מוטער'ס טאג פון א תורה'דיגע השקפה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

מוטער'ס טאג פון א תורה'דיגע השקפה

שליחה דורך יידל »

וואס איז די אידישע השקפה אויף מוטער'ס טאג (Mother's Day)? מצד ההלכה איז עס זיכער מותר. די מקור החגא איז נישט קיין רעליגעזע, און גייט נישט אריין און גדר פון לא תלכו בחוקות הגוי. אבער פון אן השקפה'דיגע שטאנדפונקט איז עס א פראבלעם? יום טוב ערליך זינגט אויף איינע פון זיינע קאסעטעס אז בעת די גויים האבן א באזונדערען טאג צו מכבד זיין זייערע עלטערן, זענען אידן מצווה צו מכבד זיין זייער עלטערן יעדן איימציגסטן טאג. ס'איז משמע אז דאס אוועקשטעלן א באזונדערן טאג צו מכבד זיין די עלטערן דעמאלטס מיט עפעס ספעציעל, גייט אנטקעגן די אידישע בליק אויף כיבוד אב ואם וועלכע לויטעט אז יעדן איינציגסטען טאג דארף זיין די כיבוד אויף די זעלבע דרגא. איך וויל אבער זיין מחולק אויף ר' יו"ט און איך וויל טענה'ן אז מיחד זיין איין טאג פון יאר צו קויפן דעמאךטס א ספעציעלער מתנה פאר א מאמע, כדי ארויסצוווייזן די עפרישיעשאן און הכרת הטוב וואב מיר האבן צו אונזער מוטער, איז בכלל נישט אנטי-תורה_ פארקערט גאר - דאס איז מקיים געווען מצוות כיבוד אב ואם במלוא מובן המילה. וואס זאגט איר?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כ'בין נישט קיין דיין, אבער פארוואס זאגסטו אז ס'איז נישט "חוקות הגוי"? למעשה דער גוי פירט זיך אזוי, אפגעזעהן פון זיין רעליגיעז אדער נישט.

למעשה מיר האבן אנדערע צייטן ארויסצואווייזן די הכרת הטוב. אנדערע קויפן חנוכה מתנות (אויך פאראן אזעלכע וואס האקן דערויף, ס'איז דאך קראצמעך צייט), אדער בלומען לכבוד שבועות, וכדו'. אבער פאר MOTHERS DAY איז זיכער נישט קיין אידישע זאך. ס'איז פאני. כ'גלייב אז רוב אידישע מאמעס וועלן נישט אפרישיעטן א מתנה אוט-אף-דעה-בלא, פארוואס? ווייל ס'איז "מאדערס דעי"....... אבער אז ס'האט א שייכות צו א אידישן יו"ט, אדער א שמחה, דאן אדרבה, דאן איז די ריכטיגע צייט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

ס'איז אינטערעסאנט אז פונקט אויף די צוויי משלים וואס דו האסט אנגעכאפט איז דא עוררים אז דאס קומט פון די גויים און עס איז חוקת הגוי. אבער איך מיין אז פונקט פארקערט - משם ראיה אז כאטשיג די מקור איז פון די גויים, דאך איז עס היבש אנגענומען ביי אידן. זעט מען, אז אפילו אויב ס'קומט פון די גויים איז עס נישט קיין פראבלעם השקפה'דיג.

אגב, חוקת הגוי איז (לדעת כמה פוסקים) נאר אויב ס'קומט פון זייער רעליגיע.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

They say that the most confusing day in The Bronx is: Fathers Day...
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
פארשפארט