"דער שטערן" מדי חודש בחודשו

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
פארשפארט
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

Wow יידל!
זאג נאר, ביסט אפשר אין האטעל פאר פסח?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
חשבון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 10, 2013 10:36 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך חשבון »

די דראנג און משוגעת פון אנשטאפן א גאנץ ספר לכבוד חו"המ האט אים געפירט צו אזא געמיינע אקט פון קאפירן שטיקער אן געבן קרעידט אדער אפילו דערמאנען אז דאס איז שוין אמאל געשטאנען. יעצט ציפט עס מער ווייל מיר האבן אים געכאפט ווי מ'רופט עס רעד הענדעד נאכדעם וואס ארכיוויסט האט עס נארוואס אהערגעשטעלט. שמעון וועט דארפן א נארמאלע תירוץ פארן טון אזא זאך. קאפיען פון מאוויס און דאקומענטריס זעט מען יעדע חודש אבער קיין טענות קען מען נישט האבן ווייל נאכאלעם איז ער נישט מחיוב צו באשאפן נייעס און היסטארי. אבער נעמען פון א צווייטע אויסגאבע מיטן מיינען אז די ליינער האבן שוין פארגעסן יענע ארטיקל איז chutzpa
The pessimist complains about the wind; the optimist expects it to change; the realist adjusts the sails.


William Arthur Ward
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך אךשמח »

שלום רבקין, דער ארויסגעבער פונעם צייטשריפט איז היינט א שרייבער אינעם שטערן און האט פון זיין גוטן ווילן אוועקגעגעבן עטליכע שורות צו בארייכערן דעם ארטיקל וואס ר.ש. כהן האט איבערגעזעצט און טראנסילירט פון אן ארטיקל אין ענגלישן 'זמן' געשריבן דורך טורקס.

עס דערמאנט אביסל ווען דער המודיע און דער בלאט האבן ביידע גע'גנב'עט אן ארטיקל פונעם שיקאגא טריביון, און איינער געשריבן אויף היידפארק אז דער בלאט האט גע׳גנב'עט פונעם המודיע, ווייל עס איז ווארט ביי ווארט דער זעלבער ארטיקל ווי דער המודיע...
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

יידל, יש אומרים אז דער ארויסגעבער פון דער בליץ פלעגט אמאל שרייבן אין דער פלאם און בליק און ער ניצט פשוט איבער פרי עמלו אין זיין יעצטיגן בליץ אויסגאבע. איז די עוולה נאך אלץ אזוי גרויס?
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

אלטס א נישט שטענדיגער ליינער פונעם שטערן מחמת חסרון הזמן, האב איך אפאר הערות וואס איך האף אז דאס איז נאר א צופאל.
קודם כל בנוגע יידל'ס קריטיג האט זיך ש. ראלניצקי באווארענט, ליינט דעם פערעגראף;
מיט עטליכע יאר צוריק אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל לכבוד ל"ג בעומר, האט א נארישער יונגערמאן וואס איז געשטאנען נעבן מיר זיך ארומגעקוקט אינעם לופטפעלד געפאקט מיט אידן און זיך אנגערופן מיט פארלייכטערונג, "אונזער פליגער וועט זיכער נישט קראכן ווייל עס קען דאך נישט זיין אז אזויפיל אידן זאלן אומקומען" (רח"ל).
באמת האב איך נישט גע'חלומ'ט אז כ'וועל אמאל איבערשרייבן דעם קוריאזן סטעיטמענט, אבער די פאלגענדע געשיכטע האט מיר דערמאנט פון יענעם עפיזאד, און דערצו וועט דאך דער ארטיקל געדריקט ווערן אין דער חודש אדר אויסגאבע, ווען ס'איז "נכנס יין יצא נארישקייטן."

נא, אויב איז דער ארטיקל באמת מיסטריעז ארויס געפאלן פונעם אדר'דיגן אויסגאבע וואס לויט שמעון איז "נכנס יין" א בארעכטיגונג אויף נארישקייטן, לאזט זיך זאגן מיטן זעלבן נוסח "נכנס יין יצא הגניבה."

