עס איז א משל.... צו א......

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4265
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3675 מאל

עס איז א משל.... צו א......

שליחה דורך טאמבל סאס »

עס איז א משל צו א מחנה וואנדערער, מענער און פרויען, וואס האבן שפאצירט אין מדבר, חדשים לאנג, איין טאג האבן זיך צו זייערע אויערן דערטראגן הויכע גערוישן, און צעביסלעך ווי נענטער זיי זענען געקומען צו דארט פון וואנעט די קולות זענען געקומען, אלץ העכער זענען די גערוישן געווארן. אנקומעענדיג נענטער האט זיך צו זייערע אויגן אנפלעקט א גרויסע לאנגע ים, מיט הויכע שטורמישע וואלן, אזוי ווייט ווי די אויגן זייערע האבן נאר געקענט קוקן. זיי האבן זיך זייער געוואונדעט צי וואו דער ים פירט, און וואס עס געפינט זיך די אנדערע זייט. פון די קלעצער מיט וואס זייערע וועגענער זענען צוזאמגעשטעלט געווען, האבן זיי צאמגעהאקט א שיפעלע, און זיך אריינגעזעצט דערין, רייזן אויפ'ן ים, מיט'ן ציהל אויסצוגעפינען צו וואו דער ים פירט. און צו וואספארא הערליכע וועלט מען וועט אנקומען אפשר.
די וועג האט גענומען טעג, חדשים, און יארן, אבער זיי האבן בשום אופן נישט געוואלט אויפגעבן.

די גרופע ים רייזענדע האבן געהאט נעצן, און אזוי זיך געשפייזט דורכאויס די לאנגע ים רייזע, פאנגענדיג פיש פון ים און טרונקענדיג דאס וואסער. (ס'נישט זאלציג געווען) זיי האבן אבער נישט געוואוסט וואס עס ווארט זיי אפ די אנדערע זייט. קען זיין אז דארט ווארט זיי אפ א פארגאפנדע וועלט, אומגלויבליך שיינע פארנאראמישע לאנד, וואו די אויגן קוקן נאר. אבער קען אויך זיין אז אינמיטן די ים איז דא א גרויסע ענדלאזע לאך, א סאקשן אויג, וואס ציהט אלץ אריין אין זיך, און די צרה איז נאך אז מ'באקומט נישט א ווארענונג גענוג פרי איידער מען דערגרייכט אהין. דער לאך הויבט זיך אן אזוי פלוצלונג און איינמאל מען באמערקט די לאך איז שוין צו שפעט.

נאך עטליכע יאר פארן האבן די שיספלייט געבוירן קינדער אויפ'ן שיף, און ווען די קינדער וואקסן אונטער און פרעגן די טאטע וואו זייער ציהל איז, ווייזן די עלטערן מיט'ן פינגער אהין! מיר פארן דארט צו יענעם ריכטונג, אויסגעפונען וואס עס געפינט זיך אויף די אנדערע זייט. "אבער טאטי, וויאזוי ווייסטו אז עס ענדיגט זיך אמאל?" ענטפערט די טאטע, "ווייל אמאל יארן צוריק זענען מיר געטרויטן ביינאזאם אויפ'ן יבשה, דעריבער איז מסתמא אויף די אנדערע זייט אויך דא די זעלבע זאך!. די קינדער זענען צופרידן מיט'ן תירוץ. עס גייט אדורך זיבעציג, אכציג יאר, און די עלטערן שטארבן אויפ'ן שיף, און די קינדער דארפן נעבעך אריינווארפן זייערע עלטערנ'ס קערפער אין ים, און וויינען נאך זיי. אבער די קינדער זענען ווייטער ממשיך דעם וועג וויבאלד זיי פארשטיין אז אויב האבן די עלטערן זייערע באשטימט אז דארט אויף די אנדערע זייט איז פארהאנען יבשה, מוז דאך זיין אז זיי האבן געוואוסט וואס זיי רעדן...!
די קינדער האבן אבער אויך נישט דערלעבט אנצוקומען אהין, ווייל זיי זענען אויך געשטארבן, אבער נאך א מזל אז זיי האבן אויך איבערגעלאזט קינדער וואס זאלן קענען, ווייטער אויספירן זייערע זיידעס ציהל, און דאס איז אנקומען די אנדערע זייט, זען די אזוי אויסגעווארטעטע יבשה, וואס זייערע זיידעס האבן באשטימט, געפינט זיך העכסט ווארשיינליך דארט.

