עליונים ששו ותחתונים עלזו
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
מיין שווער און שוואגערס האבן מיר אלץ אנגעקוקט מיט ביטול, האלטענדיג אז איך בין נישט דער גרויסער לערנער און יודע ספר, למעשה האט זיך זייער בליק אויף מיר גענצליך געטוישט זייט זיי האבן אויסגעפינען אז איך בין 'איינגערמיירעט' אויף קאווע שטיבל...
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 3:52 pm
- האט שוין געלייקט: 291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל
טאמבל סאס האט געשריבן:מיין שווער און שוואגערס האבן מיר אלץ אנגעקוקט מיט ביטול, האלטענדיג אז איך בין נישט דער גרויסער לערנער און יודע ספר, למעשה האט זיך זייער בליק אויף מיר גענצליך געטוישט זייט זיי האבן אויסגעפינען אז איך בין 'איינגערמיירעט' אויף קאווע שטיבל...
אינטערסאנט מיין ווייב האט מיך נישט געוואלט אנקיקן זייט איך האב איר געזאגט אז איך בין טאמבעל סאס לויפט זי מיך נאך
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 493
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
- האט שוין געלייקט: 83 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל
איינגעמיירעט האט געשריבן:אזלת ידינו האט געשריבן:מיין שאלה דא איז געוועהן "וואספארא לעיבעל באקום איך אין בית מדרש אלס א קאווע שטיבל באנוצער?"
אין איין ווארט: א מענטש מיט איבריג צייט
עס איז אן אלטע טעות דיינער. דו האלטסט אז עס איז צייט אנברענגעריי צו שרייבען דא. דאס ארגסטע איז נאך ווען דו פלעגסט לאזן פאלען נעגאטיווע סטעיטמענטס אויף די שרייבערס דא, און צוזאגען אז דו וועסט מאמת זיין דיינע ווערטער אויב דו וועסט האבן צייט. יעצט פארשטיי איך פארוואס דו האסט דאס געשריבען. דו ביסט ביי די מיינונג אז דאס שרייבען דא איז א צייט פארברענגעריי.
אין מיינע אויגן איז דאס ממש להיפך. דא ווערט דיסקוטירט גאר אסאך שיינע און טיפע ענינים. אמת, עס איז אויך דא א צימעס אפטיילונג. אבער אפי' דאס זעה איך אויך אלס זייער א פאזיטיווע זאך. עס איז זייער וויכטיג אז די משתלטים על הציבור זאלן נישט קענען באהאלטען זייערע מעשים. דאס איז פון די יסודות פון א דעמאקראטישע סאסייעטי. מיט די איבערגעטריבענע חומרות בהלכות לשון הרע הרגע'ט מען אפ דעם גאנצען סאסייעטי.
איך בין מיך מודה אז איך בין נישט קיין נאה מקיים. איך קוק ממש נישט אריין אין צימעס. עס איז מסתמא מעשה יצר . בעיקר איז עס מסתמא ווייל עס קומט נישט אויף אויטאמאטיש ווען מען קליקט אויף "אקטיווע אשכולות". למיטב זכרוני שלאגט מען זיך דארט אויף א לייכטע אופן רעלאטיוו גערעדט. אלע צדדים ווערן דורך געשמועסט. איינער וואס וויל כאפן דעם צורה וואס די 'צדיקי הדור' זענען אומשטאנד, קען זיך דארט אביסל קלאר מאכן.
די אנדערע קאטאגאריעס איז דאך פשוט כפשוטו אז עס איז ממש געוואלדיג. יעדער קען ארויסברענגען זיין געדאנק, צו איז דאס אויף די סדרה, דף, יומא דפגרא, מאורעות היום, ועוד רבות. מען דארף זיך נישט שעמן צו זאגן מיט שטאלץ אז דא זענען דא זייער אסאך שרייבערס אמת'ע חכמים, נבונים, וידענים בכמה וכמה מקצועות. ווי פאסט דאס צו רעדן מיט זלזול אז נאר מענטשען מיט איבריג צייט שרייבען דא?
יעדע נקודה וואס א מענטש וויל דורכטוען עפענט ער אן אשכול און בדרך כלל האט ער מגיבים דערויף. געווענליך זענען די תגובות היבש זאכליך. עס איז ממש א בית וועד לחכמים.
ומכאן הקריאה יוצאת פאר אסאך פון די שרייבערס דא וואס שפירען אז עס ווערט אן עדיקשען, און דעריבער הערן זיי אינגאנצען אויף צו שרייבען, איך בין נישט זיכער אז איר זענט גערעכט מיט דעם מהלך. אוודאי דארף מען אויסרעכענען און איבערטראכטען וואס און ווי פיל צו שרייבן. אבער אינגאנצען אויפהערן איז נישט די מהלך.
