יאיר האט געשריבן:איך טראכט צו דער גאנצער בריוו איז פשוט א תוצאה פון דעם שאצער רב'ס שטארקע התנגדות צו האדמו"ר מסאטמאר, דעמאלט קענען דאך די סאטמארער חסידים שלאפן רואיג, ווייל דער שאצער רב איז פשוט געווארן פארכאפט דורכ'ן ס"מ אזוי ווי רוב רובם פון די צדיקי וגדולי הדור.
דער שאצ'ער איז געוועהן א שטארקע אנהענגער אין דער בעלזא רב מהר"א רוקח זצ"ל,
שנת תשט"ו (מיט א הקדמה פון א שנת תשי"ב באזוך) איז געוועהן ווען א קאלטע קריג האט אויסגעבראכען ציווישען סאטמאר אין בעלזא,
שנת תשט"ו איז געוועהן דער אפציעלע יאר ווען דער קלויזענבורגער רבי האט מחליט געוועהן אז גענונג איז גענונג פון וויליאמסבורג, יענעם יאר איז ער געגאנגען אויפשטעלן קרית צאנז, ווי ער האט זיך דריי יאר שפעטער (תשיט-כ) באזעצט.
דער שאצ'ער רבי האט געלאזט הערען זיין מיינונג אין אסאך ענינים וואס האבן אויסדריקלעך נישט באלאנגט צו איהם, זיינע דרשות ומכתבים האבען קיינמאהל נישט געהאט קיין השפעה אין קיינע איינע פון די הינזיכטן אין וואס ער האט זיך געלאזט הערען.
למה הדבר דומה כאילו מ'זאל היינט צו טאג טרעפען א בריעוו בחתימת יד קדשו פון רבי מנשה קליין אונגווארע רב איבער די סאטמארע רבנות לטובת אחד הצדדים, אפשר אין פופציג יאר ארום וועט דאס זיין אינטרעסאנט, אבער באשר הוא שם, תשע"ג וועט אזא בריעוו נישט אויסמאכען קיין איין פרעצענט, אפילו די זייט פארוועם ער נעמנט זיך אן וועט דאס אויך נישט נוצען, ודו"ק.