לאמיר א מינוט צוריקגיין צו די מדבר פון וואו זייערע זיידעס זענען ארויסגעפארן מיט יארן צוריק. א וואך נאכוואס זייערע זיידעס זענען ארויסגעפארן, זענען נאך א גרופע וואנדערערע אנגעקומען צום בארטן און די זעלבע זאך נאכגעטוהן דאס וואס דער פריערדיגע גרופע האט געטוהן. און פארענדיג אויפ'ן ים, האבן זיי אבער געקענט פון גאר ווייט באמערקן א קליין פינטעלע צעביסלעך פארשוואונדן ווערן פון האריזאנט. אויף וואס זיי האבן פארשטאנען אז דאס זענען עס, א ערשטע גרופע מענטשן וואס האבן נישט לאנג צוריק פארלאזט דעם בארטן. פון דעם האבן זיי פארשטאנען אז זיי פארן אויפ'ן גוטן ריכטונג און זענען אויף א וועג צו א ציהל.

און אזוי זענען וואך נאך וואך, ארויסגעפארן גרופעס פונעם מדבר-בארטן (גיי פארשטיי וואו קומט א ים אין א מדבר. נו, מ'קען עס נישט פארשטיין. ס'איז העכערע כוונות) אריין אין ים אריין, אלע צו איין ציהל.אדער צו א נייע אנטדעקטע נאטור געבענטשטע פעטע לאנד, אדער גאר צו א גרויסע ריזיגע בלויע באליזער סינקהאל - א טויטליכע לאך, צו וואו עס איז נאר דא איין וועג אריין.

וואס שפעטער, זענען די גרופעס געווארן מער און מער סאפיסטאקירט, היות די ערטער פון וואו זיי זענען געקומען זענען מער און מער ציוויליזירט געווארן. ווי אויך זענען די גרופעס כסדר גרעסער געווארן. און זיי האבן מיטגעברענגט מיט זיך מער סארטן פארגעשריטענערע געצייג, וואס מען ברויך האבן צו קענען איבערלעבן אויפ'ן ים, און זיך ספראווען מיט די ים שוועריגקייטן. אבער די וועג האט גענומען דורות לאנג! וואס כאטש טאקע דער ים האט געהאט א נאטור זיי ארויסצוהעלפן מיט די רייזע צוליב אירע שטארקע כוואליעס, וואס האבן זיך געהויבן בלויז אין דירעקציע צו וואו זייער ציהל איז געווען, און אין פאקט איז זייער שווער געווען פאר א שיף אויסצודרייען און פארקירעווען דעם רודער צוריק צום בארטן, צוליב די שטארקע כוואליעס, וואס האבן זיי נאר געשטופט צו איין ריכטונג, די ריכטונג צו וואו זייערע זיידעס האבן אזוי שטארק געוואלט אנקומען.

אבער ווי געשמועסט אלעס וואס די זיידעס האבן געזען ביים פארלאזן די בארטן איז געווען א בלויער ים, און א בלויער הימל, און א קליין פינטעלע ביסלעכווייז פארשוואונדן ווערן פונעם ווייטן האריזאנט. און דאס האבן זיי איבערגעגעבן בצוואה פאר זייערע קינדער, און אזוי די קינדער פאר זייערע קינדער, ביז צום לעצטן דור.....
לאמיר גיין אביסל זען וויאזוי די צווייטע גרופע פארט אויפ'ן ים. נאך יארן, רייזן אויפ'ן ים, און נאך עטליכע דורות זינט זייערע זיידעס פיס האבן באטראטן יבשה. האבן די אור אור אייניקלעך, שוין געהאט אנגעזאמלט בערג מיט בויגנס און טאג בוכער, פאעטן און מעשה'לעך, איבער די געשמאקע פרוכטבארע הערליכע וועלט וואס וועט זיך אנטפלעקן פאר זיי די אנדערע זייט.

לאמיר א מינוט גיין זען וואס מיט די מדבר איז געווארן דורכאויס די יארן. די מדבר איז צעביסלעך פארוואקסן געווארן, און הייזער זענען צעביסלעך געבויעט געווארן, מער און מער מענטשן האבן איר באזעצט, און מיט די יארן, האבן זיי אנטוויקלט פארשידענע טעכנעלאגיע און וויסענשאפט. אזוי אויך למשל מאפעס, קוקערס, און בעסערע שיפן, אבער נאכאלס, נישט גענוג צו וויסן וואס עס געפינט זיך אויף דער אנדערע זייט ים...

