אזוי ווי איך זעה אז מיר האבן דא אסאך חשובע ניקס וואס זענען מורא׳דיג מקפיד פאר א חשש ספק ספיקא פון א נט בר נט בליעת איסור ד׳פארדרייען אן אשכול ח״ו היה לא תהיה (קלאפ מיין מיין מויל יעצט דריי מאל). ועל אף מ׳האט שוין געווארנט געסטראשעט פארשעמט סיקירט פאר׳חרם׳ט די חברא מיט וואוילן אין מיט בייזן איז נאך אלץ לא מסתיימו מילתא, און זיי גייען אן בתוקף ווי דער פרוכט צווייגעלע זייט בריאת העולם.(אינספייערד ביי יואב).
האב איך למען השלום ולמען האחדות פונעם שטיבל באשטימט אן אשכול ספעציעל פאר ווער ס׳האט אן ערדש צו דיזע געמיינקייטן דא וועט ער זיך קענען אויסגעבן אן די שרעק ווארפענדע מגיבים וואס רייסן זיי אראפ יעדעס מאל זיי פאלן נעבעך דורך. דא וועט פארדרייט ווערן א יעדע נושא וואס די נושא פארדרייערס האבן נאכנישט געהעריג עספייעט צו פארדרייען די קעגנערס וועלן דאס מוזן פארדייען און אפילו זיי ווייטער פארדרייען.
אבער איין זאך ביטע!!! נישט פארדרייען (דהיינו לאזן די זעלבע נושא פון איין תגובה צום צווייטען) דעם אשכול...
ס׳פארדרייט געווארן אן אשכול ? אריין דא דער פאדרייטער המשך
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3593 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4507 מאל
ס׳פארדרייט געווארן אן אשכול ? אריין דא דער פאדרייטער המשך
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
דער אשכול פארמאגט 20 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן