"די בוירן אידענטיטעט" - (צוגעלייגט צווייטער קאפיטל)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
ראבערט לודלום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 2:29 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

"די בוירן אידענטיטעט" - (צוגעלייגט צווייטער קאפיטל)

שליחה דורך ראבערט לודלום »

אדם אוסר את שלו. איך האב אריין געלייגט כוחות און צייט אינעם איבערזעצן, און איך האב ווייטע חלומות אפשר אמאל צו מאכן עפעס דערויף, מילא בינעך מגלה דעת אז אלע קאפירייט לשונות זאלן חל זיין אויף דעם ווערק, און איך בעט אויך מען זאל נישט מאכן קיין פי די עף'ס דערפון, ולהשומע יונעם.

הערות, קאמענטארן און קריטיק זענען מער ווי ווילקאמען. סיי דא און סיי אין אישי.
ראבערט לודלום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 2:29 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך ראבערט לודלום »

די בוירן אידענטיטעט

ר. לודלום


דזשעיסאן בוירן.

ער האט נישט קיין פארגאנגענהייט, און מעגליך אויך נישט קיין צוקונפט. ער געדענקט גארנישט, זיינע זכרון קעמערלעך ליידיג. דאס איינציגסטע וואס ער ווייסט איבער זיך איז, אז זיין קערפער איז געווארן ארויסגעשווענקט פונעם מיטללענדישן ים, געלעכערט פון קוילן.

עפעס אנדייטונגען זענען פארהאן. אין די הויט אויף זיין היפ, איז קונצליך ארייין גענייט געווארן א מייקראפילם. עס איז קענטיג אז ער איז דורך געגאנגען א פלאסטישע פראצעדור צו פאררעכטן און טוישן זיין געזיכט. בשעת ער איז באוואוסטלאז, זאגט ער עפעס אינטערעסאנטע מאדנע ווערטער, אפשר זענען זיי קאודס. די אינישעלס דזשעי. בי. און דער מיקראפילם צייגט א געהיימע אקאונט נומער אין א שווייצער באנק, וועלכע אנטהאלט א אוצר פון מיליאנען דאלארן.








פארלאג




די ערשטע זייטל פונעם ניו יארק טיימס פון פרייטיג, יולי 11, 1975

קובאנער דיפלאמאטן פארבינדן מיט דעם טרויעריג בארימטן טעראריסט קארלאס

פאריז, יולי 10 - פראנקרייך האט היינט געמאלדן אז זי וועט ארויסווארפן 3 הויך ראנגיקע דיפלאמאטן פון די קובאנער מיסיע אין פראנקרייך, אין פארבינדונג מיט די אלוועלטליכע העפטיגע זוך אקציע נאך א מאן מיטן נאמען קארלאס, וואס מען גלייבט אז ער איז א וויכטיגער פיגור אין א אינטערנאציאנאלע טעראר נעטווארק.

דער פארדעכטיגטער, וואס אויטאריטעטן גלויבן זיין ריכטיגער נאמען איז איליק ראמירעז סאנטשעז, ווערט געזוכט פארן מארד פון 2 פראנצויזישע קאנטער - אינטעליזשענס אגענטן, און א לעבאנעזער מסור , אין א אפארטמענט אין פאריז דעם פארלאפענעם יולי 27.

די מארדן האבן געפירט די לאקאלע און ענגלישע פאליציי צו א שפור פון עפעס וואס איז - לויט ווי זיי טראכטן - א סופער נעטווארק פון אינטערנאציאנאלע טעראריסטן. אין זייער זוך נאך קארלאס, האבן פראנצויזישע און בריטישע פאליציאנטן געטראפן גרויסע וואפן זאפאסן וואס פארבינדט קארלאס'ן צו א טעראר אטאקע אין מערב דייטשלאנד, און פירט צו א פארדאכט אז מערערע טעראריסטישע אקציעס לענגאויס אייראפע זענען געווען פארבינדן.

ווערט געזען אין לאנדאן

זינט דאן, איז קארלאס שוין געזען געווארן אין לאנדאן, און אין בעירוט, די לעבאנעזער הויפט שטאט.


אסאסיעיטעד פרעס

מאנטיג, יולי 7 לאנדאן (עי.פי.) - געווער און מוידן, גראנאטן און טייערע האטעל צימערן, פעטע בילס, עירליין טיקעטס צו ראמאנטישע פלעצער, און שיינע הייזער אין א האלבן טוץ הויפטשטעט. דאס איז דער בילד וואס מאלט זיך אראפ פון א פראפעסיאנאלער מערדער וואס ווערט געזוכט אין א אינטערנאציאנאלע געיעג.

דער געיעג האט זיך אנגעהויבן ווען דער מאן האט געענטפערט דעם קלינג ביי זיין טיר אין פאריז און ער האט דערשאסן צום טויט צוויי פראנצויזישע שפיאנאזש אגענטן, און א לעבאנעזער אינפארמירער. פיר פרויען זענען אין טורמע, ווערנדיג באשולדיגט אין ליכט פון זיינע פארברעכנס. דער מערדער אליין איז אבער אנטלאפן, און די פראנצויזישע פאליציי גלייבט אז ער האלט זיך אויף אין לבנון.

זיינע באקאנטע האבן אים געשילדערט צו רעפארטערס אין לאנדאן, ווי א שיין אויסזעענדער, שטודירט, רייך און פיין געקליידעט. אבער זיינע מיטארבעטער זענען מענער און פרויען וואס ווערן באצייכנט די מערסט סכנה'דיגע מענטשן אין די וועלט. עס הייסט אז ער האט קאנטאקטן מיט די "יאפאנעזע רויטע ארמיי", די "ארגאניזיאציע פאר באוואפנטע אראבישע געראנגל", די מערב דייטשע "באדער-מיינהאף" באנדע, די קוויבעקער באפרייער פראנט, די סעפעראטיסטן אין פראנקרייך און אין שפאניע, און די איירישע רעפובליקאנער ארמיי.

ווען אימער דער מערדער פלעגט צו פארן - צו פאריז, צו האג, צו מערב בערלין - איז אלס געווען באמבע אויפרייסן, ביקסן, געשלעג און קידנעפינגס.

א דורכברוך האט פאסירט אין פאריז ווען א לעבאנעזער טעראריסט האט זיך געבראכן אונטער אינטענסיווע אויספארשונגען און האט געפירט 2 שפיאנאזש לייט צו דעם מערדערס טיר אין פאריז דעם פארלאפענעם יוני 27, אבער ער האט אלע דריי דערשאסן צום טויט און איז אנטלאפן. די פאליציי האט געטראפן זיינע גאנס, און א נאוטבוק מיט נעמען וואס זענען ערשינען אויף זיין "טויטן ליסטע".

נעכטן, האט די לאנדאן אבזערווער באריכטעט אז די פאליציי זוכט דעם זון פון א קאמוניסטישן אקטיוויסט אין ווענעזועלע פאר אויספארשונגען. "סקאטלאנד יארד', די אפיציעלע בריטישע פאליציי, האט געזאגט אז זיי לייקענען נישט דעם באריכט, אבער האט צוגעלייגט אז קיין שום קלאגע איז נישט געבראכט געווארן קעגן דעם מאן, און זיי זוכן אים נאר פאר אויספארשונגען.

די אבזערווער האט אידענטיפיצירט דעם מענטש אלס איליק ראמירעז סאנטשעז, פון קאראקאס. זי זאגט אז דער נאמען איז ערשינען אויף עטלכע פאספארטן וואס די פאליציי האט געפונען דורכאויס דעם איבערפאל אויף דעם מערדערס הויז.

די צייטונג זאגט אז דער נאמען איליק איז נאך לענין, דער גרינדער פון די קאוניסטישע סאוויעט יוניאן וועלכער האט אזוי געהייסן. ער איז געווארן אויפגעצויגן אין מאסקווע און רעדט א פליסיגן רוסיש.

אין קאראקאס, האט א ווארטזאגער פאר די ווענעזועלע קאמוניסטישע פארטיי געזאגט אז דער איליק איז א זון פון א זיבעציג יעריגן קאמוניסטישן לויער וואס וואוינט אין א געגנט פיר הונדערט פופציג מייל פון קאראקאס. אבער ער האט צוגעלייגט אז נישט דער פאטער און נישט דער זון האבן פארבינדונגען מיט די לאקאלע פארטיי.

ער האט געזאגט פאר רעפארטערס אז ער האט נישט קיין אנונג ווי איליק האלט זיך איצט אויף.





ערשטער קאפיטל



דער פארבינדענער מאן איז אריין געשפרינגען אין די שטורמישע כוואליעס פונעם טונקעלן, ברויזנדן ים, ווי א באשעפעניש וואס פרובירט מיט אלע כוחות זיך ארויס צו ראטעווען פון א זומפ. די כוואליעס האבן זיך געהויבן צענדליגער פוס אין די לופטן, און צוריקגעקלאפט אויף די דעק פונעם שיפל. איבעראל זענען געווען די קולות פון געפערליכער ווייטאג; דער רעש פון האלץ וואס רייבט זיך אין האלץ, און שטריק וואס האלטן אט אט ביים זיך איבעררייסן. די באשעפעניש האט געהאלטן ביים שטארבן.

צוויי פלוצימ'ע אויפרייסן האבן איבערגעריסן די קולות פון די ים וואלן, די ווינט, און דעם מאן'ס פיין. זיי זענען געקומען פון די שוואך באלאכטענע קאבינע אויפן דעק, וועלכע האט זיך געהויבן און גענידערט צוזאמען מיט די שיף. א מאן האט זיך ארויסגעבויגן פון די קאבינע, אנכאפנדיג די צוים פון די שיף מיט איין האנט, בשעת זיין אנדערע האנט האלט אונטער זיין קערפער.

א צווייטער מאן האט נאכגעפאלגט. פארזיכטיג, אבער בייזוויליג. ער איז געבליבן שטיין ביים טיר פון די קאבינע, און אויפגעהויבן זיין רעוואלווער. ער האט געשאסן איינמאל, און דאן נאכאמאל.

דער אנטלויפנדער מאן איז פלוצלינג אריין געווארפן געווארן צוריק צווישן 2 ריזיגע כוואליעס, פאראורזאכנדיג ער זאל זיך דארפן אויפהייבן זיין קערפער. די שיפל איז געשווימען נעבן אים, זיך ווארפנדיג אין די כוואליעס, מער העכערן וואסער ווי אינעם וואסער. א פיפטער שאס האט זיך געהערט; דאסמאל האט עס זיכער געטראפן אין ציל. דער פארוואונדעטער מאן האט געשריגן, פרובירנדיג אנצוכאפן סיי וואס איז אים געקומען אונטער די הענט, בעת זיין זע קראפט איז פארשטעלט געווארן פון בלוט און די געזאלצענע ים וואסער. עס איז נישט געווען אין וואס ער זאל זיך קענען אנכאפן, און זיין קערפער איז געווארפן געווארן פון איין כוואליע צו די אנדערע. די שיפל האט זיך דערווייטערט מיט א פארברעכערישע שנעלקייט, און דער מאן מיט א געשפאלטענעם קאפ איז אריין געפאלן אין די טונקעלע טיפענישן.

ער האט דערפילט די איילנדע קאלטע וואסערן נעמען אים ארום, ווי זיי שלינגען אים איין, די וואסער ציט אים ארונטער, דרייט אים ארום, און דאן געט זי אים א שפיי אויס פאר א מאמענט צו כאפן דעם אטעם, און ווידער פאלט ער אריין אינעם שטורמישן ים.

ער האט דערפילט היץ, אינעם אייז קאלטן וואסער, א מאדנער שווייס האט אים באגאסן. עס איז געווען קעלט אויך, ער האט דערפילט זיין פיס און קערפער ווערט אים פארפרוירן.

עס איז געווען א אינטערעסאנטער פאראדאקס. דער מאן איז געווען ביים באוואוסטזיין; ער האט געפילט זיין קערפער דרייט זיך און ווארפט זיך, בעת זיינע הענט און פיס האבן געארבעט איבער די כוחות קעגן דעם שטראם. ער האט געקענט פילן, טראכטן און זען, אפילו פאניקן פון צייט צו צייט. פון די אנדערע זייט האט ער געהאט עפעס א מאדנע רואיגקייט, ווי ער וואלט געווען א בלויזער זייטיגער צושויער. ווי ער וואלט בלויז אבזערווירט די סצענע, אן זיין אליינס פארמישט.

און דאן, האט אים דער געדאנק פלוצלינג ארומגענומען, אדורך די שטורמישע כוואליעס, די היץ, און די קעלט. ער טאר אויף קיין פאל זיך נישט אונטערגעבן צו די מאדנע רואיגקייט! ער קען דאס נישט טאן. שפעטער וועט ער זיך עס קענען ערלויבן, נישט יעצט. ער דארף איבערלעבן דעם ים.

מיט די גאנצע קראפט פון זיין פארוואונדעטער קערפער, האט ער זיך גענומען שווימען. עס איז אים טיילווייז געלונגען זיך צו האלטן אויפן אויבערפלאך, זוכנדיג עפעס! עפעס א שטרוי אין וואס זיך אנצוכאפן.

גארנישט. חוץ פון אטאקירנדע כוואליעס, האט ער גארנישט געפילט.

און דאן, פלוצלינג האט דאס פאסירט. א מעכטיגע עקספלאזיע האט זיך געהערט, צורייסנדיג א דערביי שטייענדע שיפל אויף טויזנט טיילן. די הימל איז געווארן באלויכטן, און פילצאליגע אביעקטן, גרויסע ווי קליינע, זענען געווארן אויסגעשפרייט, צו ווארפן אויף א לאנגער שטרעקע איבערן ים.

ער האט געווינען דעם קאמף. אפגעזען וואס - און פארוואס עס - האט פאסירט, ער האט געווינען אקעגן די שטורמישע כוואליעס.

פלוצלינג איז זיין קערפער צוריקגעפאלן אויף אראפ. ווידער האט ער דערפילט די קאלטע וואסערן שטראמען היבש איבער זיינע אקסלען, קילנדיג זיינע בריענדיגע הייסע וואונדן און פארפרירנדיג זיינע אזוי אויך קאלטע גלידער. זיין קערפער, זיינע פיס. ער האט דערפילט נאכאמאל די דראנג צו פארגעסן פון אלעם, און אריין זינקען אין די וועלט פון רואיגקייט.

נאכאמאל האט ער זיך געשטארקט אויף דעם געפיל, און נאכאמאל האט ער זיך גענומען מאנעוורירן מיט זייע הענט, שטויסן מיט זיין פיס... ביז ער האט עס דערפילט. א דיקע, אויליגע אביעקט, וואס איז מיטגעשווימען מיטן ריטם פון די כוואליעס.ער האט נישט געוויסט וואס דאס איז, אבער עס איז אין פאקט דא, און ער קען עס פילן. עס האלטן.

ער קען זיך אנכאפן דערין! עס וועט אים פירן צו רואיגקייט. צו די שטילקייט פון טונקלקייט און רוה.

*******

די שיין פון די אויפגייענדע זון, האט דורכגעבראכן די נעפל פון דעם מזרח הימל, גלעטנדיג די רואיגע וואסערן פונעם מיטללענדישן ים. אויף א קליין פישער שיפל, איז זיך רואיג געזיצן דער קאפיטאן, פאררויכערנדיג. דאנקבאר פאר דעם הערליכן האריזאנט, די רואיגע וואסערן. ער האט אריבערגעבליקט צו די אנדערע זייט שיפל, וואו זיין אינגערער ברודער איז זיך געזיצן רואיג, פארברענגענדיג געמיטליך מיטן איינציגן אנדערן מאטראז, וועלכער האט זיך געשפילט מיט די נעץ. זיי האבן זיך זארגלאז צולאכט פון עפעס, און דאס איז געווען א גוטע זאך. נעכטן נאכט, איז בכלל נישט געקומען צום לאכן. פון וואנעט איז דער נעכטיגער שטורם פלוצים אנגעקומען? די וועטער באריכטן פון מארסיילעס, האבן גארנישט געהאט געזאגט דערוועגן. ער וואלט ווען נישט ארויסגעפארן צום ים ווען יא. זיין פלאן איז טאקע געווען צו גרייכן דעם פאנג ארט אכציג קילאמעטער צו דרום פון לא סעין–סו-מער, אבער נישט אויפן חשבון פון טייערע קאסטבארע פארריכטונגען צו זיין שיפל. און, אלעס קאסט טייער היינט צוטאגס. נישט אזוי?

און זיכער האט ער נישט געפלאנט דאס צו טאן אויפן חשבון אז עס זאל אים קאסטן דאס לעבן. און עס זענען געווען מאמענטן, נעכטן נאכט, ווען עס האט אים אויסגעקוקט שטארק מעגליך אז דאס וועט זיין די פרייז.

"וויאזוי פילסטו, ברודער"? האט זיין ברודער געשריגן צו אים פון די אנדערע זייט שיפל, מיט א שמייכל אויפן געזיכט. "גוט", האט ער געענטפערט, אריינציענדיג די לעצטע מאל פון זיין ציגארעטל בעפארן פארלעשן און אוועקווארפן. "אביסל שלאף וואלט נישט געשאדט".

עס איז געווען א גוטע געדאנק צו האבן א משפחה מיטגליד ביים רעדל. א משפחה מיטגליד דארף אייביג זיין ביים רודער פון די שיף; די אויגן זענען שארפער. אפילו אויב דער ברודער האט גערעדט ווי א געלערנטער מאן מיט א עלעקוואנטע שפראך, אין קאטראסט צו זיין גאסן שפראך. משוגע! איין יאר אין אוניווערזיטעט, און זיין ברודער האט שוין גאנצע חלומות צו עפענען א ביזנעס. יא, אוודאי! מיט א איינצלנעם שיפל, א שיפל וואס האט שוין געזען בעסערע צייטן. משוגע. וואס האט ער פארדינט פון זיינע ביכער? האבן זיי אים עפעס געהאלפן נעכטן ביים שטורעם? זיינע אלע חלומות זענען שיער חרוב געווארן צוזאמען מיט די שיפל נעכטן.

ער האט פארמאכט זיינע אויגן, לאזנדיג זיינע ארעמעס זיך ווייקן אין די געזאלצענע ים וואסער וואס איז געווען אויפן שיף'ס פלאך. די זאלץ וועלן העלפן זיינע וואונדן זיך בעסער פארהיילן, וואונדן וואס ער האט באקומען נעכטן ביים שטורעם, ווערנדיג געשעדיגט פון אביעקטן וואס זענען ארומגעפלויגן אויפן שיפל.

"קוק! קוק אהין!"

עס איז געווען זיין ברודער. ווי עס שיינט, איז זיין שלאף געווארן צושטערט צוליב די שארפע אויגן פון א משפחה מיטגליד.

"וואס איז?" האט ער צוריקגעשריגן.

"א מענטש איז אינעם וואסער! ער האלט זיך אן אין עפעס! א שטיק ברוכווארג, א ברעט אדער וואס."

דער קאפיטאן האט גענומען דעם רעדל, מאנעוורירנדיג די שיפל צו יענע ריכטונג. דער מאן האט אויסגעזען ווי די מינדעסטע שארך וואלט אים געגעבן א ווארף אראפ פונעם שטיקל האלץ אויף וואס ער איז געליגן. זיינע הענט זענען געווען ווייס, אנכאפנדיג דעם האלץ ווי מיט צוואנגען, אבער זיין קערפער איז געווען געלעמט, אזוי ווי דער קערפער פון א דערטרונקענעם מענטש. אוועק פון די וועלט.

"נעמט די שטריק פון דעם שיפל!" האט דער קאפיטאן געשריגן צו זיין ברודער און דעם דריטן מאטראז. "לייגט עס ארום זיינע פיס און דאן ארום זיינע לענדן. מאכט זיכער אז ער גליטשט נישט אראפ."

"ער וויל נישט אפלאזן דעם ברעט"! האט דער ברודער געשריגן.

"נעם זיי אראפ" האט דער קאפיטאן געזאגט. "ער איז מסתמא טויט".

"ניין. ער לעבט... קוים ער אטעמט, אבער ער לעבט. זיינע ליפן רירן זיך, אבער קיין קול הערט מען נישט. זיינע אויגן רוקן זיך, אבער איך בין שטארק מסופק צי ער זעט אונז."

אקעי. זיינע הענט זענען פריי.

"הייב אים אויף, כאפ אים אן ביי די אקסלען, און שלעפ אים אריבער אינעם שיפל. יעצט".

"אוי באשעפער! קוק אויף זיין קאפ, האט געשריגן דער דריטער. עס איז האלב אפן!"

"ער האט זיך זיכער אריינגעהאקט אינעם האלץ בשעת'ן שטורעם", האט דער ברודער געזאגט.

"ניין!" האט דער קאפיטאן געענטפערט, זיינע אויגן קאנצעטרירט אויפן וואונד. "עס איז א גלאטער שניט, ווי מיט א גאל מעסערל. פאראורזאכט דורך א קויל. ער איז געווארן געשאסן."

"דו קענסט נישט זאגן אויף זיכער" – האט דער ברידער געענפערט.

"אויף מער ווי איין פלאץ" האט דער קאפיטאן צוגעלייגט, בעת זיינע אויגן שפרייזן איבער דעם מאן'ס קערפער. "מיר וועלן צופארן צו פארט נאיר, עס איז די נענטסטע אינזל אהער. ווי אויך איז דא דארט א דאקטאר."

"דער ענגלישמאן?"

"ער נעמט אויף פאציענטן".

"ווען ער קען" האט דער ברודער געענטפערט." ווען די וויין ערלויבט אים". ער איז מער סוקסעספול מיט די שטוב חיות ווי מיט מענטשליכע פאציענטן.

"עס מאכט נישט אויס. דאס וועט ווארשיינליך זיין א טויטער קערפער ווען מיר קומען אן אהין. אויב פערצופאל וועט ער עס יא איבערלעבן, וועל איך אים בעטן ער זאל באצאלן פאר די גאז און א גוטן פאנג וואס מיר האבן דערלייגט צוליב אים. לאמיר דערווייל פארבינדן דעם קאפ וואונד אויף וויפיל סאיז שייך."

"קוק!' האט דער מאטראז געשריגן. "קוק אויף זיינע אויגן."

"וואס איז מיט זיי?" האט דער ברודער געפרעגט.

"א מינוט צוריק זענען זיי געווען גרוי. איצט זענען זיי בלוי!"

"די זון שיינט דא שטערקער", האט דער קאפיטאן געזאגט. "אדער נארן דיר דייינע אויגן. סיי וויאזוי, אין קבר איז נישט קיין חילוק די קאליר."

******

אפגעהאקטע פייפערייען פון די פישער שיפלעך, צוזאמען מיט די כסדרדיגע טשוויטשען פון די פויגל, האבן אינאיינעם געפארעמט די אוניווערסאלע קול פונעם ים ברעג. עס איז געווען שפעט נאכמיטאג, די זון א אונטערגייענדע פייערבאל אינעם מערב, די לופט נאכאלס אויסגעדאמפפט, צו הייס. העכער די אנקערס, מיטן פנים צום בארטן איז געשטאנען א שטיינערנע אויסגעפלאסטערטע גאס, און עטליכע נאכגעלאזטע ווייסע הייזער אפגעטיילט צווישן זיי מיט הויכע גראז. פון די שיינע געבויטע אריין גאנג צו די הייזער איז פארבליבן נאר אביסל צוברעקלענדיגע סטאקאו, פארלאטעט פון אלע זייטן מיט ביליגערע מאטריאל. די איינוואוינער האבן געזען בעסערע צייטן צענדליגער יאר צוריק, ווען זיי האבן בטעות געמיינט אז פארט נאיר וועט פארוואנדלט ווערן אין נאך א וויכטיגע מיטטלענדישער ים פארט. עס איז קינמאל נישט געקומען דערצו.

אלע הייזער האבן געהאט א אויסגעפלאסטערן שטרעזל צו די גאס, אבער די לעצטע הויז אין די רייע האט קענטיג געהאט דעם וועגל אין א שוואכערן צושטאנד ווי די אנדערע. עס האט באלאנגט צו א ענגלישער מאן וואס איז געקומען צו פארט נאיר פאר אכט יאר צוריק, אונטער אומשטענדן וואס קיינער האט נישט פארשטאנען, און צו זיין אויפריכטיג – עס איז קיינעם אויך נישט אנגעגאנגען. איין זאך, ער איז געווען א דאקטאר, און דער אינזל האט זיך גענויטיגט אין א דאקטאר. הוקס, נאדלעך און מעסערס זענען אויפאמאל געווארן מעדיצינישע אינסטרומענטן. אויב האט מען אים געכאפט אין א גוטן טאג, איז דער דאקטאר נישט געווען צו שלעכט, אבער אין א טאג וואס די וויין אדער וויסקי האט נאך געהאט א קענטיגע השפעה אויף אים, איז עס פשוט געווען א איינשטעל, נישט וויסנדיג צי דער דאקטאר וועט גאר ערגער מאכן.

נאר וואס? בעסער ווי גארנישט איז עס דאך.