אצינד לאמיר צוריק גיין צום צווייטן גרופע זעהן וואס זיי מאכן.
געווען אזעלכע צווישן די גרופע וואס זענען אביסעלע ווי מ'זאגט "חוצפה'דיג" געווען, און נאך יארן פארן און גארנישט זען פאר די אויגן, האבן זיי אנגעהויבן פרעגן קשיות, און קרעכצען אויף זייער ביטערע מצב. די כוואליעס האבן געבוזשעוועט. ווילדע פארצוקנדע פיש האבן נישט געפעלט, און די ים פיבער איז זיי שוין אויך געגאנגען אויף די נערוון. מיט וואונדער האבן זיי געפרעגט זייערע ברודער : "מיר פארן שוין אזוי יארן לאנג, און עס נעמט נישט קיין עק!"
"אבער אונזערע עלטער עלטער זיידעס האבן דאס אויך מיטגעמאכט, און דאך פארגעזעצט דעם וועג.. האט זיי דער שיף-עלטסטער אנגעשריגן. וואו וואגט עטס ענק צו אויפברענגען פראגן אויף די טייערע ציהל אויף וואס זיי האבן זייערע לעבנס מקריב געווען??!! נאך מער פון דעם, האט ער געדונערט אויף זיי. אונזערע זיידעס האבן אפגעשריבן פאר אונז צוגעדענקען, אז בשעת זיי האבן אנגעהויבן די שווערע רייזע, האבן זיי פונדערווייטן געזען א שיף אויך אויף דעם ציהל.. נו.. זיי זענען שוין מעגליך דארט. און מיר דארפן זיך פרייען אז אט אט וועלן מיר אויך אנקומען אהין.
"אבער פארוואס קומט קיינער נישט צוריק?", האט איינער פון די יונגע מחוצפים דערוואגט אויפצוברענגען א פראגע אויף זיינע לעפצן.
אהה! פון דעם זעסטו דאך, ווי געשמאק עס איז פאר זיי דארט!....
"אבער אפשר וואלט בעסער געווען, אז מיר זאלן זיך צוריקדרייען און זען פון וואו מיר קומען קודם. אפשר דארטן, וועלן מיר יא, קענען געוואויר ווערן, אויב אונזער ציהל, האט א ציהל בכלל.
אבער די עלטסטע האבן זיך געהאלטן ביי זייערס, און נאכאנאנד געפרובט מיט אלע מיטלען אונטערדרוקן זייערע רעבעלירנדע שטימעס.

מיטדעם אלעם אבער האט נישט קיין סאך געהאלפן די סטראשונגען און געשרייען פון די עלטערע, און אל אפם ועל חמתם האבן די פאר מחוצפים'לעך אפגעמאכט, אראפצוברעכן אביסל העלצער פונעם אויברשטן זוים פון שיף, און אליין צאמשטעלן א שיפל, און טראץ אלע שוועריגקייטן גיין אנטקעגן די שטראם. און צוריק גיין פון וואו זיי קומען, כדי אזוי ארום זען אויב זייער וועג האט בכלל א ציהל.

און צעביסלעך זענען אין אלע שיפן, - וואס שפעטער צייט האט זיך גערוקט, אלץ מערער - געווארן א צעטיילונג, געווען אזעלכע וואס האבן ווייטער ממשיך געווען, און געווען אזעלכע וואס האבן מיט שוועריגקייטן, זיך אויסגעדרייט, און שווערליך געקעמפט זייער וועג אויף צוריק. אבער..!! זיי ווייסן אז דא האבן זיי זיכער א ציהל, וויבאלד זיי זעהן דאך לויט די געצייג אויף די שיף, און לויט וויאזוי די שיף איז צוזאמגעשטעלט, אז פון ערגעץ קומען זיי.. מ'דארף נאר אויסגעפונען פון וואו.

יחזקאל כ', י"ח-י"ט:
וָאֹמַר אֶל בְּנֵיהֶם בַּמִּדְבָּר בְּחוּקֵּי אֲבוֹתֵיכֶם אַל תֵּלֵכוּ וְאֶת מִשְׁפְּטֵיהֶם אַל תִּשְׁמֹרוּ וּבְגִלּוּלֵיהֶם אַל תִּטַּמָּאוּ: אֲנִי יְהוָה אֱלֹהֵיכֶם בְּחֻקּוֹתַי לֵכוּ, וְאֶת מִשְׁפָּטַי שִׁמְרוּ וַעֲשׂוּ אוֹתָם:
בייגעלייגטע פיילס
tumblr_mly2pc0OzA1qzj2r4o1_500.jpg
tumblr_mly2pc0OzA1qzj2r4o1_500.jpg (21.63 KiB) געזען געווארן 474 מאל
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר