רשי הק׳ טײטשט די װאך אויף ״ופרע את–ראש האשה״ זאגט רשי
סותר את קליעת שערה כדי לבזותה מכאן לבנות ישראל שגלוי הראש גנאי להן
קען מיך אײנער פליז מסביר זײן פונקטליך װאס סותר את קליעת שערה מײנט?
מײנט עס נאר אראפ נעמען איר שפיצל

הוגה האט געשריבן:דעת תורה,
כ'האב הנאה אז דו האסט פונקט אנגעכאפט דאס צוצוגלייכן צו געבראקטס. און טאקע געבראקטס וואלט מען אוודאי מבטל געווען צוליב שלום בית, בני תשע מדות און אפילו פאר קלענערע סיבות. קיינער וואלט קיינמאל נישט איינגעפאלן נישט צו באגראבן א איד אין אונזער בית החיים צוליב דעם וואס ער האט געבראקט.
איך האב שוין געהערט מערערע פעלער פון חסידישע רבנים וואס האבן געפסקנט אז א יונגערמאן מעג און זאל גיין צום שווער וואס בראקט. מה דאך אז צוליב כיבוד חמיו קען מען מבטל זיין, כ"ש צוליב וויכטיגערע סיבות מעג מען אוודאי.
און אויב וואלטן "אלע" אשכנזישע זיך אזוי געפירט, און די איינציגסטע האלב פארשטענדליכע הסבר איז אז נוהגים כהזהר, וואלט איך געהאלטן די זעלבע. און נישט ווייל איך פארלאז מיך אויף די ספרדים, נאר ווייל "אלע" אשכנזים וואלטן זיך געפירט נגד התורה, און איך בין נישט משעובד צו א מנהג נגד התורה.
איך מאך נישט קיין גוגל סירטש, עס גייט מיר גאנץ ווייניג אן וואס און ווער עס האט זיך געפירט אזוי פאר הונדערט פופציג יאר צוריק. ב"ה אז היינט פירט זיך רוב רובו פון כלל ישראל נישט מיט דער מנהג, אינקלאדינג א שיינע חלק סאטמאר וכיוצ"ב.
דעת תורה האט געשריבן:די ספרים וואס שרייבן אזוי, וואס אגב זענען זיי געווען נענטער אין צייט צו די וועד ארבע ארצות ווי אונז. דער צד אז נישט איז ווייל עס איז פשוט נישט דאקומענטירט אין די וועד'ס פראטאקאלן.
ביטע ציטירט פונעם ספר מיט א מראה מקום.
יידל האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:די ספרים וואס שרייבן אזוי, וואס אגב זענען זיי געווען נענטער אין צייט צו די וועד ארבע ארצות ווי אונז. דער צד אז נישט איז ווייל עס איז פשוט נישט דאקומענטירט אין די וועד'ס פראטאקאלן.
וועלכע ספרים? שפע חיים (מכתבים ח"ה סי ע"ג), שו"ת דברי יואל (אה"ע סי' קי"ט), שבט הלוי אדער חשב האפוד (ח"ב סי' קלט) (ליסטע פון מקורות פון נטעי גבריאל)? אדרבא ברענג מיר א פריערדיגע מקור צו דעם אז עס איז מתקנת וועד ארבע ארצות.
יאנקל האט געשריבן:שװאגער האט געשריבן:איך האב נישט דורך געלײנט די גאנצע אשכול סא זײטס מיר מוחל
רשי הק׳ טײטשט די װאך אויף ״ופרע את–ראש האשה״ זאגט רשי
סותר את קליעת שערה כדי לבזותה מכאן לבנות ישראל שגלוי הראש גנאי להן
קען מיך אײנער פליז מסביר זײן פונקטליך װאס סותר את קליעת שערה מײנט?
מײנט עס נאר אראפ נעמען איר שפיצל
מענין לענין, רש"י זאגט אין רות אז בועז האט געוואוסט אז דער מענטש וואס האט זיך געלייגט ביי זיינע פיס איז א פרוי ווייל ער האט געפילט איר קאפ.
דעת תורה האט געשריבן:דער טעם פון קטניות איז דיר גענוג עס צו אסר׳ן? און איך ווייס נישט וואס דו רעדסט, עס איז דא צוויי שטארקע סאלידע טעמים מחייב צו זיין דעם מנהג, בכלל נישט קיין שוואכע טעמים. איינס וועגן צניעות / זוהר, אדער וועגן חציצה / סחיטה שאלות בעת׳ן גיין אין מקוה. (און אליבא דאמת מיין איך אז עס מאכט נישט צופיל אויס צי עס איז געווען א תקנה פון די וועד ארבע ארצות אדער די פרויען האבן זיך עס אליינס איינגעפירט). אויב אבער זאל זיך ארויסשטעלן אז די עכטע סיבה איז געווען וועגן מורא פון די שדים איז פשוט אז כהיום איז דאס נישט מחייב.
און נישט יהרג ואל יעבור (האסט מיר געזען שרייבן א משהו אין די ריכטונג?) און נישט מסורה קומען אריין דא אין בילד. עס איז א טרוקענע הלכה שאלה וואס נעמט אריין פארשידענע אספעקטן.
הוגה האט געשריבן:איך ווייס אז עס איז שווער צו דערהערן אז א מנהג וואס איז פאר לאנגע יארן פארקויפט געווארן אלץ איינס פון די הארבסטע זאכן ביי ''אונז'' עד כדי כך אז מען נוצט אויף דעם די שטערקסטע סטראשע וואס מיר האבן נאר, נישט באגראבן אין ''אונזער'' ביה''ח, אז דאס איז נישט מער ווי א מנהג שנשתרבב ברבות הימים, אבער וואס קען מען טון, די אמת מוז געזאגט ווערן?
דעת תורה האט געשריבן:יידל האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:די ספרים וואס שרייבן אזוי, וואס אגב זענען זיי געווען נענטער אין צייט צו די וועד ארבע ארצות ווי אונז. דער צד אז נישט איז ווייל עס איז פשוט נישט דאקומענטירט אין די וועד'ס פראטאקאלן.
וועלכע ספרים? שפע חיים (מכתבים ח"ה סי ע"ג), שו"ת דברי יואל (אה"ע סי' קי"ט), שבט הלוי אדער חשב האפוד (ח"ב סי' קלט) (ליסטע פון מקורות פון נטעי גבריאל)? אדרבא ברענג מיר א פריערדיגע מקור צו דעם אז עס איז מתקנת וועד ארבע ארצות.
איז טאקע נישטא קיין פריערדיגער מקור דערצו? איך גלייב אז יא. בכל אופן איז דאס על כל פנים געווען א מסורה רווחת ביי כלל ישראל, איך גלייב נישט אז דער חשב האפוד (וואס האט מקבל געווען פונעם טעפליקער רב) דער שפע חיים און דער דברי יואל האבן אינאיינעם קאנספירירט די המצאה. און אדרבה, אויב איז באמת נישטא קיין פריערדיגער מקור בכתב פון וועם די אלע אויבנדערמאנטע האבן עס געקענט נאכשרייבן, איז נאכמער מסתבר אז סאיז אמת און אזוי האבן זיי - יעדער איינער אין זיין מדינה - מקבל געווען פון זייערע עלטערן.
בדחן האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:איך ווייס אז עס איז שווער צו דערהערן אז א מנהג וואס איז פאר לאנגע יארן פארקויפט געווארן אלץ איינס פון די הארבסטע זאכן ביי ''אונז'' עד כדי כך אז מען נוצט אויף דעם די שטערקסטע סטראשע וואס מיר האבן נאר, נישט באגראבן אין ''אונזער'' ביה''ח, אז דאס איז נישט מער ווי א מנהג שנשתרבב ברבות הימים, אבער וואס קען מען טון, די אמת מוז געזאגט ווערן?
די טערמין ״מנהג שנשתרבב הרבות הימים״ איז גוט צו ניצען אויף ווייסע זאקען שבת, גייען מיט א שטריימעל, עסן בארשט מיטעל נאכט, אנטיען א רעלשוואקע, אבער נישט אויך א זאך וואס גדולים (וועד ארבע הארצות, און אנדערע) האבן איינגעפירט, אזוי אויך אנדערש ווי אסאך מנהגים וואס מען קען זאגען אז עס האט זיך גענימען פון מנהג המקום ווי מען האט געוואנט איז אבער שווער צו זאגן די זעלבע אויף אפגאלען די קאפ אז די גוי׳טעס אלע יארען פלעגן דאס טיען.
בדחן האט געשריבן:די טערמין ״מנהג שנשתרבב הרבות הימים״ איז גוט צו ניצען אויף ווייסע זאקען שבת, גייען מיט א שטריימעל, עסן בארשט מיטעל נאכט, אנטיען א רעלשוואקע, אבער נישט אויך א זאך וואס גדולים (וועד ארבע הארצות, און אנדערע) האבן איינגעפירט.
יידל האט געשריבן:א 100$ אווארד אויב דו ווייזט מיר וועלכע גדול האט דאס איינגעפירט נישט א דברי יואל וואס זאגט אז פאר 300 יאר צוריק האט מען דאס מתקן געווען און קיין איין ספר פון פריערדיגע דורות דערמאנט דאס
בדחן האט געשריבן:ביזט נישט גערעכט, ווייל צו ניצען "מנהג שנשתרבב" דארפסטע אנגעבן עפעס א אופן ווי אזוי עס איז אריינגעקימען, צו אז די גוים האבן עס געטיען, אדער אז דאס איז געווען דרכו של עולם און א געוויסע תקופה און א געוויסע געגענט, אא"ווו.
דא ביי די נושא איז נישט דא קיין שכל'דיגע הסבר דערויף, נאר אז איינער האט עס בכוונה מתקן געווען, די שאלה איז נאר ווער ווען און ווי.
געפילטע פיש האט געשריבן:נאך א נקודה וואס איז דוכט זיך נאך נישט בארירט געווארן, איז דאס מנהג המקום. צו זאגן אז מנהג המקום אין אונגארן קען מיר מחייב זיין איז באלד אזוי לעכערליך ווי זאגן אז ביי יו"ח פון יוצאי זיבענבערגן איז כולל זיבענבערגן עניי עירך. דאהי אין ניו יארק סיטי איז אזא מנהג המקום נישט פארהאן, און אויב יא דארף עס מחייב זיין מיין בוכארישע שכן פונקט ווי מיר, און אויב וועסטו אריבערטוישן צו די מסורה טענה וועל איך דיר צוצייגן צו טייל פון מיינע באבעס וואס האבן זיך נישט געשוירן, טא מאי חזית דדמי דמגולחת סומק טפי?