אבער נישט היינט. קיינער האט נישט גענוצט דעם וועגל היינט. עס איז געווען א זונטאג, און קיינד און קייט האבן געוויסט צוזאגן אז שבת צונאכטס טרינקט זיך דער דאקטאר אן ביז אויס; וואלגערט זיך ארום אין שטעטל, פארענדיגנדיג די נאכט מיט סיי וועלכע פראסטיטוטקע עוועיליבל. גראדע די לעצטע פאר וואכן – האט מען געוויסט צו זאגן – האט זיך זיין סקעדזשול עטוואס געטוישט, ער האט זיך מער נישט ארום געוואלגערט אין די גאסן, אבער מען קען זיכער זיין אז ער האט נישט אויפגעהערט טרינקען, זינט די רעגלמעסיגע סקאטש און וויסקי ליפערונגען צו זיין הויז האבן זיך קיינמאל נישט אפגעשטעלט. עס איז בלויז דאס, אז אנשטאט איז ער געבליבן זיצן אין הויז. א זאך וואס ער טוט שוין זינט יענעם טאג ווען א פישער שיפל האט געאנקערט ביים פארט נאיר ברעג, און ארייןגעברענגט צו אים דעם מאן וואס איז געווען מער טויט ווי לעבעדיג.

דר. דזשעפרי וואשבוירן האט זיך אויפגעוועקט און דער גערוך פון זיין מויל איז אריין געדרינגען אין זיין נאז. עס איז נישט געווען זייער געשמאק. ער האט געפינטלט מיט די אויגן, צוביסלעך האט ער זיך אריענטירט, ער האט געקוקט צו די ריכטונג פון זיין אפענעם בעדרום טיר. צי איז זיין שלאף איבערגעהאקט געווארן פון נאך א אומקלארע מאנאלאג פון זיין פאציענט? ניין, קיין שום קול האט זיך נישט געהערט, אפילו די פויגל פונדרויסן זענען געווען שטיל; עס איז געווען פארט נאיר'ס חגא, און קיין שום שיפן האבן נישט געאנקערט ביי אירע ברעגעס היינט, נישט אנרייצנדיג די פויגל צו זייער פאנג.

וואשבוירן האט געקוקט אויף די ליידיגע גלאז און האלב ליידיגע פלעשל וויסקי, עס איז געווען א פארבעסערונג. אין א געווענליכן זונטאג וואלט די פלאש שוין אויך געווען ליידיג. ער האט געשמייכלט צו זיך, בענטשענדיג – צום וויפילטן מאל – זיין שוועסטער אין ענגלאנד וואס די געלט וועלכע זי האט אים כסדר געשיקט האט אים ערמעגליכט צו קויפן דעם טרינק. זי איז געווען א גוטע מיידל, און גאט ווייסט אז זי וואלט אים געקענט שיקן פיל מער ווי זי האט אים געשיקט. אבער ער איז געווען דאנקבאר פאר וויפיל זי האט יא געשיקט. איין טאג וועט זי אויפהערן צו שיקן, או דאן וועט ער זיך מוזן באגנוגענען מיטן ביליגסטן וויין.

ער האט שוין אקצעפטירט די מעגליכקייט. ביז.. ביז פאר דריי וואכן און פינעף טאג צוריק, ווען דער פרעמדער האלב טויטער מאן איז געווארן אריין געשלעפט צו זיין הויז דורך פישערלייט וואס האבן זיך ניטאמאל אידענטיפיצירט. זיי האבן דאס בלויז געטון אויס רחמנות, נישט אלס באקאנטע. און גאט ווייסט פארוואס. דער מאן איז געווארן געשאסן.

וואס די פישערלייט האבן נישט געוואוסט, איז אז די קוילן האבן נישט נאר געשעדיגט דעם מאן'ס קערפער, מער אזוי, האבן זיי געשעדיגט זיין קאפ, זיין מח. זיין זינען.

דער דאקטאר, האט זיך וואקלדיג אויפגעהויבן און צושפאצירט צום פענסטער ארויסקוקנדיג צום ברעג. ער האט דאן דערזען די אורזאך פון זיין צושטערטן שלאף. א פערד און וואגן איז זיך רואיג דורכגעפארן זיין הויז, א איינוואוינער פונעם אינזל נעמט זיין פאמיליע אויף א זונטאג שפאציר. וואו זעט מען נאך היינט אזאנס? און דאן האט ער זיך דערמאנט די וועגענער אין וואס טוריסטן אין לאנדאן פארן ארום זומער אינעם רעגענט פארק. ער האט זיך הויך צולאכט פון זיך אליינס; פון דעם קאמישן פארגלייך. אבער דאן האט זיך זיין געלעכטער פלוצלינג אפגעשטעלט; און א מחשבה וואס ער וואלט נישט געטראכט ביז פאר דריי וואכן צוריק איז אים געקומען אויפן געדאנק. ער האט שוין געהאט אויפגעגעבן אלע האפענונגען צו זיין אין לאנדאן נאכאמאל, עס איז אבער מעגליך אז דאס האט זיך איצט געטוישט. דער פרעמדער מאן קען עס טוישן.

אויסער אויב זיין אפשאצונג איז געווען אומריכטיג, וועט עס גאנץ זיכער געשען אין די נאנטע טעג. די וואונדן אויף זיין פיס, בויך און ברוסט זענען געווען טיף און געפערליך, זיי וואלטן געווען מעגליך פאטאל, ווען נישט פאר דעם פאקט אז די קוילן זענען מער ווייניגער געבליבן אויפן פונקטליכן פלאץ זייערער, די וואונדן גערייניגט פון די זאלץ וואסער פונעם ים.

צו מזל, איז נישט געווען אזוי שווער ארויסצונעמען די קוילן. עס וואלט געקענט זיין פיל מער געפארפול. למעשה איז די טישו געווען גאנץ פיין צוריקגעוואקסן, ווייך און כמעט ווי ערווארטעט דעם אפעראציע מעסער. עס איז געווען זייער גרינג רעלאטיוו גערעדט. די עיקר געפאר איז געווען דער קאפ וואונד. ווען דער קויל וואלט ווען געווען א מילימעטער אהין אדער אהער, וואלט דער פאציענט עס גאנץ זיכער נישט איבערגעלעבט. ארויסנעמען דעם קויל, האט פארלאנגט א מוראדיגע אחריות.

וושבוירן האט געמאכט זיין החלטה. פאר זעקס און דרייסיג שעה האט ער נישט געטרינקען קיין אלקאהאל, אנשטאט האט ער געגעסן וויפיל סטארטש און געטרינקען וויפיל וואסער א מענטש קען נאר, און דערנאך האט ער געמאכט די מערסט דעליקאטע אפעראציע וואס ער האט נאר אונטערגענומען זינט מען האט אים ארויסגעווארפן פון דעם מעקליענס שפיטאל אין לאנדאן. מילימעטער ביי פיינפולער מילימעטער, איז ער געקראכן מיטן מעסערל, ארויסגעשניטן דעם קויל און צוריק פארנייט דעם קאפ אוועקוואשנדיג סיי וועלכע איבערבלייבענישן. וויסנדיג אז יעדע רגע קען ער מאכן א פיצעלן אבער פאטאלן טעות.

ער האט נישט געוואלט דער פאציענט זאל שטארבן ביי אים אויפן אפעראציע טישל, צוליב פארשידענע סיבות. ספעציעל איינע פון זיי.

ווען ער איז ענדליך פארטיג געווארן, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער פאציענט האט העכסט ווארשיינליך איבערגעלעבט דעם קריזיס, האט ער זיך ערלויבט פריי אפצואטעמען.ער איז פארשטייט זיך תיכף צוריקגעגאנגען צו זין באליבטן גלעזעלע משקה. אבער כאטש ער האט געטרינקען און פארבליבן אנגעטרינקען, האט ער אכטונג געגעבן זיך נישט איבערצוטרינקען. ער האט אלס געוואוסט ווי ער איז, און וואס ער טוט. א קלארע שריט אין די גוטע ריכטונג.

יעדן טאג, געוויס יעדע מינוט, קען זיך דער פרעמדער מאן עפענען די אויגן, און פון זיין מויל וועט אנהייבן ארויסצוקומען העכסט אינטעליגענטע רייד. עס קען מעגליך אפילו זיין יעדע סעקונדע.

די ווערטער זענען געקומען. אין א שיינעם פרי מארגן, זיי האבן געשוועבט אין די לופט, בעת א געשמאקער ים ווינטל האט אויסגעלופטערט דעם צימער.

"ווער איז דא? ווער איז אין דעם צימער?"

וואשבוירן האט זיך אויפגעזעצט אויפן בעט, און מיט שטילע באוועגונגען האט ער זיך שטייטעלעך אויפגעשטעלט. עס איז געווען העכסט וויכטיג נישט צו מאכן קיין פלוצימע רעש, אדער א פיזישע באוועגונג וואס קען דערשרעקן דעם פאציענט, אריין טרייבנדיג אים אין א פסיכאלאגישע ווידערשטאנד. די קומענדיגע פאר מינוט וועלן זייין אזוי הייקל און דעליקאט ווי די כירורגישער פראצעדור וואס ער האט געטון בעפאר. דער דאקטאר אינעווייניג פון וואשבוירן איז געווען גרייט פאר די מינוט.

"א פריינט" האט ער צוביסלעך געענטפערט.

"פריינט"?

"דו רעדסט ענגליש. איך האב זיך פארגעשטעלט אז דו וועסט. אן אמעריקאנער אדער קאנאדישער האב איך געטראכט. דיינע ציינער זעען נישט אויס אייראפעעאיש באהאנדלט. וויאזוי פילסטו?"

"איך בין נישט זיכער."

"עס וועט נעמען א וויילע.
איך בין א דאקטאר, דיין דאקטאר. איך הייס דזשעפרי וואשבוירן. וויאזוי הייסטו?"

"וואס?"

"איך האב געפרעגט וויאזוי דו הייסט."

דער פרעמדער האט גערוקט זיין קאפ צו א אנדערע ריכטונג, גלאצנדיג אויף די אויפגייענדע זון שטראלן וואס האבן באלויכטן די וואנט קעגנאיבער. שטיל.

דאן האט ער זיך צוריק אויסגעדרייט צו וואשבוירן, זיינע בלויע אויגן אריין קוקנדיג אינעם דאקטארס געזיכט. "איך ווייס נישט". האט ער ענדליך געזאגט.

"אוי מיין גאט!"

******


"איך האב דיר געזאגט איינמאל און נאכאמאל. ווי מער דו שלאגסט זיך מיט זיך צוריק צו באקומען דיין זכרון, מאכסטו דיך מער חרוב. דאס איז דאס ערגסטע וואס דו קענסט טאן צו דיר.

'דו ביסט שיכור."

"געווענליך. אבער עס איז נישט רעלעוואנט –

איך קען דיר געבן אנדייטונגען. אויב דו ווילסט מיר אויסהערן."

"איך האב דיר אויסגעהערט".

"ניין דו האסט נישט. דו לעבסט דיר אין דיין באבל, און ציסט ארויף די דעקע איבערצודעקן דיינע מחשבות. הער מיר אויס נאכאמאל."

"איך הער."

"אין דיין – פארלענגערטע – קאומא, האסטו גערעדט אין 3 עקסטערע שפראכן. ענגליש, פראנצויזיש, און נאך עפעס א גאט פארשאלטענע שפראך וואס איז מסתמא אריענטאליש. דאס מיינט אז דו באזיצט עטליכע שפראכן, און דו געפינסט דיר באקוועם אין עטליכע טיילן וועלט. געאגראפיש גערעדט, וועלכע טייל ציט דיר דאס מערסטע?

"קענטיג ענגליש."

"עס שטימט. וועלכע איז די מערסטע אומבאקוועם?"

"איך ווייס נישט."

"דיינע אויגן זענען רינדיג, נישט לענגלעכיג. איך וואלט געזאגט אז די אריענטאלע שפראכן, דער ווייטער מזרח, ציט דיר דאס ווייניגסטע."

"מסתבר."

"דאן פארוואס רעדסטו די שפראך? יעצט, איך וועל דיר זאגן ווערטער וואס דו האסט גערעדט אין דיין באוואוסטלאזן צושטאנד, און דו זאג מיר וואס קומט דיר אויפן געדאנק ווען דו הערסט זיי. מא-קווא. טאם-קוואן. קיע-סעה."

"גארנישט."

"דו שפילסט מיט מיר?"

"וואס ווילסטו?"

"זאג עפעס. סיי וואס. וואס אימער קומט דיר אויפן געדאנק."

"דו ביסט אנגעטרונקען.."

