עולם הפוך - מיידל ווייבל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

עולם הפוך - מיידל ווייבל

שליחה דורך פרישער »

עולם הפוך - מיידל ווייבל

עס איז א געוואלטיגע הצלחה פין די היגע בתי חינוך מחנך צי זיין אינזערע בנים ובנות די וועיג וויזוי מיר פירן זיך, די עיקר הצלחה וואס איך קלער איז אוועק צי נעמען יעדע מין מחשבה, מ'טאר נישט בשום אופן ניצען דעים קאף צי טראכטן, אין אריין קלערן וואס דא טיט מען מיט אינזערע מוידן, העט איך געוועין א מויד, אין חלילה אויב מיין מחשבה וואלט געלאפן בערך אזוי, וואלטען די מוידען געקימען צי די החלטה אז טב למיתב ארמלא מלמיתב טאנצי.

איך בין א מיידל ארויס פין סקול, בין איך משה קאפויער, א לעבן אויף מיין קאף, איך ברויך גארנישט טאן בלויז פאשען אין ריען, זיך לאזן וואויל גיין, זאל איך זיין א ווייבל ווער איך אן אימזיסטע משרתה, אין איך ברויך נאך ארבייטען פאר די רענט, אין ציגרייטען נארהאפטיגע מאלצייטן פארן אינגערמאנציקל, כדי ער זאל האבען כוחות צי דינען דעים באשעפער, די בעלי מחנחים ניצען א יעדע טריק אין אלע פראזען אינעם לעקסיקאן אז דאס ווייבעלע זאל קאפערירן, אין נישט מאכן קיין צימעס, פינעם ביטער געשעפט וואס זי איז אריינגעפאלן, דער אינגערמאן כאפט זיך אויף אין זיבען דרייסיג, גיסט זיך אן א גרויסע שול קאווע, אין עפענט אויף א גרויסען באר מים חיים, אין ווערט פיל מיט הרגיש, ווען ער איז שוין געניג ריאיג, אין זיך שוין אנגעזאמעלט מיט געניג אמינה אין בטחון, איז ער שוין מיטן הילף פין הקב"ה גרייט צי גיין הכנות, מ'ציט ארויס א ציגרעטל מיט גרויס כוונה, מ'פראבירט משער זיין די כוונות פין רעב לוי יצחק בארדיטשעווער'ס לילקע ציבעך, בקיצור מסראכעט אן ס'הויז, וגם לרבות עטליכע שכינם, וואס זאל איך טיען אז די לעקטאריק ציגארעטן איז נישט מעורר קיין התעוריתה דלטאטה, בקיציר המעשה סיז געלינגען, מען איז שוין לער, מ'דערמאנצעך פין די באוויסטע טאשען טיכל, וואס די רבי פלעיגט קענען איינעמען אין ארויסגעיבן אין ס'פלעיגט ארויסקימען אזוי ווי א כשרע בדוקה טיכל, מגלויבט אז מען עינדלט אין יענע טאשען טיכל.

אין דער אינגערמאן נאכען זיין מגלה טפח ומכסה טפחיים נעמצעך אקערן עד מקום שידו מגעת, מיט הילף פין תשעה קבין מים שאיבין אין מיט ספעציעלע אינסטרעמענטען, נישט מאבד צי זיין די שיני הקרקשתא, אין מתקן מיט באזאלבטע אבנים מקורזלות מיט אויל פין א כינעזע בינען שטאק, מ'מאכט זיכער דאס גלעיזל וואסער זאל זיך אויסגיסן, כדי ס'זאל בלייבן א זכר, יעדער מיז דאך וויסן אז ער איז שטארק מקפיד אין הלכות הוצאה והכנסה.