א צווייטער הערה וואס איך האב אינעם ארטיקל איז די געשיכטע מיט "די באבע מעשה וואס האט פאראויסגעזאגט די טיטאניק געשיכטע."
לאמיר לייגן דעם גניבה אין דער זייט, ווי נישט ווי, האט ער צוגעלייגט אפאר שיינע עפעזאדן, אפשר קען מען דאס פארגעבען. אבער וואס מיר באדערט איז אז היות ער האט צוטיילט אלע געשיכטעס אין דריי חלקים;
1) די אינטערעסאנטע געשיכטע:
2) אבער ס'ווערט נאכמער מאדנע:
3) איין מינוט, די געשיכטע איז נאכנישט פארטיג:
האט ער דא ביי דעם אויבנדערמאנטע געשיכטע צוזאמגעפלאכטן דריי געשיכטעס וואס האבן נישט קיין שום שייכות זה אל זה, און האט מיטן קעפל גארנישט צו טוהן. דער ערשטע געשיכטע שטימט טאקע זייער גוט מיטן קעפל, עס איז א אינטערעסאנטע געשיכטע ווי א פרוי האט פאראויס געשריבן די טיטאניק געשיכטע מיט פערצן יאר בעפאר.

אבער דעם צווייטן חלק פון די שיף וואס האט אין אפריל 15 פון יאר 1933 וואונדערליך אויסגעמיטן א אייזבארג ווען ער האט זיך דערמאנט אז היינט איז דער יארטאג פונעם טיטאניק, איז טאקע זייער א וואונדערליכע און פיקטיוו אויסזענדער עפיזאד, אבער האט גארנישט מיטן פאראויסשאצונג פונעם טיטאניק קראך צו טאהן. "אבער עס ווערט נאכמער מאדנע"; עס איז טאקע זייער מאדנע, אבער נאכמער פון וואס?!

ווידער דעם דריטן חלק פון א ביליאנער וואס פלאנט צו בויען א שיף וואס וועט זיין נאכגעמאכט פונקטליך לויטן געבוי פונעם טיטאניק, איז באמת א אינטערעסאנטע נייעסל וואס פארדינט אפשר א גרוי באקסל אין די חרדישע צייטונגען. אבער גאט אין הימעל, "די געשיכטע איז נאכנישט פארטיג"?! פארוואס איז עס נישט פארטיג? בלויז ווייל ש. ראלניצקי האט אזוי מחליט געווען?! וואספארא פארעלאל קען מען צוען פון די אויבנדערמאנטע געשיכטעס צו די נייעס? איז דאס בכלל עפעס א צופאל?! אין אזא פאל וואס אזא שטיקל ווערט צוזאמגעשטעלט בלויז ווייל עס זאל דינען דעם קעפל, ווייס איך נישט צו דער גאנצער ארטיקל איז אינטערעסאנט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

משה געציל האט געשריבן:איז באמת א אינטערעסאנטע נייעסל וואס פארדינט אפשר א גרוי באקסל אין די חרדישע צייטונגען.


:דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק:
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך אךשמח »

הייסט עס אז דא איז געווען אזא שותפות'דיגער פלאגיאריזם, צווישן ר. ש. כהן און טורקס?

גיי פארשטיי פארוואס עס האט אויסגעפעלט.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