"מיר האבן שוין גערעדט וועגן דעם. ביסט גערעכט אז איך טרינק, און כסדר. אויסער דעם האב איך געראטעוועט דיין לעבן. שיכור אדער ניכטער, איך בין א דאקטאר, אמאל בין איך אפילו געווען א גאר גרויסער דאקטאר."

"וואס איז געשען?"

"דער פאציענט פרעגט אויס דעם דאקטאר?"

"פארוואס נישט?"

וואשבוירן האט זיך אפגעשטעלט, ארויסקוקנדיג פון פענסטער צום ים. "איך בין געווען שיכור" האט ער געזאגט. "זיי זאגן איך האב געהארגעט 2 פאציענטן אויפן אפעראצישע טישל צוליב מיין שכרות. איינס וואלט מען נאך אראפגעשלינגן, אבער 2 איז שוין געווען צופיל. זיי האבן גאנץ שנעל צוזאם געשטעלט וואס עס קומט פאר. געבענטשט זאלן זיי זיין. קיינמאל זאל מען נישט געבן פאר א מאן ווי מיר א מעסער אין די האנט."

"איז עס געווען וויכטיג?"

"וואס?"

"דער טרינק".

"יא, פאר א גוט יאר. עס איז געווען און עס איז נאכאלס." וואשבוירן האט זיך צוריק געדרייט פונעם פענסטער. "און א פאציענט איז נישט בארעכטיגט צו דזשאדזשען דעם דאקטאר."

"אנטשולדיגט."

"דו האסט אויך א געוואוינהייט זיך צו אנטשולדיגן. דאס איז בכלל נישט נאטורליך, עס קוקט אויס אז דו האסט געארבעט דערויף. איך וואלט נישט געזאגט אז אין נאטור ביסטו א פערזאן פון אנטשולדיגונגען."

"דאן ווייסטו עפעס וואס איך ווייס נישט."

"זיכער ווייס איך איבער דיר, זייער אסאך. אבער וואס איך ווייס מאכט נישט קיין ברעקל סענס".

דער אומבאקאנטער מאן האט זיך אויפגעזעצט אינעם בענקל, זיין אפענע העמד האט אנטפלעקט די באנדאזשן אויף זיין בויך און ברוסט. ער האט צוזאם געלייגט די הענט פארנט, זיינע אדערן ארויסשטארצנדיג פון זיינע מוסקולן. "דאס איז אויסער די זאכן וואס מיר האבן שוין גערעדט"?

"יא".

"זאכן וואס איך האב געזאגט זייענדיג באוואוסטלאז?"

"ניין, נישט ממש. מיר האב שוין אויסגעשמועסט רוב פון די שטותים – דיינע מולטי שפראכן, דיינע געאגראפיע קענטעניסן. דו ביסט ווי אינדערהיים אין שטעט וואס איך האב פון זיי קיינמאל – אדער קוים – געהערט. דיין אבסעסיע נישט צו זאגן קיינע נעמען. דו ווילסט זיי זאגן אבער דו זאגסט נישט. דיין שטארקע דראנג צו אלעס ארום קאנפראנטאציע – זיך שלאגן, צוריקגעבן, באהאלטן, אנטלויפן א.א.וו. אלעס מער געוואלדטאטן. איך האב אפט אפילו געדארפט צובינדן דיינע ארעמעס, דיינע וואונדן זאלן זיך קענען פארהיילן און נישט ווערן געשעדיגט. אבער די אלע זאכן האבן מיר שוין אויסגעשמועסט. עס זענען פארהאן אנדערע זאכן."

"וואס מיינסטו? וואס זענען די זאכן? פארוואס האסטו זיי נישט געזאגט פאר מיר ביז איצט?"

"זיי רעדן זיך פון דיין פיזישן געבוי. איך בין נישט געווען זיכער ביז איצט אז דו ביסט שוין גרייט זיי צו הערן, און יעצט בינעך נאך אויך נישט אינגאנצן."

דער מאן האט זיך אנגעלאנט אויף די אנלאנער פונעם בענקל, זיינע טונקעלע אויגן ברעמען אונטער זיינע טונקל ברוינע האר האבן זיך געהויבן אין אויפברויז.

"איצט איז עס דער דאקטאר וואס איז נישט בארעכטיגט צו דזשאדזשען דעם פאציענט! איך בין גרייט צו הערן. פון וואס רעדסטו?"

"זאלן מיר אנהייבן ביים קאפ צוערשט? איך רעד פון די פנים פארשטייט זיך."

"וואס איז דערמיט?"

"דו ביסט נישט געבוירן מיט דעם!"

"וואס מיינסטו?"

"א אפעראציע לאזט אייביג איבער אירע שפורן, אונטער א פארגרעסערונג גלאז זעט מען זיי. דו ביסט אריבער א פלאסטישע אפעראציע."

"א אלטעראציע?"

"דיין גאמבע שטארט ארויס. איך טרוי זיך צו זאגן אז זיי האבן געהאט אמאל א שפאלט, אבער מען האט דעם שפאלט אוועקגענומען. דיין אויבערשטע באק ביין אויף די לינקע זייט, האט כירורגישע סימנים. עס זעט אויס עס איז געווען דארט עפעס און מען האט עס אוועקגענומען. דיין נאז איז א ענגלישע נאז, אבער אמאל איז זי געווען א טראפעלע מער פראמינענט. דיינע גאר שארפע געזיכט שטריכן, האט מען אביסל ווייכער געמאכט, און באהאלטן דורך דעם דיין כאראקטער. דו פארשטייסט וואס איך זאג?"

"ניין."

"דו ביסט גאנץ א אטראקטיווער מאן, אבער דיין געזיכט איז מער רעספעקטירט לויט די קאטאגאריע אין וועלכע זי פאלט אריין, נישט איר אייגענע שיינקייט."

"קאטעגאריע?"

"יא. דו האסט אזא סטיל געזיכט ווי דאס וואס מענטשן זעען געווענטליך אויף די טעלעוויזיע, די ספארט שפילער. די פנים'ער זענען כמעט נישט אנדערש איינע פון די אנדערע. שווער צו זען א חילוק צווישן זיי. זיי האבן אלע די שטריכן אינעם ריכטיגן פלאץ. די ציינער גראד, די אויערן שטייען נישט אוועק פונעם קאפ. גארנישט איז נישט ארויס פון וווי עס באלאנגט. און א טראפקעלע ווייך."

"ווייך?"

"גוט, פארפיעשטשעט איז די ריכטיגע ווארט. געספוילד. זייער זעלבסט זיכער, אפילו אראגאנט, צוגעוואוינט אז אלעס גייט ווי ער וויל."

"איך כאפ נאכאלס נישט וואס דו וווילסט דערמיט זאגן."

"לאמיר פרובירן פון א אנדערע ריכטונג. אז איינער פארבט זיך די האר, האט ער אין פאקט געטוישט זיין אויסזעה. אויף דיין האר זע איך שפורן פון פארב, טייל פלעצער איז די קאליר אביסל שוואכער. אז דו טוסט אן ברילן, און לאזט וואקסן א שנויצן האסטו גענצליך געטוישט דיין צורה. איך וואלט געשאצט אז דו ביסט אין די מיטעלע דרייסיגער יארן, אבער דו קענסט פונקט אזוי זיין צען יאר עלטער אדער 5 יאר יונגער." וואשבוירן האט זיך אפגעשטעלט פאר א מינוט, באטראכטנדיג דעם מאן'ס רעאקציע, אזוי ווי ער זאל זיך ישוב'ן צי ער זאל פארזעצן זיינע רייד. "און אז מיר רעדן וועגן גלעזער, געדענקסט די טעסטס, די עקסערסייז וואס מיר האבן געמאכט מיט דיינע אויגן לעצטע וואך?"

"זיכער."

"דיין זעה קראפט איז פערפעקט, דו דארפסט נישט האבן קיין גלעזער."

"איך טראכט נישט אז איך דארף."

"דאן פארוואס קען מען אנזען אין דיינע אויגן אז דו האסט געטראגן קאנטאקס לענסעס פאר א לענגערע צייט?"

"איך ווייס נישט,עס מאכט טאקע נישט קיין סענס."

"קען איך פארשלאגן א מעגליכע הסבר?"

"איך וואלט הנאה געהאט צו הערן."

"נישט אזוי זיכער." דער דאקטאר האט זיך צוריקגעדרייט צום פענסטער או ארויסגעקוקט אינעם חלל. "עס איז דא געוויסע סארט לענסעס וואס זענען געמאכט פאר איין ציל: צו טוישן די אויגן קאליר. פארהאן אויגן וואס מען קען עס גרינגער טון, ביי אנדערע ארבעט ס נישט אזוי גוט. געווענליך די גרויאישע אדער בלויע זענען גרינגער. דיינע אויגן זענען סתם אזוי די בעסטע קאליר, זינט אמאל זעט עס אויס גרוי, און אונטער אנדערע ליכטיגקייט אומשטענדן זעט עס אויס בלוי. עס האט נישט אויסגעפעלט – און עס איז סיי ווי נישט שייך – צו טוישן די אויג קאליר."

"אויסגעפעלט פאר וואס?"

"צו טוישן דיין אויסזען. עס איז זייער פראפעשענעל. וויזע'ס, פאספארטס, דרייווערס לייסענס, דו קענסט ארום דרייען וויאזוי דו ווילסט. אמאל איז דיין האר ברוין, אמאל בלאנד, אמאל עפעס אנדערש. די אויגן, אמאל גרין, אדער גרוי. צומאל בלוי. די מעגליכקייטן זענען ענדלאז. האלטסט נישט אזוי? און דאס אלעס מיט דעם פנים וואס דו האסט, פון וואס מיר האבן פריער גערעדט."

דער מאן האט זיך שווערליך אויפגעהויבן פון בענקל, זיך אנלאנענדיג אויף זיינע ארעמעס, איינהאלטנדיג דעם אטעם. "עס איז אויך מעגליך אז דו ביסט זיך טועה. דו קענסט זיין זייער אףף."

"די שפורן זענען דא, די צייכענעס. דאס זענען אפענע באווייזן."

"אמת, אבער דאס מיינט נישט אז דו ביסט גערעכט מיט דיין הסבר. עס קען זיין איך האב געהאט א פשוטע עקסידענט, און אין רעזולטאט געווען געצווינגען דורכצוגיין אזא אפעראציע."

"נישט מעגליך. אין אזא פאל וואלט מען נישט געפארבט די האר און אראפגענומען פימפלס."

"דו קענסט דאס נישט וויסן!" האט דער מאן געזאגט אויפגערעגטערהייט. " דו ביסט נישט דארט געווען בשעת מעשה. עס איז דא אפאר מיני פלעסטיק סוירזשעריס, איינס אנדערש ווי די אנדערע. דו קענסט נישט זיין זיכער'".

"גוט! קענסטו דיך רעגן אויף מיר, דו טוסט עס נישט גענוג אפט. און דערווייל טראכט ווער ביסטו. פון וואו ביסטו".
"א סעילסמאן... א עקזעקוטיוו פון א אינטערנאציאנאלע קאמפאני, וועלכע ספעציעליזירט זיך אינעם ווייטן מזרח. אדער א לערער, א שפראכן לערער אין א אוניווערזיטעט, דאס קען שטימען."

"גוט. וועלכע פון די 2 טראכסטו ענדערש? קלויב אויס איינס."

"איך... איך קען נישט." א הילפסלאזיגקייט האט זיך פארשפרייט אין זיינע אויגן.

"ווייל דו גלייבסט נישט קיין איינע פון זיי."

דער מאן האט צוגעשאקלט מיטן קאפ. "ניין. דו גלייבסט יא"?

"ניין" האט וואשבוירן געזאגט. "און פאר א סיבה. די פאכן זענען רעלאטיוו רואיגע פון א פיזישן שטאנדפונקט. דיין קערפער זעט אויס ווי איינער וואס טוט שווערע פיזישע ארבעטן. איך מיין נישט ממש א ספארטלערס אטלעטישער געבוי, אבער דיינע מוסקולן זענען שטייף. דיינע הענט זענען צוגעוואוינט צו שווער ארבעטן. אין אנדערע אומשטענדן וואלט איך געזאגט אז דו ביסט א שווערער ארבעטער, געוואוינט צו שלעפן שווערע לאסט, אדער א פישערמאן וועמענס הענט זענען איבערגעשטרענגט פון ארויף ציען שווערע נעצן."

אבער דיינע פילע ידיעות, דיין אינטעלעקט זאגט מיר אז דאס איז אוממעגליך."

"עס זעט מיר אויס אז דו ווילסט צוקומען צו עפעס אנדערש. א אנדערע געדאנק."

"גערעכט. מיר האבן צוזאמען אויסגעארבעט זאכן במשך די לעצטע פאר וואכן. און דו האסט געכאפט אז איך האב עפעס אין זינען."