געלויבט איז דער באשעפער פאר אלעם גיטען ביז אהער, אין מאיז שוין גרייט צים דאווענען, אין מתפלל זיין אז דאס ווייבעלע זאל נתעבר ווערן לרחמים ולרצון, מ'כאפט דעים צעינער מנין אין מ'דאווענט מיט גרויס כוונה, מ'קימט אהיים אין מ'עפענט דעים פריזידער, אין ב"ה זי האט ציגעגרייט א שיינעם פרישטאג, איידער זי איז געגאנגען ארבייטן, צי פינאנסירן איר מאן'ס עבודת הפרך, זי וויל דאך האבן שכר, אין אז מ'וויל שכר דארף מען צישטעלן אלעס מיט א שמייכל, אין מיט א עין יפה, ווייל טאמער איז מען נישט פריילעך, ווען מ'דינט דעים מאן, דעמאלט איז א שאד די מי אין פלאג, אלעס אנגעוואוירן, זי העט גיין גלייך אין געהענם.

דאס טאג איז שוין א דארך, דאס ווייבעל זעיט זיך שוין נאך פינעווע אפגעארבייט, ווילזע זיך אפריען, אבער זי מיז צישטעלן א געהעריגע מאלצייט, פאר איר מאן דער תלמיד חכם, פאר וועים זי האט אלעס געמיזט ציזאגען איידער זי איז געווארן די מיידל הנבחרת, אין יעצט איז די צייט מאכן א סאפער לפי כבודו, ב"ה ער קיקט אויס ציפרידן ביי די סעודת שלמה בשעתו, זי באמערקט עפעס א צייכן אויפן שטערן אזוי גרויס ווי א מחצית השקל בזמן שבית המקדש היה קין, פרעגט דאס ווייבעלע בלשון בתמיה, זאג נאר טייערקייט וואס האט פאסירט מיטן שארפען קאפ פין דיר, ווי האסטעך אזוי ציקלאפט, סיז דאך אזוי ווינדערלעך רינדעכיג, זאגט דאס אינגערמן בשעת ער ציקייט די רינדערן פלייש, אז ער האט אן עלערשזי צי שווערע תוספות'ן אין ווען ער פארטיפצעך אין די פשט פין א תוספות, קימט ארויס עפעס רינדיג אויפן של ראש, ער האט שוין פראבירט עטליכע לחשים, אבער סיז א שאד די מי, עס העלפט גארנישט, א באבא קלערט אז סאיז עין הרע, אין ער האט שוין אן אפוינטמעט, אין דאס ווייבעלע זאגט אז אבי די ריאקציא מאכט עים נישט מיד, ואמר כל העם ...

נאך די שווערע עבודה איז זי עים מכבד מיט א געהעינגל טרויבן, עים צי פאר גרינגערן אין לינדערן זיין שווערע עבודת היום, אין ער מאכט זיכער אז ער גיסט עס אן מיט געפילטערטע וואסער, ער וויל נישט זיין טובל ושרץ בידו, אין ער יאגט ארויס פין הויז כאפען א מנחה מעריב אין ער לאזט איר איבער מיט די גל של עצמות, זי שרייט עים נאך דאווען ערליך, אין ער זאגט נא נא.

איך וועל נישט אריינגיין אין די דעטאלען פינעם נאכט, איך וועל עס איבערלאזן פאר די עמעדזענאציא, אבער צי די נקידה פינעם קעפל, אז דער ינגערמאן אלס בחור ארבייט ביטער שווער לערענט יומם כלילה, נישט מפסיק אפילו א רגע כמימרה, כדי שלא יחטיפני אחר, אין ווייל די עבירה פין ביטיל תורה איז דאך גדול מנשוא, אין די זעלבע צייט וואס ער מיטשעט דעים גמרא, בורדערט דעיס מיידל אין די אפיסעס, אין ערווארבט זיך א גיטן נאמען, אין די זעלבע צייט כאפט זי נישט אז א נעץ וועיבט זיך ארים איר, פאר אירע אויגען, אבער זי זעיט נישט גארנישט, אין ווען זי וועקט זיך אויף ווען מען שרייט מזל טוב מקידשת, אין זי פינקט אזוי אימוויסענד ווי דעי געפאשלטע קינד נאכן ברית, וואס ווייסט נישט וואס האט עים געטראפן,

אין אחר המעשה אין ב"ה זי איז געהאלפן געווארן אין אנגעהויבן טראגען נאך איידער זי קען געהעריג אלע מנהגים פינעם צדיק, אין כדרך העולם גייט זי אדורך די ערשטע דריי חדשים אפציקימען אויף די זינד פין חוה, קיינער האט איר נישט באפוילן צי גליסטען פין עץ הדעת, אבער וואס איז ער שילדיג, ער האט דאך נישט גענימען קיין חלק, ער איז דאך א גבר בגיברין, אין האט געברויכען, זי דארף דאך היטען ער זאל נישט קימען צי קיין זינד, ער איז דאך אין די ימי הגבירה, ס'שטייט דאך ואל אישך תשקתך, מקען נישט גיין קעיגן א בפירישע פסוק, מיילע האט ער דאך געברויכן ווען סיז אלטערנעט סייד אין אפעקט, ני בלית ברירה שטעלט זי זיך צי, זי וויל נישט זיין קיין עוברת על דת, סיז דא אן ענין פין לשפר את הוולד, מיילע איז זי גאר מחייב, וואס טיט ער דען נישט פאר די קינדער.

אזוי איז זי מזלדיג ב"ה אז זי איז פין די וואס האבען זוכה געוועין צי א בן תורה אין זי האט זוכה געוועין אז איר פאטער האט מקיים געוועין לעולם ימכור אדם את בתו וישא תלמיד חכם להגדיל תורא עם דורה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פרישער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליינענדיג דיין געשרייבעכץ האב איך מיך געווארפן פאר געלעכטער. ס'בלייבט נאר איבער צו פרעגן איין שאלה. וואו האסטע דעך באהאלטן ביז איצט???
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

גלגל החוזר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אביגדור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

מיסטער פרישער, דערנאך שרייבט א באשרייבונג ווי דאס רעדל דרייט זיך צוריק, ווען אינגעלייט ווערן פארשווארצט אין ארבעט מן הבוקר עד הערב, און דאס ווייבעלע שפאצירט ארום אגאנצן טאג אויסגעצירט דרייווט א באגעבאא און סווייפט דעם מאנ'ס קרעדיט קארד ווי עס וואלט געווען קיין מארגן.

ואמר כל העם פאפא.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ואמר כל העם איז נישט קיין סאטמארע ניגון?
Under influence
ברעט מענינג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:14 pm
האט שוין געלייקט: 189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך ברעט מענינג »

ר' עזריאל פלעגט עס אייביג זינגען
אלעס מיט א שמייכל
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

ברעט, האסטיך מגייר געווען ביז צו אזא עקסטרים??
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

װער געדענקט אײדל איז א פײן מײדל
אײדל איז א פײן מײדל
אײדל גײט
די מאמע גײט
אײדל אין די מאמע גײען

––––––––––––––––––––––––––––––

װאס װילסטו די מײדל קומט אהײם און די מאמע זאגט טי אן דײן שבת קלײדל און מען טרעפט
זיך אײן מאל מען גײט ארויס פאר א מינוט מען זעטץ זיך נאכאמאל און זי איז די גליכסטליכע
כלה אויף די װעלט
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

נאך א עולם הפוך. דער מיידל וואס גייט איר גאנץ לעבן קאכן באקן רוימען גרייט מען צי מיט אלע ארבעט וויסינשאפט. קאמפויטער , רעכנען, שרייבען רעדן וכו. דער בחור וואס גייט זיין גאנץ לעבען ארבעטען לערענט מען עם גארנישט פון די זאכן.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

א יישר כוח פאר די ריספאנסעס אין לייקים ולייקות

בערלע איך ווייס נישט ווי איך בין געוועין, אבער אצינד בינעך דא, מאנכע קלערן אז איך האב געביטן ניקס מחשש גילו ביך איך דא מגלה בשער בית רבים אז איך קען טוישן ביז מארגען מען וועט תיקף אנדעקען מיין דרך הכתב מאנכע האבען שוין מיין יחות בריוו ווען עימצער שרייבט אזוי ווי איך בערך א שטייגר ווי דער פסיחילאג איז ער מיין ברידער ציוואס, להווה ידיעה אז ער איז נישט מיין ברידער ווייל מיין ברידער קימט נישט צי קדושה, נישט יעדער וואס איז א פאצער מיט שראבעריי איז מיט מיר א קרוב, אפשר א קאפירענדער קאץ.

