הוגה האט געשריבן:איך מיין אז די עולם מאכט דא א גרויסע טעות. ווי יידל האט דא שיינערהייט ערווענט, איז נישט שייך צו מגדיר זיין עפעס וואס טוישט זיך מיט די צייטן אלץ אטענטיש.
וואס איך האב מיך גע'טענה'ט דא מיט זר, בדחן, איינגעמיירעט ועוד, איז געווען נאך וואס זר האט געזאגט אז אוטענטיש אידישקייט מיינט "ואבדיל", איך פארשטיי נישט פונקטליך ווי אזוי דאס מיינט אוטענטיש, אבער ער טענה'ט אז דאס איז עס, האב איך עם פראבירט צו זאגן אז נניח ער איז גערעכט, איז דער ואבדיל א שווער קינד, און קיינער האט מיך נאך נישט געגעבן קיין צופרידענשטעלענדע ענפטער אויף א הגדרה ווען ס'הייסט יא ואבדיל און ווען נישט, חוץ איינגעמיירעט, ער האט מיר זייער גוט און זאכליך געענטפערט.
איינגעמיירעט האט געשריבן:קודם דארף מען האבען די הרגשה פון וועלען זיין דעם אויבערשטערס און די תורהס א מענטש דערנאך העסטו האבען ווייניגער שאלות
ווייסטו וואס? ביסט גערעכט.
דערנאך האט בדחן געזאגט עפעס ענליך
בדחן האט געשריבן:איך מיין אז איר פארשטייט און ווייסט אז ״צייט און מוח און געלט״. האט גארנישט מיט תורות הבדלה, דערפאר וואנדערט מיר וואס איר האט געמייט צו שרייבען אז עס גאר פארקערט.. און פארוואס איר דערמאנט עס.
הכלל, איך פארשטייט בכלל נישט אז זיך קליידען ווי דעם גוי און זיך פיצען ווי דעם גוי איז בניגוד צו תורות התבדלות און עס ברענגט א התקרבות, משא״כ דרייווען א לעצטע מאדעל קאר איז שוין נישט די זעלבע שטאפעל?
צוריק צו אייער ערשטע פראגע, איר פארשטייט טאקע נישט די חילוק פון זיך צוגלייכען היינט צוטאגס צו דעם סטייל פונעם גוי פון היינט צוטאגס, לעומת זיך צוגלייכען היינט צוטאגס צו דעם סטייל פינעם גוי פון צען יאר צוריק??
אז דאס זענען זאכן וואס מ'דארף אליין פארשטיין, דאס איז עפעס א השראה וואס קומט אראפ פון הימל צו יעדן
אוטענטישע איד... כאפסט?
דאס איז אן עקסטערע שמועס, וואס האט נישט בעצם מיט די נושא האשכול פון אוטענטישקייט, נאר איז די הגדרה פון ואבדיל, אויב ווילן די וואס ווילן, קענען זיי עס אפטיילן, אבער די זאכן מוזן געזאגט ווערן און נתברר ווערן איין מאל פאר אלעמאל.
לענין הגדרת ואבדיל, דאס איז וואס איך האב ארויסגענומען פון די שמועס דא.
2013 קאר = נישט גויאיש
2013 גלעזער = יא גויאיש
2013 האר סטייל פאר א שייטל = נישט גויאיש
2013 קליידונג סטייל פאר ערוואקסענע פרויען = יא גויאיש
2013 קליידונג סטייל פאר קינדער שלא באו לכלל חינוך = נישט גויאיש
היינט צו טראגן היינטיגע גלעזער = יא גויאיש
צוואנציג יאר צוריק פאר ר' שלמה באבובער זצ"ל צו טראגן דעמאלסדיגע סטייל גלאנציגע גאלדענע גלעזער = נישט גויאיש
היינט צו גיין מיט די מאדע = יא גויאיש
רוזינע קינדער גיין מיט די מאדע = מלכות
גיין מיט הויזן היינט = נישט גויאיש
גיין מיט הויזן גלייך ווען ס'איז ארויסגעקומען = יא גויאיש
היינט צו זינגען היינטיגע סטייל ניגונים = יא גויאיש
הונדערט יאר צוריק צו זינגען ביים רבי'נס טיש די זעלבע ניגון וואס מ'זינגט אין טיאטער = נישט גויאיש ווייל מ'האט דאס אפגעקויפט פונעם שווארצן פאסטוך
היינט רעדן ענגליש = יא גויאיש
אמאל רעדן אונגאריש = נעם גויז'יש