"אלזא, איך בין גערעכט"

"יא. איך האב נאר בעפאר געוואלט זען וויאזוי דו וועסט אויפנעמען וואס איך וועל דיר זאגן איבער דיין קערפערליכע צושטאנד. די פלאסטיק אפעראציע, די געפארבטע האר, די לענסעס."

"נו? וויאזוי האב איך עס אויפגענומען?"

"שווער, כעס'יג אבער זעלבסט באלאנסירט. סיי וויאזוי, שוין די העכסטע צייט, נישטא פארוואס עס צו שטופן. איך האב שוין נישט קיין געדולד פשוט. קום, לאמיר דיר עפעס ווייזן". וואשבוירן האט געפירט דעם אומבאקאנטן מאן אריבער זיין ליווינג רום, דורך א אנדערן צימער ביז ער איז אנגעקומען צו זיין מעדיצינישער צימער. אינעווייניג איז געווען א מאשינקע; דער דאקטאר האט עס זיך פארשאפט, ספעציעל דעליווערט פון מארסיילעס. "עס איז נישט די מערסטע פארגעשריטן, אבער עס דינט דעם צוועק". ער האט אראפגעלייגט די מאשין אויפן טיש און איינגעפלאגט דעם ווייער אינעם פלאג. "צי אראפ די ווינדאו שעידס, ביטע" האט דער דאקטאר געבעטן. דער אומבאקאנטער מאן האט אים צוליב געטאן. דער צימער איז געווארן טונקל. וואשבוירן האט אנגעצינדן די מאשין, עס איז געווען א סלייד פראזשעקטאר. די וואנט קעגנאיבער איז געווארן לעכטיג. וואשבוירן האט דאן אריינגעלייגט אין די מאשינקע א קליינער מייקראפילם.

די וואנט איז געווארן פיל מיט ווערטער.

געמיינשאפט באנק
באנהויף שטראסע. ציריך.
נול- זיבן - זיבעצן – צוועלף – נול
פערצן – זעקס און צוואנציג – זעקס – נול

"וואס איז דאס?" האט דער מאן געפרעגט.

"קוק דערויף. שטודיר עס. טראכט."

"עס איז א סארט באנק אקאונט."

"גערעכט. די געדרוקטע לעדערהעד און אדרעס איז פונעם באנק, די געשריבענע ציפערן איז דער אקאונט נומער. די וועג וויאזוי די ציפערן זענען געשריבן, דאס איז די אונטערשריפט וואס ערלויבט צוטריט צום אקאונט. א געווענליכע סטאנדארט."

"פון וואו האסטו דאס באקומען?"

"פון דיר. דאס איז א זייער קליינע פילם האלב די געווענליכע סייז. עס איז געווארן קונצליך אריין גענייט אונטער דיין הויט אויף דיין רעכטע היפ. די ציפערן איז דיין שריפט; עס איז דיין אונטערשריפט. מיט איר קענסטו האבן צוטריט צו א באנק אקאונט וואס דו האסט אין ציריך."
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אין ציריך? שלום עליכם לודלום!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

עס זעט אויס אינטערסאנט, עס זיכער אז עס האט געקאסט צייט און כח עס אהערצושטעלן, פרינטער פרינט עס ארויס וועלן מיר עס ליינען מיט ישוב הדעת,

ייש״כ, ויהא בואך לברכה.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אונז האמיר ערעב לודלום בכבודו ובעצמו דא? ווען האסטו זיך אויסגעלערנט צו רעדן אידיש?
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

איז דאס די מעשה פונעם פילם מיט מעט דעמאן?
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

איך האב נישט געליינט ראבערט'ס גאנצע תגובה דא, אבער די פילם איז באזירט אויף א בוך מיטן זעלבן נאמען, געשריבן דורך ראבערט לודלום.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך האף אז דו וועסט נישט פרובירן עס צו פארקויפן אין דורון ספרים געשעפט, פארן ארויסשניידן "דו ביסט גאנץ אן אטראקטיווער מאן" :lol:
אבער ס'הערליך איבערגעשריבן. כ'האב נישט "געלייענט" די מקור. (געזען יא) אבער די שפראך דיינע איז געשמאק.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

טאמבי האסט געזעהן די גאנצע טריאליגי?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

יא. איך דארף פון די גרינע און בלויע פילן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פיקציע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך פיקציע »

Wow!!
א מעכטיגער ארבעט!
איך האב געזען דעם פילם (און אזוי אויך די אנדערע צוויי - דריי) עטליכע מאל, יעצט וועט מען מאכן חזרה נאכאמאל.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:איז דאס די מעשה פונעם פילם מיט מעט דעמאן?

וואס פונקטליך זענען דיינע צדדי הספק?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
ראבערט לודלום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 2:29 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך ראבערט לודלום »

א גרויסן יישר כח פאר די באדאנקער און די לייקער, ברבים און אין אישי, עס גיט חיזוק אנצוגיין ווייטער מיט די ארבעט.

איך האב אמאל געהערט פון א בעל דרשן, ווער הייסט א גוטער רעדנער? איינער וואס ברענגט ארויס א נקודה, און ער נוצט פונקט די משל / שפראך וואס דער צוהערער טראכט אז ער דארף נוצן, אמאל קען זיין א צווייטער וואס זאגט די זעלבע נקודה, אבער ער ברענגט עס ארויס גאנץ אנדערש ווי דער צוהערער וואלט געוואלט. דאן דארף ער שוין זיין גאר א גוטער רעדנער צו קענען איבערקומען דעם צוהערער'ס אנטוישונג.

אלזא, אויב איינער פילט אויף א פראז אדער פאראגראף אז סאיז נישט ריכטיג געשריבן, צי ווייל עס נוצט נישט פונקט די פאסיגע ווארט אדער עס מינימיזירט די דראמא וואס וואלט געקענט זיין, אדער סתם עס וואלט געקענט בעסער ארויסגעברענגט ווערן, זאל מען זיך נישט צוריק האלטן פון עס שרייבן, עס קען זיין זייער קאנסטרוקטיוו.

לגבי דעם פילם, די ערשטע פילם האט עפעס שייכות מיט די ערשטע בוך, בעת די 2 אנדערע פילם'ס האבן נישט קיין שום ענליכקייט צו די ביכער נאך וועם זיי הייסן, חוץ אז די העלדן פון די מעשה טראגן די זעלבע נאמען ווי אינעם בוך. אבער אפילו דער ערשטער פילם איז אינגאנצן פארדרייט און ארום געטוישט, עס קומט בכלל נישט צו צום בוך, הגם דאס פאסירט אפט ביי פילם'ס. קען מען דען אראפשפילן יעדן פרט פון א פינעף הונדערט זייטן בוך? (לאידך גיסא איז אויך אמת אז א פילם שפארט זיך דעם האלבן ביכל ווייל עס דארף נישט מסביר זיין און אראפלייגן די מציאות, מען זעט עס אליין).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הערליכע ארבעט ראבערט, לך בכחך זה!
מיר האבן דא אין שטיבל אסאך פילאזאפיע, אסאך פאעזיע, אסאך הומאר, יעצט איז צייט פאר דיין סארט ליטעראטור. נו, נעם אונז אויף דיין פליגל, שרייב און ברענג עס אריין דא, טאלאנט איז דא וועלקאם!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הערליך ראבערט!!
איך קיק ארויס צו די נעקסטע קאפיטעל.
ראבערט לודלום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 2:29 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך ראבערט לודלום »

צווייטער קאפיטל



זייי האבן אויסגעקליבן דעם נאמען זשיען פיער. דער נאמען האט נישט געהויבן קיינע ברעמען ביי קיינעם, פונקט אזוי פאסיג פאר פארט נאיר ווי סיי וועלכע אנדערע נאמען.

ביכער זענען געשיקט געווארן פון מארסיילעס, 4 אין ענגליש, 2 אין פראנצויזיש. די ביכער – פון פארשידענע סייזעס – זענען געווען מעדיצינישע טעקסטן, זיי האבן זיך גערעדט איבער מח און זינען טראומאס.

די ביכער האבן גערעדט וועגן די קליינע צעלן – אין די מיליאנען – פון וועלכע דער מענטשליכער מח איז צוזאמגעשטעלט. עס איז אפילו פאר וואשבוירן געווען אינטערעסאנט, ער האט געהאט אסאך נייע באגריפן זיך איינצו'חזר'ן, פארשטיין און אריין נעמען אין קאפ. ספעציפיש האבן זיי זיך באצויגן צו די מח קעמערלעך וואס דינען ווי די זכרון קעמערלעך פונעם מענטש. וויאזוי אמנעזשיע אפעקטירט זיי.

אין די ביכער זענען געווען פסיכאלאגישע שטודיעס איבער גייסטישע שווערע מצבים. סטרעס, וועלכע האט געהאט אזא שארפע ווירקונג אויפן מוח, זי זאל פארלירן דעם זכרון גענצליך אדער טיילווייז. אמנעזשיע.

אמנעזשיע.

"עס איז נישטא קיינע כללים אין דעם", האט דער מאן מיט די ברוינע האר געזאגט. "עס קען געשען פון פיזישע טראומא, און פון גייסטישע איבערלעבענישן. אדער אביסל פון ביידע. און עס קען צומאל זיין פערמענאנט, און צומאל נאר קורץ טערמיניג. נישטא קיין כלל".

"אמת", האט וואשבוירן געזאגט, זיפנדיג פונעם גלעזל וויסקי אין זיין האנט. "אבער איך מיין אז מיר זענען שוין נאנט. מיר האבן שוין מער ווייניגער ארויס דעם בילד פון וואס עס האט פאסירט. פון וואס איך טראכט האט פאסירט".

"וואס טראכסטו"? האט דער מאן געפרעגט אומגעדולדיג.

"דו האסט עס אקארשט געזאגט. "אביסל פון ביידע" האסטו געזאגט. הגם איך וואלט געטוישט אויף "גאר אסאך" פון ביידע. מאסיווע שאקירונגען האבן פאסירט צו ביידע".

"שאקס"?

"שאקס צום פיזישן געבוי, אינאיינעם מיט שאקס צו דיין גייסטישן סטרוקטור. זיי זענען געקומען אויף איינמאל. 2 איבערלעבענישן וואס זענען זיך צוזאמען געקומען, פארמירנדיג אינאיינעם דיין אמנעזשיע".

"וויפיל משקה האסטו געהאט?"

ווייניגער ווי דו טראכסט, און עס איז סייווי נישט רעלעוואנט". דער דאקטאר האט אויפגעהויבן א גאנצן פאלדער מיט פאפירן. "דאס איז דיין מעדיקל היסטאריע פון די לעצטע פאר וואכן, אנגעהויבן פונעם טאג וואס מען האט דיר דא אריין געברענגט. לאמיר עס צוזאם נעמען. די פיזישע וואונדן זאגן אונז אז די סיטואציע אין וועלכע דו האסט זיך פלוצלינג געטראפן איז געווען פול מיט גייסטישע סטרעס. די אומפארמיידליכע היסטעריע וואס קומט פון זיך ראנגלען מיט די כוואליעס פאר ניין שעה אין א צי, ציטערנדיג יעדע רגע אז דאס איז דער סוף, האט נאר פארשטארקערט די פסיכאלאגישע שאדן. כדי דו זאלסט קענען איבערקומען די היסטעריע, האט דיין מוח געמוזט אויסמעקן אלעס וואס האט עס צוגעברענגט. פארשטייסט?

"איך מיין אזוי. די קאפ האט געארבעט זיך צו באשיצן".

"נישט די קאפ, דער זינען. מאך דעם חילוק, עס איז וויכטיג. מיר וועלן שפעטער צוריק קומען צום קאפ. לאמיר עס א נאמען געבן מח".

"גוט. דער זינען, נישט די קאפ ... וועלכע איז באמת דער מח".

"פיין". וואשבוירן האט דורך געבלעטערט די פאפירן וואס זענען געליגן אנגעהויפנט אינעם פאלדער. "אין די פאפירן זענען דא עטליכע הונדערט מעדיצינישע אבזערוואציעס. פארשטייט זיך, א חלק רעדט זיך וועגן געווענליכע זאכן, די מעדיצינען, די דאזעס, ווען מען האט זיי געגעבן. אבער אין גרעסטן טייל רעדן זיי פונעם פאציענט אליינס. פון זאכן וואס דו האסט געזאגט אין דיין באוואוסטלאזן צושטאנד, וואס דו רעדסט אין שלאף, און געהעריג. וויאזוי דו רעאגירסט צו טייל פראזן, וועלכע ווערטער דו נוצט, וויאזוי דו דרוקסט זיך אויס. ווען איך האב געהאט א געלעגנהייט האב איך מיר אפגעשריבן. אפילו די אופן וויאזוי דו גייסט, די וועג וואס דו רעדסט, וויאזוי דיין קערפער רעאגירט צו זאכן וואס רעגן דיר אויף אדער פאראינטערעסירן דיר. דו שטעלסט זיך ארויס צו זיין א געמיש פון נאכאנאנדע סתירות. עס איז תמיד דא אין דיר א עלעמענט פון געוואלד, אבער דו האסט איר אייביג אין קאנטראל. דו האסט אין דיר כסדר'דיגע מחשבות וועלכע פאראורזאכן דיר פיין, אבער דו גיסט כמעט קיינמאל נישט אויס דעם כעס וואס די נאכאנאנדע פיין וואלט דיר געדארפט גורם זיין.

