'ס ווערק אן רשות. איך מיין, אז דאס געזעץ איז היינט זייער שטרענג דערמיט.
לכתחילה שטייט אין דעם "ווארט צו דעם נייעם מעמבער" אז מען זאל בכלל נישט שרייבן אזעלכע סארט הודעות, ווייל עס נעמט אוועק דעם פלוס פון די שמועסן. פאר אזעלכע פראבלעמען איז דאך אהערגעשטעלט דער "!" קנעפל וואס טוט איינמעלדן פאר די מנהלים איבער דעם פראבלעם. צומאל איז אבער אינטערעסאנט אז די חברים זאלן דווקא יא דעבאטירן צי א געוויסע הודעה איז א פראבלעם, אבער אזא דעבאטע קען זיך נישט געפינען אין דעם אריגינעלן מקום, ווייל דאן ווערט דער שמועס פארדרייט. דערפאר איז די דאזיגע טעמע געמאכט ספעציעל צו דעבאטירן אזעלכע פראגעס.
איבער אייער טענה אז מ'וועט נישט וויסן אז איינער האלט אז עס איז דא א פראבלעם, איז צו ערשט איז וויכטיג אז די מנהלים זאלן וויסן דערפון, אלזא, דרוקט דעם "!" קנעפל. צווייטנס, אז איר ווילט אויסדרוקן אייער דעה ברבים, און הערן אנדערע מיינונגען, שרייבט אייער דעה דא, און לייגט א לינק אהער אין דער אריגינעלער נושא.
- smart
- ידיד ותיק
- הודעות: 625
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
- האט שוין געלייקט: 349 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל
- קאנטאקט:
סאטמאר קעמפ אשכול
איך מיין אז די אשכול פון סאטמאר קעמפ איז ארויס אביסעלע פון די גלייזען - ווען מען רעדט נאר דורך די פאקטישע דורך גענג אין די נייעס דערפון איז נאכנישט געפערליך אבער אזוי ווי עס איז וווייט ווייט פון דעם מיין איך אז עס נישט די פלאץ עס איז פארהאן אן הייד פארק מיר דארפן עס נישט דא האבן...
א גוטן טאג אייך!
- smart
- ידיד ותיק
- הודעות: 625
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
- האט שוין געלייקט: 349 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל
- קאנטאקט:
יידל האט געשריבן:קלוגער, איך מיין אז די סאטמארע קעמפס אשכול איז היבש אין די גלייזן. ס'רוב תגובות זענען אביעקטיוו אן קיין נגיעות אדער שמוציגע פאליטיק.
אמת, אנפאנג האב איך זייער הנאה געהאט אז מען רעדט אזא נושא וואס איז היבש סענסטעטיוו און עס איז געוען היבש אויפן גלייזען
ביז עס האט אנגעהויבן אריינגיין אין זייער א קינדערישע קעטאגארי וואס אויף דעם מיין איך אז מען קאן אים ליפטערין קיין הייד פארק
א גוטן טאג אייך!
- באריסטא
- מנהל
- הודעות: 716
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 7:28 pm
- האט שוין געלייקט: 20 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל
- קאנטאקט:
בנוגע די הודעה, האט איינער געשיקט צו די מנהלים די טענה:
די דערמאנטע הודעה האט געהאט פארשידענע אומפאסיגע אויסדרוקן וועלכע איך האב ארויסגעשניטן. דאס וואס איז געבליבן האלט איך איז נישט געפערליך. ווילאנג מ'באציט זיך מיט מינימאלע כבוד-אויסדרוקן און מ'באציט זיך צו פאקטן (עכ"פ צו א ווערסיע פון פאקטן וואס איז אנגענומען ביי מענטשן) קענען מיר עס צולאזן.
יעצט לאמיר הערן וואס אנדערע זאגן...
איך האב נישט איבערגעקוקט יעצט די תקנות צו זען אויב ס'פארלעצט, אבער זיכער אז דאס ברענגט מורא'דיג אראפ די ניווא פונעם פארום, אויף אזויפיל דארף מען זיכער מאכן א תקנה, דערמאנטס א רבין פון א קהלה, סאטמאר שרייב מהר"א אדער מהרז"ל, באבוב מהרב"צ אדער מהרמ"ד, נישט איינעם שרייבער כ"ק אדמו"ר מ... שליט"א און די אנדערע מיטן נאמען, דא איז דאך נישט היידפארק
די דערמאנטע הודעה האט געהאט פארשידענע אומפאסיגע אויסדרוקן וועלכע איך האב ארויסגעשניטן. דאס וואס איז געבליבן האלט איך איז נישט געפערליך. ווילאנג מ'באציט זיך מיט מינימאלע כבוד-אויסדרוקן און מ'באציט זיך צו פאקטן (עכ"פ צו א ווערסיע פון פאקטן וואס איז אנגענומען ביי מענטשן) קענען מיר עס צולאזן.
יעצט לאמיר הערן וואס אנדערע זאגן...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6958
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 5108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6794 מאל