טאמער דיין מסקנא איז אז די גלייבסט נישט אין תורה שבעל פה, ביסטע א געהעריגע כופר בתורה,
לויט ווי די שרייבסט קוקט נישט אויס אז די ביסט זיך אינטערעסירט צי מתווכח זיין, ס'זעהט מער אויס ווי די האסט זיך אפגעמאכט דיין מסקנא אין ביסט אויף די יאגדע צי מסית ומדיח זיין אנדערע מיט דיינע קינדערישע קלאץ קשיות,
אבער טאמער די ווילסט טאקע זיך מתווכח זיין, דאן עפען א אשכול איבער דעם ענין, פאק אויס דיינע אזוי געריפענע פאקטען אין "קאמאן סענס", אין נאכדעם עמער זעהן צי דיין "בנין" וועט נישט ציפאלען ווי דאמינא'ס,
קום נישט פארקויפען אז די האסט פאקטען אוועק געלייגט ביי דיר אינטערען מאדראץ, תורת משה איז שוין אויסגעשטאנען גרעסערע אטאקעס ווי פין דיר, אין ס'איז ארויס א זיגער,
ווילסט זיך מתווכח זיין, נו פאק אויס דיין גאונות, אבער כ'וואלט דיר געראטען צי תשובה טוהן, ווייל דער רמב"ם פסק'נט אז אפילו א כופר בתורה האט נישט קיין חלק לעולם הבא, אבער טאמער טוט ער תשובה דאן איז "אין לך דבר העומד בפני התשובה",
פרויען רעכטען - א בראך אויף קאלאמבאס
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
אקעי, לאמיך קלארער מאכן. כ'האב מורא האסט מיר נישט גוט פארשטאנען. ווען איך האבן געזאגט סקריפטשערס און סופערסטישעס סטאריס, בין איך געקומען כאילו פונעם קענגער'ס פרעספעקטיוו, און לאוו דוקא דייקא קעגן אונזער תורה, נאר בכלל וואס זיי שטעלן ארויס קעגן אלע רעליגיעס אריינגערעכנט די נייע טעסטעמאניע און די קוראן, און מיט דעם האב איך געמיינט דאס וואס די ביבליקל סקעפטיקער ווילן טענה'ן אז וויבאלד ס'איז נישטא היינט קיין נסים גלוים, מוז מען דאך דערוועגן בע"כ אריינלערנען און אויסגלייכן פשטים אין די ארגינעלע כתבים כדי צו פארשטיין געבן היינטיגע פירונגען וואס זענען איינגעפירט געווארן לויט די סאציאלע געזעצן און צושטאנדן, יעדע אין זיין צייט. ממילא טענה'ן זיי - לערן דו אויך אריין, אז אינטערנעט למשל איז מותר...
און זיי טענה'ן אז די סקריפטשערס וויאזוי עס איז איז דאך מילא נישט מעגליך אפצולערנען בפשוטם וויבאלד סייענס-פאקטן איז עס סותר.. אלזא גיי פון צוריקוועגס אנשטאט פון אויבן אראפ.
און זיי טענה'ן אז די סקריפטשערס וויאזוי עס איז איז דאך מילא נישט מעגליך אפצולערנען בפשוטם וויבאלד סייענס-פאקטן איז עס סותר.. אלזא גיי פון צוריקוועגס אנשטאט פון אויבן אראפ.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.