"דו ביסט יעצט גורם דעם כעס" האט דער מאן געזאגט. "מיר זענען שוין הונדערטער מאל איבערגעגאנגען יעדן ווארט וואס איך האב געזאגט אדער פראז וואס איך האב גענוצט" --- "און מיר וועלן ווייטער אזוי טאן" האט אים וואשבוירן איבערגעהאקט. "אזוי לאנג ווי מיר וועלן מאכן פראגרעס".

"איך זע נישט קיין שום פראגרעס דערווייל."

"גערעכט. מיר ווייסן נישט מער איבער דיין אידענטיטעט אדער באשעפטיגונג. מיר ווערן אבער יא מער געוואויר וואס דו האסט ליב, וואס מאכט דיך פילן רואיג, וויאזוי דו גיבסט זיך א עצה אין שווערע מצבים. עס איז אביסל שרעקעדיג".

"וואס מיינסטו"?

"לאמיר דיר מסביר זיין". דער דאקטאר האט אראפגעלייגט דעם פאלדער פון די האנט, און האט זיך אויפגעשטעלט פון זיין בענקל. ער איז צוגעגאנגען צו א אלטן שאנק אנגעלאנט אויף די וואנט. פון א לעדל האט ער ארויסגענומען א גאן, א גרויסע אויטאמאטישע האנט גאן. דער נאמען לאזער מאן האט זיך אומרואיג ארום גערוקט אין זיין בענקל, וואשבוירן האט באמערקט די רעאקציע. "איך האב דאס קיינמאל נישט גענוצט, איך בין נישט זיכער אז איך ווייס בכלל וויאזוי. דאך, וויבאלד מיין הויז איז ביים ברעג האב איך עס". דאן, אן א פריערדיגע ווארענונג, האט ער פלוצלינג געגעבן א ווארף דעם וואפן אין די לופט. דער מאן האט עס געגעבן א כאפ, שנעל, קאנפידענט און אן קיין פראבלעמען. "צושטיקל דעם גאן. איך מיין אז אזוי זאגט מען עס".

"וואס"?

"צושטיקל דעם אויטאמאט. צוטייל עס אויף חלקים".

דער מאן איז געזיצן שטיל פאר א רגע, קוקנדיג אויפן וואפן. דאן, ווי א פאכמאן, האט ער צוטיילט דעם גאן אין אונטער דרייסיג סעקונדעס. דער מאן האט געקוקט אויפן דאקטאר.

"זעסט וואס איך מיין"? האט וואשבוירן געזאגט. איינע פון דיינע סקילס, איז א אויסערגעווענליך אויסגעצייכנטע קענטעניש אין געווער.

"אפשר בין איך א סאלדאט"? האט דער מאן געפרעגט אומגעדולדיג, אין זיין קול איז געווען אנזעעבאר א באהאלטענער פחד.

"כמעט זיכער אז נישט. ווען דו האסט זיך אויפגעוועקט פון דיין קאמע, האבן מיר גערעדט וועגן דיין דענטאל ווארק. דאס איז זיכער נישט די וועג וויאזוי די מיליטערישע דאקטוירים באהאנדלען ציינער. און, פארגעס נישט, די פלאסטישע אפעראציע זאגט זיכער אז סתם א פשוט'ער סאלדאט ביסטו נישט געווען."

"דאן וואס יא"?

"לאמיר נישט אריין גיין יעצט אין דעם. לאמיר צוריקגיין צו וואס עס האט פאסירט צו דיר. מיר האבן גערעדט וועגן דעם זינען, די גייסטישע דרוק. די היסטעריע. נישט דער פיזישער מח, נאר די מענטאל דרוק. בין איך גענוג קלאר"?

"גיי ווייטער".

"מיט די צייט, אז די שאק וועפט אויס, ווערט אויך די פסיכאלאגישע דרוק שוואכער צוביסלעך, ביז עס פארבלייבט שוין נישט קיין אמת'ע געברויך צו באשיצן דעם גייסטישן געבוי. דורכאויס די צייט וואס דאס פאסירט, וועלן דיינע אינסטינקטן, טאלאנטן, צוריק קומען צו דיר. דו וועסט זיך געפינען טון זאכן וואס דו ווייסט נישט אז דו קענסט, זייער גרינג. אין קורצן, דיינע כוחות און מעגליכקייטן וועלן קומען צוריק צו דיר.

אבער, עס איז דאך דא א לאך, און אלעס אין די פאפירן דא זאגט מיר אז דאס איז אומפארריכטבאר." וואשבוירן האט זיך אפגעשטעלט, און צוריקגעגאנגען צו זיין בענקל און גלאז. ער האט זיך אראפגעזעצט, און גענומען נאך א שלינג פון די וויסקי, פארמאכנדיג זיינע אויגן אין אומרוה.

"גיי ווייטער" האט דער מאן געמורמלט.

דער דאקטאר האט צוריק געעפנט זיינע אויגן, אריין קוקנדיג דעם מאן אין פנים. "לאמיר צוריקגיין צו דעם קאפ, די פיזישע קעמערלעך פון מח. דער מח איז קאמבינירט פון מיליאנען צעלן וואס האבן שייכות איינע מיט די אנדערע. דו האסט דאך געליינט די ביכער. די מינדעסטע פיזישע טויש וואס געשעט, קען פאראורזאכן דראמאטישע שינויים. דאס איז וואס איז געשען מיט דיר, דיין מוח איז געווארן פיזיש גערירט, אזוי ווי א ציגל'נע וואנט וואס מען האט צונומען און דאן נאכאמאל צוזאמען געשטעלט.. דאס איז נישט די זעלבע וואס איז געווען."

"און"?

"די תמיד-שוואכער-ווערנדע פסיכאלאגישע פרעשור וועט צוביסלעך ערלויבן – טוט שוין ערלויבן - דיינע סקילס, טאלאנטן און אינסטינקטן צוריק צו קומען צו דיר. אבער איך גלייב נישט אז דו וועסט אמאל קענען עס צוזאמשטעלן מיט דיין פארגאנגענהייט."

"פארוואס? פארוואס נישט"?

"ווייל די פיזישע קעמערלעך וועלכע זענען באאויפטראגט דאס צו טאן, זענען געווארן פיזיש גערירט פון זייער ארט, צו א מצב אז זיי ארבעטן שוין נישט אזוי ווי אמאל. עס איז ווי עס וואלט גענצליך רואינירט געווארן."

דער מאן האט זיך נישט גערירט פון ארט. "דער ענטפער איז אין ציריך", האט ער ענדליך געזאגט.

"נאכנישט יעצט, דו ביסט נאכנישט גרייט. דו ביסט נאכנישט גענוג שטארק".

"אבער איך וועל זיין".

"יא דו וועסט".

***

די וואכן האבן זיך צוביסלעך גערוקט. זיי האבן ווייטער אנגעהאלטן די פיזישע און מח טעראפי. די הויפן מעדיקל פאפירן איז געוואקסן, און דער מאן איז צוביסלעך געקומען צו די כוחות . עס איז געווען אין די פרימארגן שעות פון די ניינצנטע וואך זינט מען האט אים אריין געברענגט צום דאקטאר אהיים. עס איז געווען א הערליכער טאג, דער ים רואיג און באצויבערנד. דער מאן איז ווי זיין טעגליכע געוואוינהייט געלאפן זיין שעה פון עקסערסייז, לענגאויס דעם ים ברעג, דאן ארויף צו די בערג אויפן אינזל. ער האט שוין איצט פארגרעסערט זיין רוט צו אזויפיל ווי 12 מייל א טאג, און עס איז כסדר צוגעקומען נאך. דאס לויפן איז געווארן מער, די אפרוה אינצווישן ווייניגער. דער מאן איז געזיצן אין זיין בענקל, ביים פענסטער פון זיין שלאף צימער, זיין אטעם שווער פון לויפן, און דאס שווייס איז אים גערינען איבערן גאנצן קערפער. ער איז אריין געקומען פון די אונטערשטע טיר, ואס האט אים געפירט דורך א טונקעלן קארידאר הינטערן ליווינג רום גראד צו זיין צימער. עס איז געווען פשוט גרינגער זינט דער ליווינג רום האט געדינט ווי וואשבוירן'ס ווארט זאל און עטליכע פאציענטן זענען נאך אלס דארט געווען ווארטנדיג צו פארנייען זייערע שניטן און באנדאזשירן זייערע וואונדן. זיי זענען געזיצן אין זייערע בענקלעך און אויסגעזען דערשראקן, זיך וואונדערנדיג וואס דעם דאקטאר'ס מצב וועט זיין דעם פרימארגן. אין פאקט, איז עס נישט געווען געפערליך. וואשבוירן האט נאך אלס געטרונקן ווי א צודרייטער קאזאק, אבער ער האט זיכער געמאכט זיך צו האלטן ניכטער צו א געוויסע מאס. עס איז געווען ווי עס זאל זיך פלוצלינג עפענען פאר אים א קוואל פון האפענונג, און דער דאקטאר האט נישט געוואלט ארויסלאזן די געלעגנהייט.

דער פרעמדער מאן האט געוואוסט: די האפענונג איז געווען פארבינדן מיט א באנק אין ציריך... באנהויף שטראסע.

וואס עפעס איז אים די גאס אזוי גרינג אריין געקומען אין קאפ?

פלוצלינג האט זיך די טיר געעפנט. דער דאקטאר האט זיך ווי אריין געבראכן אין זיין צימער, מיט א שמייכל פון אויער צו אויער. זייין דאקטוירישע כאלאטל איז געווען פארפלעקט פון די בלוט פון א פאציענט.

"איך האב עס ערלעדיגט" האט ער געזאגט פרייליך. מיט א טריאומף.

"פון וואס רעדסטו"?

"מיר זענען געבליבן אז דאס בעסטע פאר דיר וואלט געווען דו זאלסט קענען אביסל ארויסגיין אויף די וועלט. פאר 2 מינוט צוריק, האט מאנסיער (פראנצויזיש פאר מר.) זשיען פיער באקומען א זשאב. אמווייניגסטנס פאר א וואך".

"וויאזוי האסטו דאס באוויזן? איך האב געמיינט עס איז נישט דא קיין אפענינגס"?

"איך האב געדארפט דורורך פירן א פראצעדור אויף קלאוד לעמאנטשע'ס אינפעקטירטע פיס. איך האב אים מסביר געווען אז מיין סופליי פון (לאקעל) אנעסטיזשע איז זייער זייער באגרעניצט. ביז מיר האבן פארהאנדלט אז ער וועט דיר געבן דעם זשאב אין אויסטויש".

"איין וואך"?

"אויב וועט ער זיין צופרידן מיט דיר, וועט ער דיר מעגליך האלטן פאר א פערמענאנטער ארבעטער. איך מיין אבער אז עס איז דיר נישט צו שטארק וויכטיג".

"איך ווייס נישט צי איין וואך פעלט יא אויס. א חודש צוריק וואלט עס גוט געווען, אבער יעצט בין איך שוין סייווי גרייט אוועקצופארן. איך האב דיר געזאגט, איך בין באמת גרייט. דו ווילסט דאך אויך איך זאל פארן. איך האב א אפוינטמענט אין ציריך".

"און איך וויל ליבערשט, אז דו זאלסט קומען צו דעם אפוינטמענט אין בעסטן צושטאנד וואס איז מעגליך. מיינע אינטערעסן דערין זענען עקסטרעם סעלפיש; איך מיין גענצליך מיך דערמיט".

"איך בין גרייט".

"אויבנאויף אפשר טאקע, אבער הער גוט וואס איך זאג דיר: עס איז קריטיש וויכטיג דו זאלסט פארברענגען פיל צייט אויפן וואסער, בעסער ביינאכט. נישט ווי א פאסאזשיר, ווי א רייזנדער מיט באקוועמע באדינגונגען, פארקערט, דו זאלסט זיין ווי מער אויסגעשטעלט צו שווערע מצבים און וועטערס, אין פאקט, ווי שווערער אלס בעסער".