כהאב נישט געמיינט צי באליידיגען קיינעם מיט ואמר כל העם.

קאפיטאן פליז זיי מער מקיל עלי לייקא פארוואס אזוי מחמיר זיין מקען מיינען אז סגייט קימען א ביל אחר כל לייק ולייק

פעניאק איז אויך גערעכט

בן תמליון האסט א שפיץ, אולי איין טאג אויב די העסט מיך נישט פעדערן
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

אולי.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

פרישער האט געשריבן:פליז זיי מער מקיל עלי לייקא פארוואס אזוי מחמיר זיין מקען מיינען אז סגייט קימען א ביל אחר

קוק ווער ס'רעד. דו אליינס ביסט אויך א היפשע מחמיר אין לייקס.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

פרישער איך וועל דיר לייקן אי"ה ווען דו וועסט טיילן לכל הפחות נאך צוואנציג לייקס פאר אשכולות און תגובות וואס ווערן געשריבן אלל אווער קאווע שטיבל.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

@יתרו
אולי קען זיין לויט וויאזוי פרישער ספעלט לאזט זיך קלערן אז לעולם איז פרישער א ברייטער לייקער ער לייקט אבער מיטן ציטיר קנעפל...
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

פרישער געוואלדיג אראפגעלייגט, מ'מוז צולייגען קאפ צו יעדעס שטיקל ס'איז פיל מיט זאפט.
איך בין אבער מסכים אינגאנצען מיט ר' תמליון'ן איך שפיר עס אליינס!
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך gehlungen »

בן תמליון האט געשריבן:מיסטער פרישער, דערנאך שרייבט א באשרייבונג ווי דאס רעדל דרייט זיך צוריק, ווען אינגעלייט ווערן פארשווארצט אין ארבעט מן הבוקר עד הערב, און דאס ווייבעלע שפאצירט ארום אגאנצן טאג אויסגעצירט דרייווט א באגעבאא און סווייפט דעם מאנ'ס קרעדיט קארד ווי עס וואלט געווען קיין מארגן.

ואמר כל העם פאפא.

I just don't understand why you should take such a good article and cheapen it by mentioning PUPA. SATMAR. Mamesh ah shood :cry:
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

gehlungen האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:מיסטער פרישער, דערנאך שרייבט א באשרייבונג ווי דאס רעדל דרייט זיך צוריק, ווען אינגעלייט ווערן פארשווארצט אין ארבעט מן הבוקר עד הערב, און דאס ווייבעלע שפאצירט ארום אגאנצן טאג אויסגעצירט דרייווט א באגעבאא און סווייפט דעם מאנ'ס קרעדיט קארד ווי עס וואלט געווען קיין מארגן.

ואמר כל העם פאפא.

I just don't understand why you should take such a good article and cheapen it by mentioning PUPA. SATMAR. Mamesh ah shood :cry:

Removed
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

moti107 האט געשריבן:@יתרו
אולי קען זיין לויט וויאזוי פרישער ספעלט לאזט זיך קלערן אז לעולם איז פרישער א ברייטער לייקער ער לייקט אבער מיטן ציטיר קנעפל...

קען זיין ער פארשטייט נישט אונזער אידיש? שרייב זיין שפראך וועט ער לייקן.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

געפילטע פיש האט געשריבן:
moti107 האט געשריבן:@יתרו
אולי קען זיין לויט וויאזוי פרישער ספעלט לאזט זיך קלערן אז לעולם איז פרישער א ברייטער לייקער ער לייקט אבער מיטן ציטיר קנעפל...

קען זיין ער פארשטייט נישט אונזער אידיש? שרייב זיין שפראך וועט ער לייקן.

אז מיר לייקן אויף זיין אידיש (פרידיש) קען ער לייקן אויף אונזערס.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

פרידיש

שליחה דורך פרישער »

איך לייק די אויפטרעף פרידיש
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פארשפארט