כאין וכאפס

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
פיקציע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

כאין וכאפס

שליחה דורך פיקציע »

א רחמנות אויף אים דער אומגליקליכער נול.
פון אויבענאויף באדייטלאז.
א ליידיגער דעפניציע באגלייט אים.
וואס ליגט דען אונטער זיין ברייטן רינדענדיגער געבוי?

הויל פון אונעווייניג, פוסט פון דרויסן.
אין שפראך ווערט ער אוועקגעמאכט,
מיט אזעלכע אויסדרוקן ווי גארנישט, אפס, זילטש, נאדא, ניקס, זערא - נול!
אין קוואנטום ער האט קיין ווערד.

מען קען קיין פאר צו אים געפונען.
ווי א אויסגעבלאזענע איי.
א אויסגעקלאפטע הושענה.
נידריגער פון נידריג.

נישט אייניג מיט קיינעם.
די ווערד פון גארנישט, נאר גארנישט אליינס.

אראפגעקוקט אויף די גאנצע וועלט.
קיינער זוכט נישט זיך מיט אים צו אידענטיפיצירן.

קיינמאל פארזוכט די טעם פון א 'נומער 1'
ניטאמאל די כבוד פון זיין די צווייטע, ביי קיין געלעגענהייט.

א רינדיגער כלי מלא בושה.
דורות פון שפאס פילט אן זיין חלל.

טראץ דאס,
דער פארשעמטער נול גייט ווייטער אן,
זאפט איין אין זיך די וועלטס פארשעמונגען,
איינגעהילט אין א שלייער פון עגונה'שאפט,
ער עקזיסטירט ווייטער.

פון ווי קומט דער שטארקער גייסט,
שטופענדיג דעם עלענדן נול,
צו לעבן א לעבן מיט זיין געבוירנעם שאנד פלעק,
אן זיך אינטערברעכן אדער פאלן.

מיט א טיפערן בליק זאגט דער נול א פיל העכערס,
ער לאזט זיך נישט זעלבסטשאצן אויף זיין נומערליכן ווערד,
ער דרייט זיך שטאלץ מיט א געהויבן קאפ,
ווי עפעס מיט א אומשאצבארע תוכן.

וואס איז די קראפט פון דעם צען,
וואס מאכט אים שטיין אויף א העכערן שטאפעל ווי זיינע פארגייער,
אז די איבעריגע נומער שטייען מיט הכנעה פאר אים,
יא, די צוגאב פון בלויז א ליידיגן נול.

דער אפעקט הילכט,
עס שטייט ארויס,
ער דערהייבט יעדן צו א נייעם שטאפל,
דערגרייכענדיג צו ענדלאזע רעזולטאטן.

יא, דער נול האט רעכט,
זיין קראפט האט קיין פארגלייך.
פיקציע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך פיקציע »

גענומען פון א עד פאר Westpac Private Bank
ביטע קאמענטירן מיט אייערע מיינונגען דערויף.
א דאנק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פיקציע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

שלןם עליכם, ס'זייער שעהן און אביסל עמאשענעל
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

הערליך שיין!! איך גלייך אייער סטיל פון פאעזיע, כאטשיג ס'איז אביסל טרויעריג. אבער איך האב הנאה אז אין די ענדע האט איר אויסגעפירט מיט א פאזעטיווע שטריך.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

יידל האט געשריבן:הערליך שיין!! איך גלייך אייער סטיל פון פאעזיע, כאטשיג ס'איז אביסל טרויעריג. אבער איך האב הנאה אז אין די ענדע האט איר אויסגעפירט מיט א פאזעטיווע שטריך.

ער זאגט דאך אז ס'איז נישט זיינס
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

זר זהב האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:הערליך שיין!! איך גלייך אייער סטיל פון פאעזיע, כאטשיג ס'איז אביסל טרויעריג. אבער איך האב הנאה אז אין די ענדע האט איר אויסגעפירט מיט א פאזעטיווע שטריך.