"נאך א טעראפי"?

"יא. דאס איז די איינציגסטע מעגליכקייט וואס איך האב געטראפן דא אין פארט נאיר פאר דיר. אויב וואלט איך געווען בכח צו פאראורזאכן א שטורעם, און א מינדערוויכטיגע שאדן צו דיין שיפל, וואלט איך עס זיכער געטון. פון די אנדערע זייט, לעמאנטשע איז פאר זיך אליין א שטורעם... ער איז א שווערער מענטש צו האנדלען מיט. ווי נאר די געשווילאכטס אויף זיין פיס וועט אראפגיין, וועט ער דיר צוביסלעך אנהייבן צו צוריקווייזן, ער וועט זיך רעגן. דאס זעלבע וועלן טון די אנדערע מאטראזן. דו נעמסט צו איינעם'ס פלאץ דארט".

"איך הער. א גרויסן דאנק."

"עס איז איבעריג. מיר גייען צוזאם שטעלן די צוויי סטרעס' אויף איינמאל, סיי דו וועסט זיין – לויט לעמאנטשע'ס פלאן – 2 נעכט אויפן וואסער אין געפארפולע באדינגונגען, און סיי דו וועסט האבן דער געפיל אז דו ביסט נישט באוויליגט, די מאטראזן דארפן דיר נישט דארט. דאס איז א טראפקעלע ענליך צו די ערשטע סטרעס וואס דו האסט געהאט פון די שיסעריי".

"יישר כח נאכאמאל. וואס וועט אבער זיין אויב באשליסן זיי פשוט און פראסט מיך ארויס צו ווארפן פון די שיף אינמיטן פארן? ס'וועט פארשטייט זיך זיין א געוואלדיגער אויפטוה אין טערמינען פון טעראפי און איבערגיין שווערע מצבים, אבער אויב וועל איך זיך דערטרענקען ווייס איך נישט ווי סאך גוטס וועט ארויסקומען פון דעם גאנצן עסק."

"נע! דארפסט בכלל נישט מורא האבן פאר אזא מין זאך. זארג נישט".

"איך האב הנאה צו זען אז דו ביסט אזוי זיכער דערמיט. הלואי וואלט איך געווען".

"דו קענסט זיין זיכער . דו האסט מיר דא, און כאטש איך בין נישט עפעס ווייס איך וואס, אבער נאך אלעם בין איך דאס איינציגסטע וואס זיי פארמאגן. זיי וועלן נישט ריזיקירן מיר צו פארלירן".

"אבער דו ווילסט יא אוועק פארן. און איך בין דיין פאספארט פאר א וועג ארויס".

"גוט, נישט אויף א געווענליכן וועג.
קום, לאמיר גיין. לאמאנטשע וויל זאלסט שוין אהין גיין, זיך באקענען מיט די שיף און איירע איינריכטונגען. דו הייבסט אן דיין ארבעט דארט מארגן 4'ע פארטאגס. טראכט אריין ווי שטארק דו וועסט בעניפיטירן פון א וואך אויפן וואסער. קוק עס אן ווי א לוסט רייזע, א קרוז שיף."

עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא קרוז שיף... דער קאפיטאן פון די די שמוציגע אויל – דורכגעווייקטע פישער שיפל איז געווען א מאן מיט א מיאוס מויל שעלטנדיג וועם אימער עס איז אים נאר געקומען אויפן געדאנק. די מאנשאפט זענען געווען א באנדע אומפאסנדע פערזאנען, קענטיג די איינציגסטע מענטשן אין פארט נאיר וואס האבן מסכים געווען צו פארן אויף קלאיד לעמאנטשע'ס שיף. דער געווענליכער פינעפטער מיטגליד פון די שיף מאנשאפט – וועמען'ס פלאץ זשיען פיער האט ערפילט – איז געווען א ברודער מיטן מאן וואס איז געווען געשטעלט אנצופירן מיט די נעצן, א פאקט זשיען פיער איז גאנץ שנעל געוואר געווארן איינמאל די שיף האט פארלאזט דעם ברעג יענעם 4'ע פארטאגס.

"דו נעמסט צו דאס ברויט פון מיין ברודערס טיש"! האט דער נעצן מאן געמורמלט אריין ציענדיג פון זיין ציגארטעל. דו נעמסט צו דאס ביסן פון מויל פון זיינע הונגעריגע קינדער."

"עס איז נאר פאר א וואך", האט זשיען פיער פראטעסטירט. עס וואלט געווען גרינגער ווען זיי נעמען זיך ווען אונטער בעפאר אז דער דאקטאר וועט באצאלן דעם פיפטן מאן פאר די ארבעט וואס ער האט דערלייגט, אבער זיי האבן באשלאסן אז פארן תועלת פון די טעראפי איז וויכטיגער די אטמאספער זאל זיין ווי מער פיינטליך צו אים.

"איך האף דו קענסט גוט די מלאכה".

ער האט נישט געקענט.

עס זענען געווען מאמענטן דוראכאויס די קומענדיגע צוויי אין זיבעציג שעה, ווען זשיען פיער האט זיך געטראפן טראכטן אז עס איז געווען א טעות; מען וואלט יא געדארפט צוזאגן געלט פארן פעלנדן מאן, נישט סתם אים אראפשטויסן פון די שיף פאר א וואך צייט. די פיינטליכקייט און טשעפערייען מצד די מאנשאפט האט זיך נישט אויף געהערט פאר א מינוט, אפילו אין די נאכט שטונדן – ספעציעל אין די נאכט שטונדן. עס איז געווען ווי זייערע אויגן וואלטן געווען צוגענאגלט צו אים, ליגנדיג אויף שמוציגן מאטראץ אויפן דעק פון די שיף, ווי זיי וואלטן געווארט ער זאל איינשלאפן.

"דו! שטיי אויף! שטיי אויף דער וואך. דער אנדערער וועכטער איז קראנק, דו דארפסט ערפילן זיין פאזיציע."

"שטיי אויף! פיליפ שרייבט זיך אפ זיינע מעמאורן, מען קען אים נישט שטערן".

אדער "שטיי! דו האסט צוריסן א נעץ היינט! מיר גייען דאס נישט באצאלן. מיר האבן אפגעשמועסט אז מיר וועלן נישט ליידן צוליב דעם נארישקייט.

פארריכט עס יעצט!"

די נעצן.

אויב 2 מענטשן האבן אויסגעפעלט צו טון זיין ארבעט, האבן זיינע 2 ארעמעס געטון די ארבעט פון 4. אויב האט ער געארבעט צוזאמען מיט נאכאיינעם, האט דער אנדערער כסדר אויסגעלאזט די שטריק לאזנדיג די גאנצע וואג אויף אים. דא האט אים א דריטער געגעבן אזא קאפע מיט די אקסלען אז ער איז שיעור אריינגעפלויגן אין ים.

און דאן איז געווען דער הינקעדיגער מאניאק, לאמאנטשע. ער האט געציילט יעדן קילאמעטער אויפן וואסער לויט וויפיל פיש ער האט פארלוירן.

זיין קול איז געווען א קראצנדיגע, אבער הויך ווי א הארן. ער האט קיינעם נישט אדרעסירט בלויז ביים נאמען, אן צולייגן עפעס א מיאוס ווארט בעפאר. א געוואוינהייט וועלכע איז געגאנגען אויף די נערוון פאר זשיען פיער. לעמאנטשע אליין האט אבער נישט צוגערירט צו וואשבוירן'ס פאציענט, ער האט בלויז געוואלט שיקן א מעסעזש: טוה דאס נישט נאכאמאל צו מיר. נישט ווי מיין שיפל און מיינע פיש זענען פארמישט.

לעמאנטשע'ס סקעזשול איז געווען צו זיין צוריק ביים בארטן פון פארט נאיר דעם דריטן טאג פארנאכטס. אפלאדענען די פיש, און געבן צייט פאר די מאנשאפט צו ערלעדיגן זייערע געברויכן אויפן אינזל. שלאפן, עסן און / אדער כאפן א גלעזל משקה. אויב איז מען געווען מזל'דיג, האט מען אריינגעכאפט אלע דריי. ווי נאר זיי זענען אריין געקומען אינעם פארט נאיר ברעג, האט עס פאסירט.

די נעצן זענען געווארן צוזאם געלייגט און אוועקגעלייגט אינמיטן די שיף דורך דעם נעצן מאן און זיין ערשטער געהילף. דער אומגערופענער מאנשאפט מיטגליד – וועמען די איבריגע מיטגלידער האבן גערופן מיטן צונאמען "סענגסו" (דער אויסנוצער) - האט אויסגעקערט דעם דעק פון די שיף מיט א גרויסן בעזים. די 2 איבריגע מאנשאפט מיטגלידער זענען געשטאנען מיט גרויסע אמפערס ים וואסער און געשפריצט פארנט פון זיין בעזים, און מער מאל ווי נישט האבן זיי געצילט די וואסער צו דעם אויסנוצער אנשטאט די ערד פון די שיף דעק.

א פילער אמפער וואסער וועלכע האט ארויף געשפריצט צו הויך אנשטאט צו גיין אויף די ערד, האט פארשטעלט וואשבוירן'ס פאציענט'ס אויגן פאר א מינוט. ער האט פארלוירן זיין באלאנס, די שווער וואגיגע בעזים מיט די ווי - מעטאל פילנדע האר איז אים ארויסגעפאלן פון זיינע הענט, און האט געטראפן די קניען פון דעם נעצן מאן, שטעכנדיג אים מיט די שארפקייט פון די האר.

"פארשאלטענע באשעפעניש".

"אנטשולדיגט" האט דער פאציענט געזאגט מיט א רואיגקייט, אפווישנדיג זיינע אויגן פונעם וואסער.

"וואס זאגסטו דארט?" האט דער נעצן מאן געשריגן.

"איך האב זיך אנטשולדיגט" – האט געזאגט דער מאן וואס מען האט גערופן זשיען פיער. "זאג דיינע קאלעגעס זאלן נאס מאכן דעם שיף'ס דעק, נישט מיר".

"מיינע פריינט מאכן מיר נישט דער ציל ברעט פון זייער נארישקייט"!

"איך ווייס. איך בין".

דער נעצן מאן האט אנכאפנדיג דעם בעזים, זיך אויפגעשטעלט אויף זיינע פיס, און עס געהאלטן אויסגעשטרעקט ווי א פיילן בויגן. "ווילסט זיך שפילן, "סענגסו"?"

"קום אהער, גיב מיר עס".

"זייער גערן, אויסנוצער! דא האסטו!" דער נעצן מאן האט געגעבן א ווארף דעם בעזים אויף פאראויס, עס איז ארויפגעפאלן אויף דעם מאן, צוקראצנדיג זיין ברוסט און בויך, און עטוואס צוריסן זיין קלייד.

צי עס איז געווען די בארירונג מיט זיינע קוים פארהיילטע וואונדן, אדער סתם א רעזולטאט פון זיין פרוסטראציע פון די אומאויפהערנדע טשעפערייען דורכאויס די פארלאפענע 72 שעה, דער מאן האט אליין נישט געוואוסט. ער האט נאר געוואוסט אז ער ברויך צוריק ענטפערן, און זיין ענטפער איז געווען אזוי אלארמירנד צו אים ווי סיי וואס ער האט זיך נאר געקענט פארשטעלן.

ער האט אנגעכאפט דעם הענטל פון דעם בעזים, און מיט א קראפט עס געגעבן א ווארף אריין אין דעם נעצן מאן'ס בויך. אין די זעלבע צייט האט ער - אויפהייבנדיג זיין לינקן פיס גאר הויך - געגעבן א שטויס פאר יענעם אין האלז.

"טא-או" ! האט ער אומווילנדיג געמורמלט, אליין נישט וויסנדיג וואס עס מייינט.

בעפאר ער האט געקענט איבערטראכטן די געשעענישן, האבן שוין זיינע הענט און פיס געארבעט ווייטער, האסטיג. זיין רעכטע פיס איז אנגעפאלן דעם נעצן מאן ווי אן אטאקירנדער קאנאן, אריין זעצנדיג אין זיין לינקע ניר.

"טשע-סא" האט ער געמורמלט.

דער נעצן מאן האט זיך ארום געדרייט, דאן האט ער זיך צוגעבויגן צו אים אין פיין און אויפברויז, זיינע הענט אויסגעשטרעקט ווי צוואנגען שרייענדיג אויף אים.

"מאנסטער!"