עס קען זיין אז אויב מען זאל זעהן די גודל התועלת פין שרייבען דא, וואלטן מיר געהאט אסאך מער שרייבערס. וחברך חברא אית ליה....
לכשעצמי, איז מיין סיבה העיקרי פון שרייבן [חוץ אין איין אשכול... וואס האט א פשוטע סיבה ואכ"מ] כדי דורכצורעדען און הערן פארשידענע מיינונגען. טייל מאל בלייבט מען מיטן אלטן מיינונג אבער עס איז מער נתלבן ונתברר געווארען. און טייל מאל געלונגט אז מען ווערט איבערצייגט פון יענעמס ווערטער און מען זעהט אז מען האט זיך טועה געווען. אז דאס צווייטע געשעהט ביי מיר איז עס ממש אצלי כמוצא שלל רב. וואס איז דען די הנאה צו בלייבען גערעכט? וואס איז מיר דען צוגעקומען אויב האט מוח שליט שולט געווען אויף איינגעמיירעט, צוויי נעמען שלא היו ולא נבראו? מיט וואס ווער "איך" קלוגער דעמאלט? האב איך דען שולט געווען אויף אים? האט ער זיך דען געטוישט זיין מיינונג? און אפי' אויף די יחידותדיגע פעלער וואס מיין צד שכנגד וועט מודה זיין צו מיינע ווערטער, וואס איז דעמאלט? וואס איז מיין ריווח?
דאס איינציגסטע ריווח איז ווען איך טויש מיך, ווען איך ווער קלוגער.
אויב גייט מען צו צום שרייבען מיט אזא מהלך איז א- ווערט מען נישט אזוי אריינגעצויגען און איבערגענומען פונעם תאות הנצחון, און ב- מען שפירט באמת א תועלת פון שרייבן, ג- מען שרייבט אסאך מער זאכליך.
ואחרי כל הדברים האלה, דארף איך אנאלאזירן צו דער תגובה זעלבסט איז געשריבען געווארן בעיקר זיך דורכצומועסן און הערן צו איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג.
במושכל ראשון מוז איך זאגן אז ניין. איך האב עס געשריבן ארויסצוברענגן א מחשבה, אבער איך האב נישט גענוג אינזין געהאט אז איך וויל שטארק הערן צו איך בין גערעכט, ווי אויך הערן אנדערע מיינונגען.
דאס איז טאקע א פלא. איך שרייב און עלאבאריר [כפי שיטת קאווע שטיבל איז דאס א ווארט ] א מיינונג, און בו בשעה בין איך עס נישט מקיים.
נו, ווילאנג דאס לעכטעל ברענט קען מען פארעכטען. האב איך יעצט אינזין, און מיט דעם בין איך מעלה דאס גאנצע געשרייבעכטס דא. און איך פרעג, וואס זאגט איר מורי ורבותי?
איך מיין אז מען פאנגט אהן גליטשען מיט ריינע כוונות. מען וויל פשוט האבן גוט אפגעשריבען די תגובה כדי דער עולם זאל זיין אינטרעסירט בכלל מגיב צו זיין. דערנאך פארגעסט מען אז דאס געפעלן פארן עולם איז נאר א אמצעי אויף צו הערן זייער מיינונג, און מען מאכט דאס גופא פאר א מטרה. דערנאך ווערט דאס ענין פון 'געפעלן' אזוי שטארק, אז מען וויל שוין דוקא אז מען זאל נישט האבן קיין חולקים. ממש איבערגעדרייט די יוצרות.
אפשר גיי איך איינפירען אז סוף יעדע תגובה מיינער וועל איך צושרייבען, "וואס זאגט איר רבותי".
נו, וואס זאגט איר רבותי?
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל
מוח'ל, איך האב דיר געגעבן א לייק, ממש שפתיים ישק.
דו האסט אבער געבעטן צו הערן וואס "רבותי" זאגן. קודם וועל איך דיר צוצייכענען א גמרא אין תענית ז. דארט רעדט די גמרא ארום בנוגע ווי וויכטיג עס איז צו לערנען בדיבוק חברים, אויך וויאזוי צו לערנען בדיבוק חברים.
עס איז אינטערסאנט אז די גמרא זאגט דארט והיינו דאמר ר' חנינא הרבה למדתי מרבותי, ומחבירי יותר מרבותי, ומתלמידי יותר מכולן. קומט אויס אז דו דאפרסט נישט פרעגן פון "רבותי" דוקא.
איך האב אבער א שאלה צו דיר. די גמרא רעכנט אויס דריי סוגים, רבותי - חבירי - תלמידי. וואס טוט זיך מיט זיך אליין? מען קען צומאל פושט זיין א ספק, אדער אפי' זיך אליינס אפווענדן, מיט דאס וואס מען האט מברר געווען דעם ענין אן אנדערס מאל, און אנגעקומען צו אן אנדער מסקנא ווי מען זאגט יעצט, ניין? גייט דאס אריין בסוג רבותי, חבירי, אדער גאר תלמידי?