ער זאגט דאך אז ס'איז נישט זיינס

אקעי, גערעכט. ער האט דאך עס אבער איבערגעטייטשט אויף אידיש. ניין?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אקעי נאו פראבלעם. כאב נאר געוואלט מאכן שאאר וואס דא גייט פאר.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
פיקציע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך פיקציע »

מיר האבן געוואלט קאמענטירן אויף די ביז יעצטיגע אנטווארטן, אבער מיר זענען דערצו נישט אנגעקומען.

אינדערצווישנצייט האבן מיר אפגעשריבן א פרישע לאקשן געמויזעכטץ, נישט וויסענדיג ווי אויף די זייטל עס באלאנגט ווארפן מיר עס מיט כאין וכאפס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פיקציע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פיקציע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך פיקציע »

עס איז העכסט צייט אז איך זאל מיר באדאנקען פאר די פארוואלטונג פון קאווע שטיבעל פארן צושטעלן די דאזיגע פלאטמארמע, א געשמאקע און אויסגעהאלטענע פלאץ אויף אידיש. אזוי אויך פאר די ארומיגע באנוצער, וואס אן זיי איז נישט דא אויף וואס צו פארוואלטן.


מיין ערשטע פאוסט אין קאווע שטיבעל 'כאין וכאפס', וואס איך האב ווי אויבענדערמאנט גענומען פון א אנאנס פאר Westpac Private Bank איז געשריבן געווארן דורך גרעם קלארק א שרייבער און מחבר פון ניו זילאנד. מיר איז די געדאנק פון די אנאנס זייער געפאלן (נישט אז איך וואלט צוליב דאס געעפענט א באנק קאנטע ביי זיי), און מיר האבן באשלאסן עס איבערצוזעצן אויף אידיש, מיט פרישע אויסדרוקן און א נייע אויסלייג.

יעצט צו די קאמענטארן, איך וועל נישט לייקענען אז די אנטווארטן (און די אזויגערופענע לייקס) האבן מיר געגעבן פיל מוט צו וועלן שרייבן מער.
איבער די טרויעריגע שטריך וואס באגלייט די פאעזיע, טראץ וואס פיל מענטשן גלייכן דאס נישט איז דאס דייקא געווען די אורזאך צוליב וואס עס האט מיר געצויגן. עס איז מיר געפאלן די געדאנק פון אריינלייגען געפילן אין א אומעקזיסטירענדע דומם. כאטש וואס די ארגינעלע ווערק פונעם מחבר איז ווייט נישט אזוי נעבעכדיג, פארט האבן מיר עס אזוי פאבליצירט כדי עס זאל זיין א שטערקערע קאנטראסט צו די פאזעטיווע ענדע.

איין טעות וואס מיר האבן יא געמאכט, אז ווען מיר שפינען אריין די צווייטע פרייליכערע טייל ווערט נאך מיטגעשלעפט אסאך דערנידערונג און טרויעריגע אויסדרוקן פון די ערשטע טייל. אויף דאס נעם איך די גאנצע שולד, קען זען אז די גוסטע איז געווען מער צו די טונקעלע זייט בשעת מיר האבן דאס געשריבן. דעריבער איז מעגליך אז יידל איז גערעכט, כאטש די שרייבער איז נישט די ארגינעלע מחבר קען מען זיין מערקן סטייל אין זיין ווערק.

אלענפאלענס מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט. און נאכאמאל א דאנק
פיקציע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך פיקציע »

די ארגינעלע ווערק אויף ענגליש.
אנטשולדיגט מיר! איך בין נישט אזוי גוט און ארויפטשעפן פיילס דא.
פיקציע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

זערא

שליחה דורך פיקציע »

מקנין לבנין לאו דוקא באותו ענין, האב איך זיך אנגעטראפן לעצטענס אין די שארט (מאווי) מיט די נאמען זערא.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=LOMbySJTKpg[/youtube]
פיקציע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך פיקציע »

און אט איז פון הונטער די קוליסן - וויאזוי די ווידעאו איז צושטאנד געקומען.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=zhLSZBCn1p4[/youtube]
פארשפארט