חריידישע צייטינגען
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
- האט שוין געלייקט: 247 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל
חריידישע צייטינגען
חריידישע צייטינגען
לאמיר אדארך שמיסען די תכלית פין די היימישע צייטינגען א שטייגער ווי דער איד, בלאט, אין די צייטינג, בדרך כלל קויף איך נישט די צייטינגען, אבער יעדע שטיק צייט ווער איך נכשול, אין איך פאל אריין נאך אמאל מיטן צאלן צוויי מיט א האלב, אין איך הייב אן צי ליינען, ביז סקימט מיר צי ברעכן, אין איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר, פארוועים מאכן זיי די צייטינגען, פאר מיר נישט, ווייל עס איז מיר פשוט נישט אינטערעסאנט, איך זעי נישט גארנישט אינטערעסאנט, די נייעס, בכלל נישט אינטערעסאנט, סיז שוין אלט, אין די צייט וואס די צייטינג באווייזצעך, למשל די באמבע אין באסטען, געוועין ממש בושת, ארויסציקימען מיט ברעיקינג נוז א וואך שפעיטער אז סיז געוועין א באמבע אין באסטען, איך מיילע דארף עס נישט, ווייל איך בין דאך פין די פארגעשריטענע, וואס האבען שוין געהערט אמאל פין דרודזש, אין כהאב געהערט פין א ראדיו, אין איך צינד עס אן, ספעציעל אין א עת דחוק, אבער אפילו די פין מיטל אלטער האבן שוין געהערט פין קול מבשר איפארמאציא ליניא, וואס ריפט כסדר אויס אז פאר נייעס דריקט נומער איינס, אפילו מיין באבע פין הינדרעט קען אלע נייעס אפ טו דעיט,
ני סידאך דא נייעס וואס מקען נישט הערן אויף קול מבשר, אדער דארך די אפעציעלע נייעס צענטערן, ווי סעווען סעווענטי אדער עיט עיטי, אדער אפילו דעים דראדזש ריפארט, נעמליך ווי נייעס ביי היימישע רביסטעווע, וויזוי עס האט אויסגעזעין ביי א געוויסע לאווע מלכה, אדער וויפיל פערזאנען גייען זיך משטתף זיין ביים קימעדיגן כ"א כסליו, מיר מיזן דאך וויסן פינקטלך ווי אנגעווארמט דער עולם איז צים קימענדיגן חולם גולם סאסייעטי דינער, אויב העמיר נישט האבען דעים איד וועט בלייבן א לאך אין אינזער פלייץ פין אינפארמאציא, פינווי העמער וויסען צי דער עולם גייט אהין שטראמען, צי מפלאנט היי יאהר צי גיין צישטייטעלעך, צי מגייט אהין כצאן לטבח, צי ווייל דער עולם איז אנגעווארעמט צים רייכען ציגעגרייטן פראגראם, מיר מיזן זעין די בילד נאר פינם טייל פין עולם, חלילה נישט ארויסגעיבן דאס בילד פינעם גאנצען עולם, ווייל סקען אויסברעכן א מגיפה, ווייל עין הרע איז א געפערליכער ענין, אגב די אלע אינפארמאציא איז נישט אוועילעבל נאר עקסלוסיוולי פאר די צייטינגען מיט איבער הינדערט פיפציג בלאט, זיי האבען זייערע אינערליכע מעסטער אין זיי זענען נישט וויליג צי טיילען מיט די אינפארמאציא מיט קיין אנדערע מינדערוויכטיגע צייטינגען.
וואס יא איז אינטערעסאנט, אז ממיז קויפן ביידע צייטינגען, ווי סוואלט געוועין אפגעשמיסט, פאר עפעס א סיבה איז די אידישע נייעס ציטיילט אין צוויי חלקים, וואס איז נייעס ביים איד, איז אינגאנצען נישט אינטערעסאנט אפילו צי רעדן אפילו ברמיזה בעלמה, ווייל נישט געזארגט סוועט זיין ברייט ארויסגעברענגט אין חלק שני אין דער בלאט.
אבער וואס איז מיר יא שווער צי באגרייפן אויב איז עס א צייטינג איז עס דאך לכאורה נייעס, אין ביי נייעס קען מען דאך נישט וויסען וואס ס'גייט זיין אין צי ס'גייט געלינגען, אין אפילו ביי זאכען וואס ס'האט שוין פאסירט, שרייבט מען אויך נאר וואס מ'וויל דער עולם זאל וויסן, אפילו מיר וויסען דעים אמת, אזוי לאנג ווי סאיז נישט געדריקט אין די צייטינגען האט עס נישט פאסירט, והכל על מקומו יבוא בשלום, אין דעיס שטערט מיר, אין דייקי וועיגן דעים ברעך איך ווען איך ליין די צייטינגען, אויב וועל איך זעין כאטשיג איין מאל עפעס א נייעס וואס איז נישט איינשטימיג מיט עפעס וואס טויג, א שטייגער איינער וועט זאגען א נייעס כך, וויליאמסבורג, יעצט איז א דורך די שיינע יום טוב שביעות, סיז געוועין זייער שיין דער עולם האט געהאט גרויס התתעוררת ביים רבין שליט"א אין די געסט האבן געשעפט פיל קדושה פארן קימענדיגן זימער סעזאן, אבער מיר פראבירן צי דערגיין, מיר האבן געשטעלט א וועד בעל הבתים וואס האבן נישט קיין נגיעות לכאן או להתם, הלמאי עס איז געוועין א קליינער עולם, מ'קען נישט פארלייקענען דעים פאקט אז סיז געוועין געהעריג ווי צי פארקען, אולי איז דער עולם געפארן אין קאנטרי, אולי אויף קרית יואל, מיר וועלן זיך צי הערן צי אלע רעקאמענדאציאס פין די וועד, ועל פיהם יהיה כל ריב וכל נגע.
נאך א נייעס למשל מיר האבן געמאכט אן אפיל פאר די קעמפס אדער ס'איז דא א געוויסע טיי אווענט, אין פאר געוויסע סיבות איז עס דורך געפאלן האט דען עימצער אמאל געליינט אין צייטינג, מורי ורבותי געוועיזענע שבת קודש פרשת במדבר העעל"ט איז פארגעקימען די דינר פאר ייטב לב אין כאטש מיר ווייסען אז רבינו הקדוש והטהור האט אזויפיל פארגאסען טייכען טרערן, אריינגעלייגט אזוי פיל מי אין פלאג, אז דער עולם זאל זיין ווארעם אין שנדרען גרויסע געלטער פאר די מוסדות אין ארץ הקודש, אבער מיט גרויס ווייטאג קיקען מיר זיך צי אז סאיז יבשה הארץ, קיינער האלט מער נישט דערביי, יעדער מיט תריצים שונים דרייען זיך ארויס אין מקען מער נישט אזוי אנגיין, מיר אפעלירען דא צים ציבור וואס וואלט נישט געוואלט פארשעימן כבוד סאטמער, זאל זיך שענער משתתף זיין, אפילו מען געהערט נישט צים פארטיי, אין מהאט פארגעסן אז מיטן רבין'ס פטירה האט אויפגעשיינט א נייע שטערן, אעפ"כ מאכן יטב לב פאר אן אויסנאם, איז מקבל זיין די עסקנים בסבר פנים יפות.
מיט גרויס צער אין ווייטיג טיען מיר איינמעלדן דעים חשובען ציבור, אז מחמת די גרויסע אימגערישטע שלאקס רעיגן, איז די כף אלף כיסליו דהאי שעתא געוועין א געוואלטיגע דורך פאל, פשוט כמשמעו דער עולם האצעך נישט באוויזען, סיז געגאנגען אין מיסט בערך פיפציג פראצענט פין די פארציאס, אין מחמת גרויס ווייטאג האט רבינו שליט"א נישט געקאנט קימען צים ווארט, אין זיך צימישט עטליכע מאל.
רבינו שליט"א איז שרו בצער דא אין ק"י ווען די נייעס פין די געלינגענע קידוש השם פין די חתינה אין ארץ הקודש גרייכט די גרעיטער ניו יארק, רבינו שליט"א פלאצט פאר קנאה, אין פלאנט זיך נוקם צי זיין אין אלע רבנים המשתתפים, די רבי האצעך אויסגעדריקט בזה הלשון גענימען פין די הייליגע תורה ביום פקדי ופקדתי.
אנשטאץ די אמתע נייעס הערן מיר נאר באלאני נייעס ווזוי אלעס גייט געלינגען, אין ווינדער איבער ווינדער עס געלינגט טאקע, ממש גענוי ווי געפלאנט בלי שום ספק ופקפק כלל, יעדער האט געשעפט גאפענעס יראת שמים, קיינער האצעך נישט געקריגט חלילה אפילו במחשבה, מיט אזעלכע נייעסן אז מקען שוין פראנאויס שרייבן גענוי וויזוי סהאט אויסגעזעין דעים יום טוב, סיי אין מאנרוי אין סיי אין ברוקלין, דעמאלט פארוואס ברויך מען נאך א צייטינג, אולי וועגן די עדווערטייזמענץ.
