נשתכחה תורת הבעש"ט הק'
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 52
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2013 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
נשתכחה תורת הבעש"ט הק'
[center]נשתכחה תורת הבעש"ט הק'[/center]
עס איז ידוע די באוויסטע מימרא וואס מען זאגט נאך פון הרה"ק ציס"ע רשכב"ה בעל ויואל משה זי"ע סאטמער רב
אז ליידער איז נשתכחה תורת הבעש"ט הק'.
קען מיר איינער ערקלערן ביטע:
וואס איז דאס תורת הבעש"ט (די תורה וואס איז פארגעסן געווארן)
פאר וואס און ווי אזוי איז דאס פארגעסן געווארן
וואס וואלט דאס געקענט צוריק אויף וועקן און דערמאנען
אויב איך ווייס גוט איז נישט יעדער מודה דערצו?!!
נ.ב. ווער עס געדענקט נישט ווי אזוי עס האט אויס געזעין קודם שנשתכחה מיז נישט ענטפערן!

המסורת המקובלת שעשרת השבטים ובני משה חיים וקיימים אי-שם מעבר לנהר הפלאי סמבטיון והם מקיימים שם ממלכות אדירות - הכתה גלים גלים בלב היהודים, החל מתקופת התלמוד ועד היום במאה העשרים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 52
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2013 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
איך וואלט זיך זייער געפרייט צו וויסן ווער זענען גיווען די פריעריגע פארן סאטמר רב
אבער מקורותדיג נישט פון האלבע זיכרון ארויס
אבער מקורותדיג נישט פון האלבע זיכרון ארויס
המסורת המקובלת שעשרת השבטים ובני משה חיים וקיימים אי-שם מעבר לנהר הפלאי סמבטיון והם מקיימים שם ממלכות אדירות - הכתה גלים גלים בלב היהודים, החל מתקופת התלמוד ועד היום במאה העשרים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
ודרך הבעש"ט הק' נשתכח לגמרי מהדור וכל מי שרוצה ליטול את השם להנאתו ולטובתו אומר זה דרך הבעש"ט כחפצו ורצונו. וחסרי תבונה מתחשבים עם סיפורי מעשיות שרובם ככולם שקרים וכזבים ומשתנים מפה אל פה בשינויים מן הקצה אל הקצה, ואם אלו השקרים נכתבו אח"כ בספר סוברים שהוא ס"ת"
(מרן האדמו"ר מסאטמאר זצוק"ל, ויואל משה, שלש שבועות סי' קפה')
"וכבר האיר לנו עינינו הגאון האדיר מרן הקדוש בעל ה"דברי חיים" ז"ל מרן דאתרן ורשכבה"ג "שלא לבטוח על דרכי החסידות של מרן קוה"ק הבעש"ט כי היה כהוראת שעה על משך מספר השנים הקצוב ולא לדורות עולם כי הוא טמיר ונעלם"
(פי צדיק-צאנז עמ' לט')
"וזה נמשך לערך מאה וחמישים שנה, כאשר מקובל מפי צדיקים קדושים אשר דרך הבעש"ט באה למאה וחמישים שנה להעולם עיי' בהקדמת ספר מגן אבות, וכן אמר הבוצינא קדישא הה"ק מצאנז"
(רבי אהרן ראטה, "שומר אמונים" מאמר פתחו שערים, עמ' רפז'.).
[קרעדיט גוגעל, גענומען פין דא]

איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
וואו איז דער דינער שטריקל וואס הענגט צווישן נשתכה תורת הבעש"ט און לא נשתכחה?
נשתכחה- ווען מען ברויך אראפרייסן אנדערע פירער, לא נשתכחה- ווען מען נעמט אליינטס קוויטלעך און מען פירט טישן? ווען מען וויל מאכן א כינוס צווישן די ליטאים און די חסידים האט חסידות חוזר וניעור געווען? ווען איך וויל גיין קויפן א קנייטש היט מיט א קופה סרוגה פאסט עס נישט ווייל איך בין א חסיד'שער איד. איי, וואס האב איך מיט חסידות איינגעשטויסן דער זאך איז שוין לאנג נישט דא? איז עס נאר א מאמר וואס איז גוט אויף להחמיר ולא להקל? פארוואס?

ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
משה געציל,
פירען טיש אין נעמען קוויטלעך איז נישט די דרך הבעל שם, קען זיין דער בעל שם ותלמידיו האבען דאס אויך געטוהן, אבער נישט דאס איז דער דרך הבעל שם,
אין אזוי ווייטער די חסידישע לבוש אין קולטור איז אויך נישט דער דרך הבעל שם, מען ריפט עס א חסידישע לבוש, ווייל חסידים זענען אזוי געגאנגען,
אין טאקע אז ס'דא וואס מיינען אז פירען טיש איז דער דרך הבעל שם דאס איז איינע פין די ראיות אז נשתכחה ...
פירען טיש אין נעמען קוויטלעך איז נישט די דרך הבעל שם, קען זיין דער בעל שם ותלמידיו האבען דאס אויך געטוהן, אבער נישט דאס איז דער דרך הבעל שם,
אין אזוי ווייטער די חסידישע לבוש אין קולטור איז אויך נישט דער דרך הבעל שם, מען ריפט עס א חסידישע לבוש, ווייל חסידים זענען אזוי געגאנגען,
אין טאקע אז ס'דא וואס מיינען אז פירען טיש איז דער דרך הבעל שם דאס איז איינע פין די ראיות אז נשתכחה ...
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
איינ'ס פון די הויפט זאכן וואס דער בעל שם טוב האט מחדש געווען איז געווען דאס אוועקנעמען סערעגראציע פון צווישן אידן. פארן בעש"ט איז געווען א באזונדערע שוהל פאר די שניידער'ס און שוסטער'ס וכדו', זיי זענען געווען די אראפגעקוקטע צווייטע קלאס בירגער, משא"כ די גאונים פון בראדער קלויז זענען געווען די ערשטע קלאס.
איז געקומען דער בעש"ט און געזאגט אז יעדער איד איז חשוב און טייער ביים אייבערשטן, מען דארף יעדן ארויפקוקן און קוקן נאר אויף יענעם'ס מעלות, יעדער איד איז טייער בלויז ווייל ער איז א איד. (עס איז נישט געווען זיין אויפטרעף, עס שטייט שוין פון פריער, אבער ער האט עס אריינגעברענגט אויף למעשה, אז מען זאל לעבן מיט דעם).
און דאס איז ליידער נשתכח געווארן, עס איז פריש געווארן א סערעגראציע, עס איז דא די הויכע קלאס די עליטע רבנים ועסקנים און חשובע אידן, און נאכדעם איז דא די צווייטע קלאס די באמעס, וואס זיי ווערן אויסגעשפיגען פון כלל ישראל, און זיי שעמען זיך צו קומען אין ביהמ"ד, עס זענען דא געוויסע בתי מדרשים וואס מען האט טאקע אויפגעשטעלט ספעציעל פאר די באמעס, אבער דאס איז שוין ווייטער אזוי ווי די שוסטער/שניידער שוהל, אפגעטיילט פון כלל ישראל.
נישטא וואס צו רעדן, מען זעהט בחוש אז נשתכחה תורת הבעש"ט.

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
חזקיהו המלך האט געשריבן:משה געציל,
פירען טיש אין נעמען קוויטלעך איז נישט די דרך הבעל שם, קען זיין דער בעל שם ותלמידיו האבען דאס אויך געטוהן, אבער נישט דאס איז דער דרך הבעל שם,
אין אזוי ווייטער די חסידישע לבוש אין קולטור איז אויך נישט דער דרך הבעל שם, מען ריפט עס א חסידישע לבוש, ווייל חסידים זענען אזוי געגאנגען,
אין טאקע אז ס'דא וואס מיינען אז פירען טיש איז דער דרך הבעל שם דאס איז איינע פין די ראיות אז נשתכחה ...
פאר'ן תקופה פון בעל שם איז געווען אזא זאך ווי פירן טיש? ניין, צו זאגן אז דאס איז דער פאדאמענט פון חסידות, אוודאי נישט, אבער סוכ"ס איז דאס א המצאה וואס דער דרך החסידות האט ממציא געווען און האט נישט קיין באדייט אין אנדערע קרייזן. איז מיט וואס פונקטליך איז פארגעסן געווארן דער דרך הבעל שם? נישט דא אזא זאך ווי א חסידיש'ער רבי, פראביר עס נאר זאגן פאר איינער פון די סאטמארע רבי'ס. אז דער דרך זיך מדבק צו זיין איז דורך שמחה און נישט דורך סגופים, ווי איז דאס פארגעסן געווארן? ל"ג בעומר טאנצט מען, חסידים שטייען אויף פארענטשס, מען פרייט זיך אויף א גלעזעל שנאפס נאכן דאווענען, מיט א סיפור ביים מלוה מלכה. איך פרעג נאר.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
כ'קען זיך נישט אויפן מאמענט דערמאנען וואו איך האב עס געזעהן, איך האב שוין היבש אביסל געלייענט איבער דער נושא,
למעשה פירט מען זיך ווייטער מיט די חסיד'ישע מנהגים בחיצוניות, רבי'ס, טיש, לבוש, קוויטלעך,שיסן עפל, זאגן הודו ער"ש ביי מנחה, א.א.וו.
אבער די אלע ספרים און געהויבענע בחינות זענען נישט פארן היינטיגן דור, בפנימיות. וזה כוונתם.
סאטמאר רבי פלעגט דאס כמ"פ זאגן סיי אויף געוויסע בחינות אין ספה"ק תולדות (למשל אז ווען עס פאלט איין א תאוה פאר א מענטש זאל ער דאס מקשר זיין צום באשעפער), אדער אפילו אויף געוויסע פרטים אין צעטיל קטן (ווי זיך נעמען א חבר פאר א מורה דרך זיך אויסשמועסן אפן אלעס), ער האט גע'טענה'ט אז דער דור איז נישט ראוי פאר די אלע זאכן.
הגם פון אים איז נישט קיין ראי', ער זעלבסט האט דאס פארלאנגט פון זיינע חסידים און בחורים, ער האט נישט פארנומען די פאלשע הימל געפליעכץ, ווי מען כאפט גאט ביים קארג דורכן טאנצן מיט פארגלייזטע אויגן. איינע פון די אינטרעסאנטסטע עפיזאדן וואס כ'האב געלייענט איבער אים וועגן דעם ענין איז געווען, אז א בחור פון ישיבה האט אמאל געשיקט א משגיח (אדער אפשר ר' נתן יוסף אליינס?) פרעגן דעם סאטמאר רב צי ער זאל ליינען די געהעריגע קר"ש שעל המטה צי של אריז"ל... דער תירוץ פון רבי'ן? "גיי זאג דעם בחור אז די וואך וועל איך אים שטרענג פארהערן"..
אנדערע חסידות האבן יא מער מעורר געווען דעם ענין, און זיי האבן ליבערשט געלאזט די בחורים קאכן אין חסידות אפילו עס איז נישט בתכלית האמת, ווי דער באקאנטער ווערטל, בעסער א פאלשער צדיק ווי איידער א אמת'ע רשע, און טאקע בחורים האבן מער געקאכט אין ספרי חסידות. אבער כו"ע מודי אז עס איז שוין נישט פאראן היינט די מדריגות פון אמאל, און רוב בחינות איז ממש נישט שייך פאר אונז. שוין נישטא קיין רבי'ס וועלכע קענען "ליינען קוויטלעך".

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן: די אלע ספרים און געהויבענע בחינות זענען נישט פארן היינטיגן דור, בפנימיות. וזה כוונתם.
מאן יימר אז תורת הבעש"ט מיינט די מדריגות פון די חבריא. אין אויב יא ווער לאזט נישט היינט צוקומען דערצו.
ווי לאנג צוריק איז נאך יא געווען תורת הבעש"ט? אין וואס איז דעמאלס געווען די מדרגה פונעם טיפיקעל חסיד?
שמעקעדיג האט געשריבן: שוין נישטא קיין רבי'ס וועלכע קענען "ליינען קוויטלעך".
how would you know that?
נישט אז איך ווייס יא ווער ס'קען
די 150 יאר איז א שטיקל סתירה מיט אימתי קאתי מר...
אויב דער בעש"ט איז געקומען פאר די שוואכע דורות, דארפן מיר דאס נישט היינט more than ever?
אויב די בעש"ט איז א הכנה פאר ביאת המשיח ווי איז שייך אז יעצט זאל דאס ווערן נשתכח?
אויב ס'איז נשתכח געווארן, מעג מען דאס צוריק אויפוועקן?
קען מען זאגן אז ס'איז נשתכח געווארן די פשט פון נשתכחה תורת הבעש"ט?
איז דא א סכום פין יארען ווי לאנג ס'וועט זיין נשתכח?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 8 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 52
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2013 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
ברסלבער
ביים בעש"ט ותלמידיו איז נישט געווען קיין אויבנאן? עס איז נישט געווען קיין חשוב'ע תלמידים וואס זענען געזעצן פריער און נענטער?
נאר נאך הונדערט פופציג יאר האט מען אונגעהויבן מכבד זיין א תלמיד חכם מער ווי א שניידער אדער וואסער טרעיגער?
עס איז אלעמאל געווען נאר וואס יא, מען האט זייער אכטונג געגעיבן נישט אוועק מאכן קיינעם אפילו א פושטער יוד
ביים הייליגן ר'ר מאיר'ל פון פרעמישלאן איז געווען דער דרך אז ער פלעיגט רופן יעדן איינעם צדיק, (ווצבש"פ "קום אהער די צדיק"), איין מאל האט אן אונגעפרעסענער יוד זיך דערווייגט און געזאגט דעם רעבי'ן, אויב איך בין א צדיק לאמיר זיך משדך זיין, האט ר"ר מאיר'ל גענטפערט איך וועל זיך משדך זיין מיט מיינע צדיקים און דו וועסט זיך משדך זיין מיט דיינע צדיקים,
מען קען רופן יעדן צדיק אבער מען דארף נאך אלץ וויסן אז רב איז רב און רבי איז רבי, וואסער טרעיגער איז וואסער טרעיגער,
ביים בעש"ט ותלמידיו איז נישט געווען קיין אויבנאן? עס איז נישט געווען קיין חשוב'ע תלמידים וואס זענען געזעצן פריער און נענטער?
נאר נאך הונדערט פופציג יאר האט מען אונגעהויבן מכבד זיין א תלמיד חכם מער ווי א שניידער אדער וואסער טרעיגער?
עס איז אלעמאל געווען נאר וואס יא, מען האט זייער אכטונג געגעיבן נישט אוועק מאכן קיינעם אפילו א פושטער יוד
ביים הייליגן ר'ר מאיר'ל פון פרעמישלאן איז געווען דער דרך אז ער פלעיגט רופן יעדן איינעם צדיק, (ווצבש"פ "קום אהער די צדיק"), איין מאל האט אן אונגעפרעסענער יוד זיך דערווייגט און געזאגט דעם רעבי'ן, אויב איך בין א צדיק לאמיר זיך משדך זיין, האט ר"ר מאיר'ל גענטפערט איך וועל זיך משדך זיין מיט מיינע צדיקים און דו וועסט זיך משדך זיין מיט דיינע צדיקים,
מען קען רופן יעדן צדיק אבער מען דארף נאך אלץ וויסן אז רב איז רב און רבי איז רבי, וואסער טרעיגער איז וואסער טרעיגער,
המסורת המקובלת שעשרת השבטים ובני משה חיים וקיימים אי-שם מעבר לנהר הפלאי סמבטיון והם מקיימים שם ממלכות אדירות - הכתה גלים גלים בלב היהודים, החל מתקופת התלמוד ועד היום במאה העשרים.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
איך בין נישט דער וואס זאל אריין לערנען פשט בדברי הדברי יואל, או הדברי חיים, אבער אין מיינע אויגן איז פשט אין ''נשתכח'' גאר אנדערש. עס איז א בחינה ווי א מגי''ש וואס פרובירט איבערמיטליך אריינצוהאקן א קצות אין די קאפ פון זיינע 25 תלמידים. ער רופט זיך אן מרוב ייאוש ''די עולם פאפט דא''. עס מיינט נישט ליטעראלי אז אלע 25 בחורים שלאפן מיט פארמאכטע אויגן, עס מיינט אז אזוי פילט זיך עס. ער זאג עס מיט א שארפע לשון לשבר את האוזן.
די זעלבע איז בנידון דידן. קוקענדיג אויף חסידות בימינו, צו בימי הדברי חיים זעהט עס אויס אז די דרך הבעל שם איז נשתכח געווארן. קוק נאר ווי מען איז געבליבן נאר מיט די שטותים און מען האט פארגעסן פון די יסודות ועיקרי החסידות.
אבער איז עס דען טאקע נשתכח געווארן? אוודאי נישט! ניתי ספר וניחזי, מאך אויף א בעש''ט, א תולדות, א ר' צדוק, א ליקוטי מוהר''ן, א ליקוטי תורה, א שפת אמת וועט איר זעהן קלאר די דרך הבעל שם.
די פראבלעם איז אבער לויט דעם גרעסער ווי מיר האבן געמיינט. די פראבלעם איז אז טראץ דעם וואס מיר קענען גרינגערהייט וויסן די דרך, דאך ווערט עס כמעט גענצליך איגנארירט.
לפי''ז לא פליגי הדברי יואל והרבי מה''מ, זיי האבן זיך פשוט נישט פארשטאנען.
דאס וואס אנדערע ברענגען דא בנוגע דרך החסידות בעבודה, בימינו, דאס האט גארנישט מיט דרך הבעל שם ודרך החסידות. דאס איז נאר געווען א ביי–פראדוקט.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
הוגה האט געשריבן:איך בין נישט דער וואס זאל אריין לערנען פשט בדברי הדברי יואל, או הדברי חיים, אבער אין מיינע אויגן איז פשט אין ''נשתכח'' גאר אנדערש. עס איז א בחינה ווי א מגי''ש וואס פרובירט איבערמיטליך אריינצוהאקן א קצות אין די קאפ פון זיינע 25 תלמידים. ער רופט זיך אן מרוב ייאוש ''די עולם פאפט דא''. עס מיינט נישט ליטעראלי אז אלע 25 בחורים שלאפן מיט פארמאכטע אויגן, עס מיינט אז אזוי פילט זיך עס. ער זאג עס מיט א שארפע לשון לשבר את האוזן.
א שטייגער ווי עס איז בעסר זיך צו ביקען צי 20 צלמים
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
הוגה האט געשריבן:
אבער איז עס דען טאקע נשתכח געווארן? אוודאי נישט! ניתי ספר וניחזי, מאך אויף א בעש''ט, א תולדות, א ר' צדוק, א ליקוטי מוהר''ן, א ליקוטי תורה, א שפת אמת וועט איר זעהן קלאר די דרך הבעל שם.
איינער האט טאקע אמאל געזאגט פאר'ן בעל דברי יואל זצ"ל, אז ווי קען מען זאגען נשתכחה, ס'דאך דא אזוי פיהל חסידישע ספרים וואס שרייבען פין דעם,
האט ער גענפערט אז פין דארט זעהט מען טאקע, מען קוקט אין די ספרים אין מען קוקט אויפען דור, זעהט מען אז ס'נשתכחה,
בערך וואס די האסט געזאגט,