כלפי מה דברים אמורים? דא האט הרב מוח שליט בכבודו ובעצמו געשריבען אן הודעה ווי ער נעמט גאנץ א פארקערטע מהלך אין דעם נושא. דו זאגסט עס נאך פונעם סאמע גרעסטען לוחם למען מדות ודרכי נועם, ר' ישראל סאלאנטער. וכדי להקל על הקורא, ברענג איך אראפ דיינע ווערטער.
ביסטו דאך אליין דער וואס איז חולק מיט דיר, ניין?
איך האב מיך נישט געפוילט, כ'האב נאכגעזוכט דיין מקור והנה עס שטייט אין אור ישראל אגרת ו'
דהיינו די מהלך האט אין זיך צוויי חלקים וואס איז זיך סותר איינער דעם צווייטן. מצד אחד דארף מען זיין גיפטיג און מחזיק זיין בכל עוז כדבריו, ומצד שני דארף נישט זיין קיין חילוק ווער עס בלייבט גערעכט. שטייט ווייטער אין אור ישראל
האסטו שוין דעם אנדערען צד. דארף מען יעצט מלבן זיין וויאזוי דאס ארבעט זיך אויס אויף למעשה. איך דענק אז הרב לעיקוואד האט געטענהט עפעס אזא מהלך.
נו וואס זאגט איר רבותי?

יידל,
אזוי ווי די באקאנטע כלל פין War is the mother of all invention, אדער ווי ר' ישראל סאלאנטער דער גרויסער פאפיולייזער פאר גוטע געלאסענע מדות פלעגט זאגען, אז מען דארף לערנען א סוגיא "גיפטיג". ד.ה. מען דארף זיך מתווכח זיין מיט אביסעלע גיפט, און נאר נאכדעם מקיים זיין דעם את והב בסופה. פארפאלן אזוי ארבעט דער מענטשהייט. דורך דעם וויכוח בין איך געוואר געווארן נאך אפאר ידיעות פון דיר [As always, I appreciate so much the amazing stuff in all your writings.] וכן הלאה. דער עיקר, 'נאר בשמחה'.
ביסטו דאך אליין דער וואס איז חולק מיט דיר, ניין?
איך האב מיך נישט געפוילט, כ'האב נאכגעזוכט דיין מקור והנה עס שטייט אין אור ישראל אגרת ו'
הלימוד בתורה, אשר יקרא לימוד, הוא ללמוד בחריפת הדעת [גיפטיג]. כל אחד מחזיק בכל עוז סברתו. הלשמה היא שקיטת הרוח, אם כדבריו ואם כדברי חבירו להיות שוה בעיניו. והמה, כמעט, דברים מתנגדים זה לזה.
דהיינו די מהלך האט אין זיך צוויי חלקים וואס איז זיך סותר איינער דעם צווייטן. מצד אחד דארף מען זיין גיפטיג און מחזיק זיין בכל עוז כדבריו, ומצד שני דארף נישט זיין קיין חילוק ווער עס בלייבט גערעכט. שטייט ווייטער אין אור ישראל
לזאת הורונו חז"ל איך להתנהג, כמאמרם קדושין ל' "אפי' האב ובנו, הרב ותלמידו, שעוסקין בתורה בשער אחד, נעשים אויבים זה את זה, ואינם זזים משם עד שנעשים אוהבים זה את זה, שנאמר את והב בסופה" כו' עיין שם.
האיבה בראשונה היא בחינת הלמוד בחריפת הדעת [גיפטיג] כנ"ל, והאהבה בסופה היא בחינת הלשמה, לבטל כל אחד דעתו, לילך אחר הרוב או הגדול, או לעמוד כל אחד בדעתו... על פי הגדרים המבוארים בגמ' ופוסקים בזה.
האסטו שוין דעם אנדערען צד. דארף מען יעצט מלבן זיין וויאזוי דאס ארבעט זיך אויס אויף למעשה. איך דענק אז הרב לעיקוואד האט געטענהט עפעס אזא מהלך.
נו וואס זאגט איר רבותי?
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
מח שליט, איך זאג אז זינט דו האסט נאכנישט קיין חתימה זאלסטו דאס לייגן אלס דיין חתימה
"נו וואס זאגט איר רבותי?" העכסטנס אויב ווילסטו וויסן צי דאס איז געווען א ריכטיגע שריט, און ווילסט זיך מתייעץ זיין עם הצבור, לייג צו נאך א שורה אונטער דעם: "נו וואס זאגט איר רבותי?"
"נו וואס זאגט איר רבותי?" העכסטנס אויב ווילסטו וויסן צי דאס איז געווען א ריכטיגע שריט, און ווילסט זיך מתייעץ זיין עם הצבור, לייג צו נאך א שורה אונטער דעם: "נו וואס זאגט איר רבותי?"
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 493
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
- האט שוין געלייקט: 83 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל
געוואלדיג, ר' אעפ"כ. נו, דארף מען מער ווי דאס צו ווייזען אז קאווע שטיבל איז בכלל נישט אנגעברענגט קיין צייט?
לענין, דארף מען גוט אפטייטשען וואס ר' ישראל סאלאנטער זאגט דא. האלט ער טאקע אז "אב ובנו" מעגן זיין גיפטיג איינער צום אנדערען? קוק וואס גוגעל איז מפרש דאס דייטשע ווארט "גיפטיג", און זאג מיר צו דו פארשטייסט וויאזוי א זון מעג זיין גיפטיג צום טאטען.
וביותר אז ר' ישראל סאלאנטער איז דער וואס איז מסביר אין סימן ל' בהערה שם, אז עס איז לגמרי נישט מעגליך צו האבן א גענצליך אביעקטיווער צוגאנג צו סיי וואסארא נושא. ער איז מסביר אז די מחלוקות ב"ש וב"ה "היתה משינוי מזג כחות נפשם, אשר אין ביד האדם להפרישם משכלו.... אשר ע"פ רוב, בני החבורה, כחות נפשם יצעדו במצעד שוה. דהיינו אז די סיבות פון אלע מחלוקות ב"ש וב"ה איז מכח די מזג נפשם. ער איז מסביר אז ווייל בדרך כלל האט א יעדע קאמיוניטי אן אנדערע וועג פון ווערן אויפגעצויגען און דעריבער האבן זיי אנדער תכונת הנפש, וועגן דעם האבן אלע מעמבערס פון בית שמאי געהאט איין מיינונג, און אלע מעמבערס פון בית הלל געהאט אן אנדער מיינונג.
קומט אויס אז עס איז סתם ליצנות זיך צו האלטן פעסט ביי דיין מיינונג. איהנ"מ אין להדיין אלא מה שעיניו רואות, איך קען נישט טון אנדערש ווי איך פארשטיי, אבער איך גיי נישט דעריבער רעדן מיט גיפט צו מיין בעל מחלוקה.
קוק אויך ווי ער שרייבט אין דעם זעלבן דף סימן ל' הערה ב' להערה. "וכל אשר יוסיף להתוכח עם זולתו בדבר שכלי, כן גם השמירה רבה למאד, להתרחק מהתפעלות העלולה לבוא מכח אהבת הנצוח לכבות אור השכל".
דאס גופא אז איך האב געהאלטען איימאל אזוי אין איינמאל אזוי איז דאך מוכיח אז מען זאל קיינמאל נישט זיין זיכער מיט זיך. שטעל דיך פאר וואסארא נער איך וואלט געווען ווען איך שרייב איינע פון די ביידע [סתירותדיגע] תגובות מיינע, מיט גיפט.
אגב עס איז כמובן גאנץ געוואגט צו זאגען אזא הבנה אין די מחלוקת ב"ש וב"ה. אינטערסאנט אז פונקט די פעידזש פעלט. והקאנספיראטערס יקאנספירו...

- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
דהיינו אז די סיבות פון אלע מחלוקות ב"ש וב"ה איז מכח די מזג נפשם. ער איז מסביר אז ווייל בדרך כלל האט א יעדע קאמיוניטי אן אנדערע וועג פון ווערן אויפגעצויגען און דעריבער האבן זיי אנדער תכונת הנפש, וועגן דעם האבן אלע מעמבערס פון בית שמאי געהאט איין מיינונג, און אלע מעמבערס פון בית הלל געהאט אן אנדער מיינונג
טייערער מח שליט די ביסט א חידוש פון א מח השליט עליך איך ווייס נישט וויאזוי דיין טאטע האט דאס שוין געוואוסט ביי דיין אכטן טאג קאן זיין דו האסט שוין דאן געוויינט מיט א זעלטענער לאגיק ווער ווייסט...
צום ענין. ב״ש און ב״ה האבן נישט אלץ חולק געווען זייער אסאך מאהל זעהט מען ב״ש וב״ה תרוייהו אומרים מיינט דאס דען אז זיי האבן גלייך מסכים געווען איינער צום צווייטן ווער זאגט אז ס׳נישט פארדעם געווען א ריתכון דאורייתא און איין צד האט אויפגעוויזן דעם צווייטן און דערנאך איז געווארן א תרוייהו?
דאס וואס דו ברענגסט א ראיה פון מזג כוחות נפשם קען געזאגט ווערן נאכדעם וואס מ׳האט זיך מתוכח געווען גענוג לאנג און ס׳איז נישטא קיין אנדערע וועג זאל יעדער צד דן זיין דעם אנדערן אז די סבת המחלוקת איז דער מזג וכוחות נפשם פון יענער כת אבער אודאי איז שייך ביז דאן א מקום צו משכנע זיין איינער דעם אנדערן אביעקטיוו צום אייגענעם צד.
נו רבותי וואס זאגט איר צו דעם?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 493
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
- האט שוין געלייקט: 83 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל
עס פעלט מיר אויס מער ידיעות איבער די נושא. כדי צו פארענטפערען די שאלה פון ר' ישראל סאלאנטער פארוואס אלע פון בית שמאי האבן געהאלטען איין מיינונג, און אלע בית הלל אן אנדער מיינונג, וואלט איך געזאגט אז אינערהאלב די ישיבה פון שמאי האט געקענט זיין א גרויסע מספר תלמידים וואס האבן געהאלטן בשיטת בית הלל, מען האט אבער נמנו וגמרו ביי זיי אין ישיבה און לויט דעם איז ארויסגעקומען די פסק פון ישיבת בית שמאי אדער בית הלל. והקושיא מעיקרא ליתא. איך האב נאר נאכגעזאגט פון ר' ישראל סאלאנטער כדי להקשות מיניה וביה.
מען זעהט דאך אין די גמרא שבת אז דאס איז אויך געווען די מהלך ווען מען האט געדארפט חותך זיין די הלכה בנוגע די מחלוקות ב"ש וב"ה, איז מסתבר אז דאס זעלבע איז געווען אין יעדע ישיבה פאר זיך.
איך בין אויך נישט אזוי איבערצייגט מיט דעם גאנצען תירוץ פון מזג נפשם. הרי בדרך כלל ווען צוויי פארשטענדליכע מענטשען, וואס זענען הולך לאור השכל, קומען זיך צוזאמען, און מען האט גענוג צייט, וועט מען בדרך כלל אנקומען צו אן עמק השוה. ניין? טא פארוואס איז דאס נישט געשעהן ביי די ב"ש וב"ה? די תירוץ קען זיין אז מען האט זיך פשוט נישט גענוג לאנג צונויפגערעדט. יעדער האט געהאט אן עקסטערע ישיבה און יעדער האט דורכגעטוהן די סוגיא פאר זיך. מען זעהט טאקע אז אסאך מחלוקות איז נחלקו שלש שנים והודו זה לזה.

- הודעות: 311
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל
מוח שליט האט געשריבן:איינגעמיירעט האט געשריבן:אזלת ידינו האט געשריבן:מיין שאלה דא איז געוועהן "וואספארא לעיבעל באקום איך אין בית מדרש אלס א קאווע שטיבל באנוצער?"
אין איין ווארט: א מענטש מיט איבריג צייט
עס איז אן אלטע טעות דיינער. דו האלטסט אז עס איז צייט אנברענגעריי צו שרייבען דא. דאס ארגסטע איז נאך ווען דו פלעגסט לאזן פאלען נעגאטיווע סטעיטמענטס אויף די שרייבערס דא, און צוזאגען אז דו וועסט מאמת זיין דיינע ווערטער אויב דו וועסט האבן צייט. יעצט פארשטיי איך פארוואס דו האסט דאס געשריבען. דו ביסט ביי די מיינונג אז דאס שרייבען דא איז א צייט פארברענגעריי.
אין מיינע אויגן איז דאס ממש להיפך. דא ווערט דיסקוטירט גאר אסאך שיינע און טיפע ענינים. אמת, עס איז אויך דא א צימעס אפטיילונג. אבער אפי' דאס זעה איך אויך אלס זייער א פאזיטיווע זאך. עס איז זייער וויכטיג אז די משתלטים על הציבור זאלן נישט קענען באהאלטען זייערע מעשים. דאס איז פון די יסודות פון א דעמאקראטישע סאסייעטי. מיט די איבערגעטריבענע חומרות בהלכות לשון הרע הרגע'ט מען אפ דעם גאנצען סאסייעטי.
איך בין מיך מודה אז איך בין נישט קיין נאה מקיים. איך קוק ממש נישט אריין אין צימעס. עס איז מסתמא מעשה יצר . בעיקר איז עס מסתמא ווייל עס קומט נישט אויף אויטאמאטיש ווען מען קליקט אויף "אקטיווע אשכולות". למיטב זכרוני שלאגט מען זיך דארט אויף א לייכטע אופן רעלאטיוו גערעדט. אלע צדדים ווערן דורך געשמועסט. איינער וואס וויל כאפן דעם צורה וואס די 'צדיקי הדור' זענען אומשטאנד, קען זיך דארט אביסל קלאר מאכן.
די אנדערע קאטאגאריעס איז דאך פשוט כפשוטו אז עס איז ממש געוואלדיג. יעדער קען ארויסברענגען זיין געדאנק, צו איז דאס אויף די סדרה, דף, יומא דפגרא, מאורעות היום, ועוד רבות. מען דארף זיך נישט שעמן צו זאגן מיט שטאלץ אז דא זענען דא זייער אסאך שרייבערס אמת'ע חכמים, נבונים, וידענים בכמה וכמה מקצועות. ווי פאסט דאס צו רעדן מיט זלזול אז נאר מענטשען מיט איבריג צייט שרייבען דא?
יעדע נקודה וואס א מענטש וויל דורכטוען עפענט ער אן אשכול און בדרך כלל האט ער מגיבים דערויף. געווענליך זענען די תגובות היבש זאכליך. עס איז ממש א בית וועד לחכמים.
ומכאן הקריאה יוצאת פאר אסאך פון די שרייבערס דא וואס שפירען אז עס ווערט אן עדיקשען, און דעריבער הערן זיי אינגאנצען אויף צו שרייבען, איך בין נישט זיכער אז איר זענט גערעכט מיט דעם מהלך. אוודאי דארף מען אויסרעכענען און איבערטראכטען וואס און ווי פיל צו שרייבן. אבער אינגאנצען אויפהערן איז נישט די מהלך.
עס קען זיין אז אויב מען זאל זעהן די גודל התועלת פין שרייבען דא, וואלטן מיר געהאט אסאך מער שרייבערס. וחברך חברא אית ליה....
לכשעצמי, איז מיין סיבה העיקרי פון שרייבן [חוץ אין איין אשכול... וואס האט א פשוטע סיבה ואכ"מ] כדי דורכצורעדען און הערן פארשידענע מיינונגען. טייל מאל בלייבט מען מיטן אלטן מיינונג אבער עס איז מער נתלבן ונתברר געווארען. און טייל מאל געלונגט אז מען ווערט איבערצייגט פון יענעמס ווערטער און מען זעהט אז מען האט זיך טועה געווען. אז דאס צווייטע געשעהט ביי מיר איז עס ממש אצלי כמוצא שלל רב. וואס איז דען די הנאה צו בלייבען גערעכט? וואס איז מיר דען צוגעקומען אויב האט מוח שליט שולט געווען אויף איינגעמיירעט, צוויי נעמען שלא היו ולא נבראו? מיט וואס ווער "איך" קלוגער דעמאלט? האב איך דען שולט געווען אויף אים? האט ער זיך דען געטוישט זיין מיינונג? און אפי' אויף די יחידותדיגע פעלער וואס מיין צד שכנגד וועט מודה זיין צו מיינע ווערטער, וואס איז דעמאלט? וואס איז מיין ריווח?
דאס איינציגסטע ריווח איז ווען איך טויש מיך, ווען איך ווער קלוגער.
אויב גייט מען צו צום שרייבען מיט אזא מהלך איז א- ווערט מען נישט אזוי אריינגעצויגען און איבערגענומען פונעם תאות הנצחון, און ב- מען שפירט באמת א תועלת פון שרייבן, ג- מען שרייבט אסאך מער זאכליך.
ואחרי כל הדברים האלה, דארף איך אנאלאזירן צו דער תגובה זעלבסט איז געשריבען געווארן בעיקר זיך דורכצומועסן און הערן צו איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג.
במושכל ראשון מוז איך זאגן אז ניין. איך האב עס געשריבן ארויסצוברענגן א מחשבה, אבער איך האב נישט גענוג אינזין געהאט אז איך וויל שטארק הערן צו איך בין גערעכט, ווי אויך הערן אנדערע מיינונגען.
דאס איז טאקע א פלא. איך שרייב און עלאבאריר [כפי שיטת קאווע שטיבל איז דאס א ווארט ] א מיינונג, און בו בשעה בין איך עס נישט מקיים.
נו, ווילאנג דאס לעכטעל ברענט קען מען פארעכטען. האב איך יעצט אינזין, און מיט דעם בין איך מעלה דאס גאנצע געשרייבעכטס דא. און איך פרעג, וואס זאגט איר מורי ורבותי?
איך מיין אז מען פאנגט אהן גליטשען מיט ריינע כוונות. מען וויל פשוט האבן גוט אפגעשריבען די תגובה כדי דער עולם זאל זיין אינטרעסירט בכלל מגיב צו זיין. דערנאך פארגעסט מען אז דאס געפעלן פארן עולם איז נאר א אמצעי אויף צו הערן זייער מיינונג, און מען מאכט דאס גופא פאר א מטרה. דערנאך ווערט דאס ענין פון 'געפעלן' אזוי שטארק, אז מען וויל שוין דוקא אז מען זאל נישט האבן קיין חולקים. ממש איבערגעדרייט די יוצרות.
אפשר גיי איך איינפירען אז סוף יעדע תגובה מיינער וועל איך צושרייבען, "וואס זאגט איר רבותי".
נו, וואס זאגט איר רבותי?
איך הער וואס די האלטסט
איך האלט קאווע שטיבעל איז כפשוטו א קאווע שטיבעל.
מקומט זיך אויסליפטערען פון אביסעל פרעשער,אויסגרעפסן וואס שטעקט און בויך,
עפ״י רוב זענען די שמועסען אויבערפלעכליכע און לייכטזיניג,אזוי ווי און די לייוו קאווע שטיבעל.
זיצענדעג און קאווע צימער הערט מען כסדר פון די פריש אויפגעקומענע חכמים וואס האבען נארוואס געליעזען א פריש ביכעל,זיי קומען אריין און שטיבעל און זאגען איבער ווארט ביי ווארט פונעם ביכעל,די יושבים און די קאווע צימער הערן צו מיט פארגאפטקייט,אזוי ווי מהערט אויס שלמה המלך אליינס.
אקוראט דאס איז קאווע שטיבעל און מיינע אויגען.
אויב וויל איך פארשטיין און אנאליזירען עפעס אן ענין ברויך איך אויפשטיין אפאר פארטאגסען און מאכען אפאר מעדעטאציעס נישט פון קוליצען דא
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
מר. איינגעמיירעט אויב איינער ליינט א ביכל וואס איז מסביר א געוויסער עניין און דערנאך זאגט ער איבער מאכסטו סארקאסטיש אוועק? אז דו האלטסט אז ביכל איז ר״ת כל באי לא ישובין און מ׳טאר נישט ליינען הער איך דיין צד. אבער זאגן אז איבערזאגן פון א בוך מיינט גארנישט, איז פונקט ווי דו זאגסט, דער דיין האט סתם נאכגעזאגט פון א בוך און עולם גולם גלייבט מיט פארגאפטע אויגן..
מיין צושטעל איז בלויז לגבי אינפארמאציע וואס מ׳זאגט איבער ווען מ׳נעמט דאס פון א בוך.
מיין צושטעל איז בלויז לגבי אינפארמאציע וואס מ׳זאגט איבער ווען מ׳נעמט דאס פון א בוך.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- איציק
- ידיד השטיבל
- הודעות: 197
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
- האט שוין געלייקט: 462 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל
איינגעמיירעט האט געשריבן:זענען די שמועסען אויבערפלעכליכע און לייכטזיניג,אזוי ווי און די לייוו קאווע שטיבעל.
אויבערפלעכליך? יא. לייכטיזינג? ווענדט זיך...
אפשר וואלט טאקע געווען א פלאן צו מאכן א "לייוו" ווינקל דא, וואו יעדער קען אריינקומען זאגן העלא, דערציילן עפעס נייעס, און שמועסן "לייוו" על דא ועל הא.
היות מ'טאר נישט זאגן "טשעט רום", עלמער נוצן דעם נאמען לייוו קאווע שטיבל®...
פלאן?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 311
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל
א מעטדעטאציע העלפט צו ווערען מקושר מיט דיין אייגענע עצמיות,דיין שכל הישר און דיין הרגש אמיתי ופנימי און דערנאך קען מען פרובירען צו אנאליזירען זאכען אהן די פארשידענע פארדרייענישען פון נגיעות וואס לויפען ארום און דאס מענטשליכע סיסטעם
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 311
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
[justify]וואס מיינט מעדאטאציע ?
איז דאס פארטאגס ספעציעל שטערקער ?
איז עס חל אויך אויף פשוטי בני עם כמוני ?
מעג מען זיין בשמחה דאס צו דערגרייכן, אדער דארף מען זיין איינגעמיירעט בתוך עצמו ורפשו וטיטו ?
למשל אויב בין איך נישט איינגעמיירעט מיינט דאס אז איך בין נישט קיין בן עולם המעדאטאציע ? איז דא א וועג צוריק אדער בין איך שוין פארפאלן אויף אייביג ?
מצוה גדולה ליישבם, נאר פאר ווער עס האט איבריג צייט פארשטייט זיך, אויכעט ביטע עס מסביר זיין אויבערפלעכליך און לייכטזיניג, ווייל איך האב נישט קיין פארטאגס'ן דאס צו דורכטון כדת וכראוי, דהיינו באופן טיפזיניג און אונטער פלעכליך, און איך וויל עס ממש נאר פארשטיין פון דא אויף קאווע שטיבל, איך וועל עס אויסהערן און לערנען פון יעדן שלמה המלך דא אויף קאווע שטיבל, און אפי איינער וועט דאס איבערשרייבן פון א ביכל איז אויך כדאי.
א דאנק[/justify]

דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
גם אני מצטרף אז ליינען, זוכן און פשוט טראכטן בשבתך בבית כסאך איז נאך סיי ווי אזוי גוט צו ארויסקומען מיט א קלארע מסקנה ווי "מעדיטאציע". רובא דרובא מענטשן קענען סיי ווי נישט קאנטראלירן די טרעפיק פון זייערע מחשבות, און די "מעדיטאציע פארטאגס" איז במחילת כבוד איינגעמיירעט א בייס סאמעך.
איינגעמיירעט גייט לכאורה לשיטתו אין אנדערע תורה ומחשבה פארומס ווי ער איז דוגל בשיטה אז מיר פארשטייען נישט אלעס און אז לעיקוואד האט נישט קיין רעכט אפצולערנען א משנה ברורה און איר דורכטוהן ללא משא פנים, ווייל די גאר קלוגע מענטשן האבן טיפערע חכמה דערין.
ואני הקטן האלט אז חכמה איז נישט אזוי קלוג, חכמה איז טאטאל בהישג ידנו, א גוטע קאפ קען סערטשן די גרעסטע חכמה אנליין און איר משיג זיין אין איין שמונה עשרה אדער להבדיל בית כסא.
איינגעמיירעט גייט לכאורה לשיטתו אין אנדערע תורה ומחשבה פארומס ווי ער איז דוגל בשיטה אז מיר פארשטייען נישט אלעס און אז לעיקוואד האט נישט קיין רעכט אפצולערנען א משנה ברורה און איר דורכטוהן ללא משא פנים, ווייל די גאר קלוגע מענטשן האבן טיפערע חכמה דערין.
ואני הקטן האלט אז חכמה איז נישט אזוי קלוג, חכמה איז טאטאל בהישג ידנו, א גוטע קאפ קען סערטשן די גרעסטע חכמה אנליין און איר משיג זיין אין איין שמונה עשרה אדער להבדיל בית כסא.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 493
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
- האט שוין געלייקט: 83 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל
איינגעמיירעט האט געשריבן:איך הער וואס די האלטסט
איך האלט קאווע שטיבעל איז כפשוטו א קאווע שטיבעל.
מקומט זיך אויסליפטערען פון אביסעל פרעשער,אויסגרעפסן וואס שטעקט און בויך,
עפ״י רוב זענען די שמועסען אויבערפלעכליכע און לייכטזיניג,אזוי ווי און די לייוו קאווע שטיבעל.
זיצענדעג און קאווע צימער הערט מען כסדר פון די פריש אויפגעקומענע חכמים וואס האבען נארוואס געליעזען א פריש ביכעל,זיי קומען אריין און שטיבעל און זאגען איבער ווארט ביי ווארט פונעם ביכעל,די יושבים און די קאווע צימער הערן צו מיט פארגאפטקייט,אזוי ווי מהערט אויס שלמה המלך אליינס.
אקוראט דאס איז קאווע שטיבעל און מיינע אויגען.
אויב וויל איך פארשטיין און אנאליזירען עפעס אן ענין ברויך איך אויפשטיין אפאר פארטאגסען און מאכען אפאר מעדעטאציעס נישט פון קוליצען דא
נמצא אז דיין תגובה זעלבסט איז א אויבערפלעכליכע און לייכטזיניגע אויסגרעפס וואס שטעקט אין בויך. ווערן מיר אויב אזוי אריינגעצויגען אין ר' יאסעל העללער'ס "כאפ צוויי און צוואנציג".
נעמליך, אז נאר מצד לייכטזיניגקייט שאצטו אפ קאווע שטיבל פאר לייכטזינגע הודעות. אבער באמת זענען די הודעות טיף און ריכטיג. אויב אזוי איז דאך דיין יעצטיגע הודעה אויך נכלל אין דעם, און עס איז יא טיף און ריכטיג. נמצא אז דער טיפער אמת איז גאר אז די הודעות זענען באמת לייכטזיניג. ונכלל בתוכם דעי הודעה זעלבסט. און מצד טיפקייט איז אמת אז אלע תגובות, אינקלודינג דיינס דא, זענען לייכטזיניג. וחוזר חלילה.
ערענסט גערעדט. קאווע שטיבל איז א הערליכע פלאץ ווי מען קען רעדן פון אלעם. פון א לייכטזיניגע גרעפס, ביז א טיפזיניגע פארטאגס מעדיטאציע. ווי ערווענט לאנג צוריק בין איך גרייט אויסצוהערן דיינע פארטאגס מסקנות. איך וועל אפי' מיט-מעדיטירען מיט דיר. פארוואס נאר גרעפסען, איינגעמיירעט?