זייער א שיינער שטערן און שפאקטיוו דעם חודש.
דער שטיקל האט מיר ספעציעל געמאכט לאכן.
קוואט: מען גלייבט אז אויך דער משיח שקר שבתי צבי ימ"ש וואס איז געווען א יליד איזמיר, און דארט פארמאגט א גרויסע צאל נאכפאלגער, איז אריבערגעגאנגען די בריק ביי זיינע רייזעס. חחח
גראדע האב איך הנאה געהאט ווי ער טרעפט אייביג צי, צו וואס די ליינער טראכטן, און גלייך דערנאך וועט עס שטיין אין קלאמערן. ווי למשל: ביי דעם ארטיקל פון די סיקרעט שאפערס רעדט ער אז איינע פון די ציהלן איז אויך נאכצוקוקן דעסקרימינאציע. שטייט: (אפשר וואלט כדאי געווען אז עטליכע משלנו'ס זאלן אננעמען דזשאבס אלס "געהיימע איינקויפער" און אזוי זיכער מאכן אז עס איז טאקע נישטאק קיין דיסקרימינאציע) ווי זיכער צומאכן אז אויב האסטו נאר אפ' געטראכט דערפון, אדער זיך געוואונדערט אויב פאר דיר זאל עס ווען קענען צוארבעטן, ווילעך דיר ווייזן, קדמנוך.
אדער אפאר פאראגראפן פריער: (און דערפאר בעט איך די בני בית צו נישט צוריקטראגן אין געשעפט נאר ווען ס'איז נישטא קיין אנדערע ברירה) נאך ווי כאילו ער ארבעט אויך אין א געשעפט...
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דער שטערן דער חודש איז, ווי געווענליך, שיין און באלערנד. איך קען שוין כמעט זאגן אז עס איז הייליגער פונעם "בליץ". דער בליץ האט באשריבן דעם חודש א איד אלס א מאפיא. געווענליך גיב איך פאר מיינע קינדער דעם בליץ, ס'טייטש, ס'דאך נישט נכלל אינעם "איסור". אבער צו מיין אנטוישונג איז דאס נישט געווען פאסיג פאר די קינדער צו ליינען, איך האב זיי דאס נישט געגעבן (פאר מיר איז דאס גראדע יא געווען אינטרעסאנט). (אגב, יידל, אפשר איז כדאי זאלסט ליינען דעם בליץ דעם חודש, ער רעדט דארטן פון די נושא וואס דו האסט שוין אמאל דא אויסגעשמועסט, די 4 טייכן פון פר' בראשית, און אפשר אויך אינטרעסאנט פאר מורינו הרב וואס זוכט דעם וועג אריין צום גן עדן התחתון, דארט אינעם בליץ באשרייבט ער דעם סמבטיון מיט די אריינגאנג צום גן עדן).

ווידעראום דער שטערן דער חודש איז געווען זייער שיין, סיי דער חלק ווי מענטשן לעבן לאנג ווייל מען האלט זיך אויף א געזונטן לעבנס-שטייגער; און בעיקר דער ארטיקל ווי "הרב אשר לעווין" האט זיך געטראפן מיט א הויכראנגיקן פארשוין פון די איטאליע מידיא, וועלכער האט זיך דערוואוסט אז ער שטאמט פון אידן, און באשרייבט די אידישע היסטאריע פון איראק. רירענד, הערליך און זייער באלערנד! פארשטייט זיך אז דאס האב איך געגעבן פאר מיינע קינדער צו ליינען...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קען זיין. איך האב א גאנצע באנטש מיט שטערן'ס/שפאקטיוון, און איך לייען זיי קמא קמא דאתיא לידן... כ'האב געמיינט אז איך גיי אינעם סדר.
וירח ה' את ריח הניחוח
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

שמעקעדיג האט געשריבן: די 4 טייכן פון פר' בראשית וכו' דעם וועג אריין צום גן עדן התחתון וכו' דעם סמבטיון מיט די אריינגאנג צום גן עדן)...


בילדער אויך? חידוש!
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

שמעקעדיג האט געשריבן: (אגב, יידל, אפשר איז כדאי זאלסט ליינען דעם בליץ דעם חודש, ער רעדט דארטן פון די נושא וואס דו האסט שוין אמאל דא אויסגעשמועסט, די 4 טייכן פון פר' בראשית, און אפשר אויך אינטרעסאנט פאר מורינו הרב וואס זוכט דעם וועג אריין צום גן עדן התחתון, דארט אינעם בליץ באשרייבט ער דעם סמבטיון מיט די אריינגאנג צום גן עדן).

פון וועלכע חודש איז דער בליץ וואס דו רעדסט פון?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

בין איך דער איינציגער וואס פארגינט זיך נישט צו קויפן די אלע אויסגאבעס (אויסער מצליח...) מחמת צוק העיתים :roll:
אפשר מאכט מען א דראפ באקס וואו איך זאל קענען אויפנעמען אייערע אלטע סחורה ;)
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יידל, דעם פארגאנגענעם חודש דוכט זיך (99%)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

יאנקל האט געשריבן:שמעקעדיג, דו רעדסט פון דעם שטערן פון אייר. חודש סיון איז גראדע געווען אן אויסגעדראשענער שטערן.

א שאד דו זאגסט מיך יעצט.

