גערעכט לכאורה. און כ'האב דיר אפגעגעבן דעם טויזנטער (כמעט). החיים 'והשלום' אעמ"כ ידידינו רבי קאווע יחד עם נוו"ב שתחי'. יוסיף ה' לכם ככה 'אלף' פעמים מתוך נחת ושמחה. דורש 'שלומיך' הטוב. מ"ז
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
ווען איך בין געוועזן אין ישיבה קטנה געדענק איך ווי א מגיד שיעור האט מיר אמאל געפרעגט וואס מיין ציל אין לעבן איז, האב איך געענטפערט מיט קינדערישקייט איך וויל זיין א גראמער ווי פינקי וועבער, האט מיר די מגיד שיעור געענטפערט אז דו וועסט גראמען ווי איהם און לערנען ווי איהם איז עס גאנץ א גוטע ציל על כל פנים, איך הער שוין פינקי'ן יארן אריינגערעכנט די חתונות פון די אקערמאן'ס, דייטש, וואלדמאן, סאלאמאן, א יוד וואס האט אלעס אונטער איין דאך, א שטימע, קאמפאזיציע, הארמאניע, הארץ, נשמה, השתפכות הנפש, אזש עס רירט די הארץ סטרונעס מלגב ומלבר
דאך אבער האב איך א שטיקל הערה וואס נודנעט מיר, פארוואס דארף מען פאטשקענען אין אפיציעלע ניגונים וואס גייען ארויף אויף א אלבום, א שטייגער ווי אויף איינע פון מיכאל'ס טעיפס ווי ער זינגט 'קליינע הייזקע, שווארץ און ווייסקע', האט איינער אמאל געטראפן א קאליר וואס הייסט ווייסקע? און עס איז נישט אז ער דארף דא ארויסברענגען די שווארץ און ווייס קאליר, נאר די עיקר איז אז ס'איז געווען א קליינע הייזקע, נו פארוואס פארפאטשקענען מיט אבי אויפגעטראכטע ווערטער, לדעתי נעמט עס אביסל אוועק פונעם חן
אז מ'רעדט שוין, איז דא א גראמער ר' הערשל דייטש וואס ווען מ'רעדט פון בדחנים האט ער א פראמינענטע פלאץ אויבנאן, ער האט געמאכט די ווערטער אויף מיכאל'ס סי.די. אויפן שיכעלעך ניגון ביים וועלט קריג, הערליך וויאזוי די ווערטער איז אויסגעשטעלט ממש נכנסין אל פנימיות הלב, קומט אבער איין קליינע פאר פון גראמען 'געווארט אין די רייע גאנצעטע מחנות, געוויזן מיט זיין שטעקן די ביטערע זאכענעס' , גראמט עס בכלל? זאגט זיך עס דען ארויס אייניג? איז דען דא אזא ווארט ווי זאכענעס אינעם יודישן שפראך? טא פארוואס נעמען א ניגון און עס פארפלעקן מיט קליינע גרייזליכע גראמען? כנלפע"ד העניה.
Some people climb the ladder to success. Others take the elevator.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
אינטערעסאנט אנצומערקן, ס'דא א נקודה וואס זייער אסאך ניגונים פון פינקי האבן אין קאממאן. ער חזר'ט איבער די ערשטע ווארט (אדער די ערשטע עטליכע ווערטער) צוויי מאל. רחם, ענני, שלום עליך רבי ומורי, קוה אל ה', ואהבתך, און נאך אסאך. דוק ותשכח.