בעפאר דער נעצן מאן האט געהאט א שאנס אים אנצורירן, איז דער געשלעג געווען פערטיג. דער פאציענט האט זיך געגעבן א בייג איין, אויסשטרעקנדיג זיין רעכטע האנט אנצוכאפן דעם נעצן מאן'ס לינקן ארעם, דאן האט ער זיך גענומען ארום דרייען זיינע הענט ארויף אין די הייך און דאן טיף אראפ אזוי עטליכע מאל, ביז ער האט אים ענדליך אויסגעלאזט – נישט בעפארן אים געבן א געזונטן שטויס אין רוקן. דער נעצן מאן איז געפאלן אויף פאראויס איבער די נעצן און זיין קאפ האט אריין געהאקט אין די וואנט פונעם שיף.

"מי – סעה" האט זיך דער מאן נאכאמאל אונטערגעברומט, אן וואס ער זאל פארשטיין וואס די ווערטער מיינען.

איינער פון די מאנשאפט האט פלוצלינג שטארק אנגעכאפט זיין האלז, פון אונטן. דער פאציענט האט געגעבן א קראך אריין זיין פויסט אין דעם בויך וואס איז געווען אונטער אים, דאן האט זיך געגעבן א בייג אויף פאראויס, איינקלאמערנדיג אין זיין האנט די האנט וואס איז געווען אויף זיין האלז. זיין אטאקירער איז איצט געווען אין די לופט, זיינע פיס האבן זיך געדרייט בעת דער פאציענט האט אים געווארפן אויף פאראויס איבערן שיפסדעק, זיין פנים און גענאק זענען געווארן פארכאפט אין איינע פון די רעדלעך פאלנדיג.

די 2 פארבליבענע מאנשאפט מיטגלידער האבן זיך געלאזט איבער אים, האמערנדיג אין אים מיט זייערע הענט און פיס וויפיל זיי האבן געקענט, בעת דער קאפיטאן לעמאנטשע איז געשטאנען אין די זייט און געווארנט דעם פאציענט ער זאל אויפהערן.

דער פאציענט האט געגעבן א כאפ אן די האנט פון איינעם, און עס געדרייט אויף די פארקערטע זייט 2 מאל. די האנט איז געווען צובראכן.

וואשבוירן'ס פאוציענט האט צוזאם גענומען זיינע הענט, זיי אויפגעהויבן אויף ארויף ווי עס וואלט געווען א האמער. דאן האט ער זיך גענומען איבער דעם מאן מיט די צובראכענע האנט, אריין שטעקנדיג זיינע פינגער אין די מיטלפונקט פון זיין האלז. דער מאן האט זיך א וואקל געטאן און איז צוזאם געפאלן אויפן דעק.

"קווא – סאה" האט אפגעקלונגען אין זיינע אויערן דער ווידערקול פון זיינע מאדנע ווערטער.

דער פערדער מאן האט זיך באצייטנס אפגערוקט פון ארט, נישט אראפנעמענדיג קיין אויג פון דעם מאן וואס איז פשוט געשטאנען און אים אנגעקוקט.

עס איז געווען דערנאך. 3 פון לעמאנטשע'ס מאנשאפט זענען געליגן באוואוסטלאז, שווער באשטראפט פאר דאס וואס זיי האבן געטאן. עס איז געווען א גרויסער ספק אויב איינער פון זיי וועט בכלל קענען זיין צוריק אויף די שיף 4'ע פארטאגס צו די קומענדיגע רייזע.

לעמאנטשע האט ארויסגעזאגט זיינע ווערטער זייער קלאר, כאטש די אנטשלאסנקייט אין זיין טאן האט נישט באהאלטן זיין וואונדער פון די אקארשטע געשעעענישן: "פון וואנען דו קומסט ווייס איך נישט, אבער אויף דעם שיף קענסטו נישט פארבלייבן. אפילו איין מינוט".

דער מאן אן זכרון האט אויפגעפאסט די איראניע וואס איז אומווילנדיג געליגן אינעם קאפיטאן'ס ווערטער. ער אליין ווייסט אויך נישט פון וואו ער קומט.

***

"דו קענסט דא נישט פארבלייבן" האט דזשעפרי וואשבוירן געזאגט אריין קומענדיג אינעם פארטונקלטן שלאף צימער. "איך האב געגלייבט אז איך קען דיך ראטעווען פון ווערן אטאקירט, אבער אז דו ביסט געווען דער אטאקירער איז דער מצב גענצליך אנדערש".

"זיי האבן מיר פראוועצירט".

"אזוי שטארק ווי דיין רעאקציע איז געווען? א צובראכענע האנט, און ריסן וואס ברויכן א אפעראציע צו פארריכטן אין איינעמס האלז און פנים, און אין א צווייטנס קאפ ביין? א שווערע חוט השדרה וואונד, און א נאכנישט-פונקטליך-פעסטגעשטעלטע וואונד אין די נירן"?

"אבער ווען איך וואלט נישט רעאגירט וואלט איך שוין יעצט געווען א טויטער". דער פאציענט האט אויפגעהערט צו רעדן, אבער האט תיכף צוריק אנגעפאנגען בעפאר דער דאקטאר האט געקענט אריין האקן. "איך מיין מיר האבן זאכן צו איבעררעדן. אפאר זאכן זענען געשען, נייע ווערטער זענען מיר אריין געקומען אין מויל. מיר דארפן רעדן".

"מיר דארפן, אבער מיר קענען נישט. עס איז נישטא קיין צייט. דו מוזט שוין יעצט אוועקגיין. איך האב שוין געמאכט די נויטיגע אראנזשירונגען."

"יעצט?"

"יא. איך האב זיי געזאגט אז דו ביסט אריין אינעם דערבייאיגן שטעטל, מסתמא כדי זיך אנצוטרינקען. די משפחות גייען איצט ארום דיך זוכן. יעדער ברודער , קוזין און שוואגער פון די באטראפענע וואס זייער קערפערליכער צושטאנד ערמעגליכט זיי דערצו. זיי האבן מיט זיך מעסערס, ביכער, און מסתמא אויך א גאן אדער 2. ווען זיי וועלן דיך נישט געפינען דארט, וועלן זיי צוריק קומען אהער. זיי וועלן זיך נישט אפשטעלן ביז זיי טרעפן דיר."

"אלעס וועגן א געשלעג וואס איך האב נישט אנגעהויבן?"

"ווייל דו האסט פארוואונדעט דריי מענטשן, וואס יעדער איינער פון זיי וועט פארלירן מער ווי א וואך געהאלט לכבוד דעם. און עס ליגט דערין עפעס טיפער אויך".

"וואס?"

"די שאנדע. א פרעמדער האט געוויזן אז ער קען זיך מער ווי פארמעסטן מיט – נישט איינס, נאר – דריי פון פארט נאירס רעספעקטירטע פישערלייט".

"רעספעקטירטע"?

"פון א פיזישן שטאנדפונקט. לעמאנטשעס מאנשאפט הייסט די שטארקסטע פונעם גאנצן וואסער ברעג."

"דאס איז לעכערליך".

"נישט אין זייערע אויגן. עס איז זייער כבוד און שטאלץ... יעצט אייל דיך צו – נעם צוזאם דיינע זאכן. עס איז דא יעצט א שיף פון מארסיילעס, דער קאפיטאן האט איינגשטימט דיך מיטצונעמען, און דיך אראפלייגן א האלבן מייל פונעם בארטן צו צפון פון לא – קיאטעט". דער מאן אן קיין זכרון האט איינגעהאלטן זיין אטעם. "דאס מיינט אז עס איז צייט צו גיין" האט ער שטיל געזאגט.

"עס איז צייט" האט וואשבוירן געענטפערט. "איך מיין איך ווייס וואסערע מחשבה לויפט דיר יעצט דורך. א געפיל פון הילפלאזיגקייט. ווי א שיף אן א קאפיטאן. איך בין געווען דיין וועגווייזער ביז איצט, אבער איך וועל מער נישט זיין מיט דיר; איך קען גארנישט טון דערוועגן. אבער, גלויב מיר וואס איך זאג דיר. דו ביסט נישט הילפלאז. דו וועסט דיך טרעפן דיין וועג".

"קיין ציריך" האט דער פאציענט צוגעלייגט.

"קיין ציריך" האט דער דאקטאר איינגעשטימט. דא האסטו, איך האב דיר איינגעבינדן פארשידענע נוצבארע זאכן אין דעם ארבעטס גארטל. בינד דאס ארום דיינע לענדן".

"וואס איז דאס"?

"דאס גאנצע געלט וואס איך פארמאג. ארום 2 טויזנט פראנק, עס איז נישט קיין סאך, אבער עס איז א גוטער אנהויב.

ווי אויך מיין פאספארט. פאר וואסערע נוצן דו וועסט דערפון קענען מאכן. מיר זענען בערך די זעלבע יארגאנג, און דער פאספארט איז שוין אכט יאר אלט. מענטשן טוישן זיך. לאז נישט קיינעם עס שטודירן צו גרונטליך".

"און וואס וועסטו טאן"?

"אויב הער איך נישט צוריק פון דיר, וועל איך עס מסתמא קיינמאל נישט דארפן נוצן".

"דו ביסט א גוטער מאן".

"דו אויך, אויף וויפיל איך קען דיר. אבער איך קען דאך דיר נישט פון בעפאר, קען איך נישט רעדן וועגן יענעם מענטש. הלואי וואלט איך געקענט וויסן מער, אבער עס איז נישטא קיין וועג דערצו".

זשיען פיער האט זיך אנגעלאנט אויף די צוים פון די שיף, באטראכטנדיג די דערווייטערנדע באלייכטונגען פונעם פארט נאיר אינזל.

די פישער שיף איז אריין געפארן אינעם טונקעלן ים אזוי ווי ער האט אריינגעטאנצן אינעם טונקעלן ים פאר 5 חדשים צוריק.

אזוי ווי די אנדערע טונקלקייט אין וואס ער גייט איצט אריין.
ראבערט לודלום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 2:29 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך ראבערט לודלום »

איז דא א וועג צו רעדאגירן מיין ערשטע הודעה איך זאל קענען אריין לייגן אינעם קעפל אז עס איז שוין דא א צווייטע פארזעצונג? איך זע נאר א רעדאגיר קנעפל ביי מיין לעצטע תגובה, כהאב נישט געוואוסט אז נאך א צייט אפשניט קען מען נישט רעדאגירן קיינע תגובות. עס איז נישט די בעסטע זאך לדעתי. (אפשר איז עס לתועלת הפארום אבער למעשה נעמט עס אוועק די ניק'ס רעכטן).
בירגער
געוועזענער אחראי
געוועזענער אחראי
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 04, 2012 11:33 pm

שליחה דורך בירגער »

ווענד זיך צו אן אחראי און ס'וועט מסודר ווערן עצהיו"ט.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

בירגער האט געשריבן:ווענד זיך צו אן אחראי און ס'וועט מסודר ווערן עצהיו"ט.

וכך הוה.
Under influence
ראבערט לודלום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 2:29 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך ראבערט לודלום »

אויב מעג איך פרעגן, וואס איז די סיבה דערצו אז די 2'טע פארזעצונג האט א דריטל לייקס פון די ערשטע? איז די סיבה אז ווייניגער ליינער האבן עס געזען, אדער עס איז שלעכט געשריבן, צי די אינהאלט פונעם 2'טן קאפיטל איז מצד עצמו ווייניגער ציענד? אדער וועגן תענוג תמידי אינו תענוג?

פארשטייט מיר נישט שלעכט, איך בין נישט דא סתם צי אנזאמלען לייקס, ווען יא וואלט איך געשריבן דעם פארזעצונג מיט מיין געווענליכן ניק. איך וויל בעיקר זען די רעאקציע פונעם עולם צו מיין ארבעט, החזק היא, אם רפה. א הערה, א קריטיק איז מיר אינטערעסאנטער און בעסער ווי א לייק. זשאסט, לאזט אייך הערן, לאזט מיר נישט רעדן צום וואנט.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

די ערשטע לייק האב איך דיר געגעבן פאר די עפארט, די בוק האב איך שוין געליינט (געהערט:אודיא בוק) יארן צוריק, ממילא איז מיר פערזענליך נישט אינטערעסאנט עס איבערצולייענען. די ערשטע שטיקל האסטו געשריבן זייער גוט, די צווייטע האב איך שוין נישט געלייענט. אבער אז דו בעטסט, נאט אייך א לייק.

אויב איך מעג פרעגן, וואס איז די סוד? וואס גייט דיר אן צו שרייבן מיט דיין געווענליכע ניק?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווען קימט די המשך?
[tag]ראבערט לודלום[/tag]
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

[tag]ראבערט לודלום[/tag]
איז מעגליך אז דו זאלסט עס עטעטשען אלס פי די עף? ס'איז שווער צו ליינען אזא אריכות אויף די סקרין
פארשפארט