כאב עס נאך נישט געלייענט אבער כאב עס געקויפט פאר שבת. (שבת האבעך געלייענט די צייטונגען וואס כאב נישט גענדיגט שבועות ווייל איך זיך וואס איז אינטערעסאנט צו לייגען אין קאווע שטיבל.. יעדע וואך איז דא אינטערעסאנטע זאכן אבער איך קעניש אנקומען צו אלעס)
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ידען, וואס ס'איז אויסגעדראשן פאר יאנקל קען זיין העכסט אינטרעסאנט פאר דיר און פאר מיר..
וירח ה' את ריח הניחוח
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

איך האב געזעין דעים שטיקל וועיגען דעים סמבטיון אין די לעצטע בליץ, זייער קאמיש, אלעס קען זיין אבער אויב איז עס די בילד פין עפעס א וואסער פאל גרויס בערך הינדערט ביז צוויי הינדערט איילען די וועלץ געזיכטע טייך וואס פלעיגט שפייען שטיינר זעקס טעיג א וואך, דאן פארוואס זעיט מען נישט קיין שרייעם פין די אלע שטיינער וואס דער קרית יואלער איז מעיד, אין וואס איז ממש פין די תיקו סארט איז, וואס איז די ביג דיעל געוועין פאר רעב מאיר בעל הקדמת אויסציקרויזען דעים וואסער פאל אין א דינסטאג, סיז נישט געוועין מסוף עולם עד סופו, סך הכל א קליינער אימוועיג, ציליב דעים העל איך בלייבן ביים אלטען אז די פאלאשען זענען מער דומה צי עשרת בני ווי די עשרת השבטים, אין די יודישע היסטאריא איז קיין מאל נישט געוועין קיין שחורים, אין איך ביניש דן דא די הלכה נאר די מציעות.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

ווייל דיין רבי אין חדר האט פארציילט אז סמבטיון איז געווען ריזעדיג גרויס שטימט עס נישט מיט דיין גירסא דינקותה?
און אויב לאמער אננעמען אז סמבטיון איז געווען 50 מייל ברייט ואס איז די ביג דיעל געוועין פאר רעב מאיר בעל הקדמת אויסציקרויזען דעים וואסער אין א דינסטאג?
איך האלט אויכ נישט אז דעס איז די מסבטיון מטעמים אחרים אבער סאיז די נאהנטסטע צום שכל פון אלע אנדערע גירסות וואס כהאב נאר אמאהל געליינט

באטראכטענדיג די פיקטשערס פון די פאלאשאן האב איך באמערקט אז זיי זענען נישט ווי די שווארצע ערלים וואס מיר קענען
זיי האבען נישט קיין ברייטע נאז און גראבע ליפן
זייער צורה ענדלט אין יודען נאר זענען אפגעבאקען שווארץ
אפשר זאל מען עפענען א באזינדערע אשכול איבער די פאלאשאן סזעהט אויס ווי זייער א אינטערעסאנטע היסטערי

די ארטיקעל אין דער שטערן וועגען די ערעפלעינס איז געוועהן אין דער בליץ 6 חדשים צוריק
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

פרישער, אין די אידישע היסטאריע איז אויך קיינמאל נישט געווען קיין בלאנדע האר/בלויע אויגן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

יידל האט געשריבן:פרישער, אין די אידישע היסטאריע איז אויך קיינמאל נישט געווען קיין בלאנדע האר/בלויע אויגן.


נייע מעשה, פון וואו נעמסטו דאס?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

דנא שטודיעס וואס ווייזן אז בלאנדע האר/בלויע אויגן קומט פון א נישט-סעמיטישע אפשטאם.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

בלאנד אין בלוי איז קלאר יא פארהאן אין געניטשען געמיש

שחורים איז נישט אין אינזער געמיש קיין מאל נישט געוועין

אין אויב האצעך געמאכט אמאל עפעס א גר איז עס געוועין זייער א מינימאלע צאל

פארגעס נישט אז שחורים זענען דורעך אויס די יארען געוועין עבדים

אין זיי זענען געשענדעט געווארן אויף א גאר אינטערדרינקענען אויפן

אין גירים פין די סארט איז אויך נישט באוויס געוועין ביז לעצטענס א שחור דא דארט בדרך כלל א רווק
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

טונקל שווארצע הויט איז די זעלבע פרעמד צי אידישע די ען עי ווי בלויע אויגן. בלויע אויגן איז נישט קיין געמיש, עס איז איין גענע.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פארשפארט