פין די עדס קען מען ברעכן פאר זיך, מורי ורבותי מיר די באערדע פין פאמעגראנעץ בא'אפטראגען אייך, אז אלע צרות קימען ווייל איר טראכט נאך פינעם אינדעווייניגסטע חלק פינעם בלינץ, ווי שנעלער איר וועט אנהייבען טראכטען פין אינדערויסען פינעם בלינץ, אלץ בעסער איז, וועלכע חלק פארשטייט איר נישט, וואס איר האט נישט געכאפט, כעלעס זאגען אין אנדערע ווערטער, מיר האבען דעלישעס בלניצעס צי פארקויפן, אפילו איר האט נישט געקעטשט דעים אויבן דערמאנטען וויץ, מיר זאגן אייך, איר גייט גלייכען דעים בלינץ, איר קענט זיך פארלאזן אויף ארי אינזער מילכיגעראליגיסט, ער פארשטייט דאך גיט צי מילכיגס, זעיט איר דען נישט זיין שיינעם גאלדענעם זייגער. בערך אזעלכע עדס פילט אן די דיקיקייט פינעם ליינעכץ, ני איז דאס יושר.
מען קען אזוי גיין פין עד צי עד, איך האב זיך נישט פארלייגט בדווקא אויף די אויבען דערמאנטע פירמע, וועלכע לייגט דייקי יא אריין גאנץ באטעמטע עדס, אלע אנדערע פירמעס גייען אויף נערווען פינקט אזוי, למשל די עדס וואס ווילן איך זאל שוין באשטעלן א סוט, למשל דשזי אין דשזי אדער דשזי מיט בי, נישט קיין נפקה מינה, סיז אלעס נהמה בנהמה, איינער איז מסביר אז היות ער האט א בילד פין הערשקאוויץ סיי אויב ער וואלט וועין געבוירן געווארן א חסיד, ליקוואק, לאבאב, אדער א מתנגד, וואלט ער וועין אלע מאל געמיזט קויפן דעים סוט באנינז, הגם דער היט מיטן העמד וואלט געוועין א חיליק סארא סארט ער איז, אבער נישט אויפן סוט, אזוי ווי מיר צייגן אייך קלאר מיט א אמתן בילד, פין אלע גילגילם וואס ער האט שוין געמאכט, על כן צעיגערץ נישט אין שוין באשטעלן דא אייער סוט, אויב גייט איר מיט א רעקל רעכץ אויף לינקס, טינקל בלוי, אדער שווארץ, אפציא איינס איז קארץ, אפציא צוויי לאנג, קליינע פיצי ווערטער, אלע אנדערע אפציא'ס זענען נאר פאר איליסטראציא געברויכען, אויב קיקט איר גיט וועט איר באמערקן אז ער האלט א פייג, מיילע זענען מיר נישט אחריות.
.

אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 766
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל
פרישער, איך שטיי און שטוין פון אייער מוט און פרישקייט. על אף די 'זדים הלצינו עד מאד' אויף אייער שפראך און ספעללינג לאזט איר לאנגע אשכולות חדשים לבקרים בבחינת 'ועונתה לא תגרע' מיטן זעלבן אייפער ווי א פרישער שנה ראשונה אינגערמאן. כה לחי.
איך מוז אייך אבער זאגן אז איר בלייבט איבער ביי מיר א גרויסע מיסטעריע, א אינגערמאן מיט א לשון פון א צורבא מדרבנן מליצות פון א ריש גלותא און א ספעללינג פון א בר בי רב דחד יומא.

חמין במוצאי שבת מלוגמא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שקויעך פאר טרענסלעיטן. ס'איז אבער געשמאקער צו ליינען (פרישער'ס שרייבעכץ) אין די אריגינאלע שפראך. ווען איך וויל מיר פארשטעלן אן אימעדזש פון פרישער, טראכט איך א שטייגער ער זעט אויס ווי מנשה לוסטיג בתפארתו. צולאטשעט, צופלויגן אבער זיס. הערה ב'. דער דיסקלעימער איז נישט פון פרישער. ער שרייבט נאר נאך דעם דיסקלעימער פון די חברה מלביש ערומים.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
- האט שוין געלייקט: 247 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל
די שטערן מיט די שפאקטיוו איז נישט געבילדעט צי דערציילן נייעס, איך בין א גרויסע חסיד פין די סארט, הגם די רבנים אסרן עס ערגער ווי דארווין ביי קידוש אין מאשין מצה, אבער סיז זייער גיטע ארטיקלען ווערט די צייט א מיט א גיטע השגחה פאר די הייליגע, חוץ פין די ארטיקלען וואס זיי שרייבען פין יו טוב אדער נעטפליקס, אבער סיז גארנישט ווייל זיי מעקען די פעינעמער, ווערט עס א מצוה מחמת מיעוס
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
וואוי געפאקט פרידיש ביי א גאנץ לעהזבארע תגובה! ומכן ראיה לשיטת היש אומרים אז מר. פרידיש פארדרייט דוקא.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל