געפילטע פיש האט געשריבן:איינער האט געהעקט בדחן'ס אקאונט?
כ'מיין עס האט צוטוהן מיט מיין רעד לייט-גרין לייט טעאריע.
געפילטע פיש האט געשריבן:איינער האט געהעקט בדחן'ס אקאונט?
יידל האט געשריבן:מאראנצןזאפט האט געשריבן:יידל, האסט אמאל געזען א בילד פון מענדלסאן? ער זעט דיך אויס ווי א וויליאמסבורגער איד?
און דאס וואס דו שרייבסט אז מ'פלעגט אמאל גריסן יעדע פרוי איז שווער צו גלייבן, ס'איז נישט אויסגעהאלטן מדינא דגמ'.
ווי כ'האב שוין אויבן געשריבן, מענדלסאהן האט געוואלט איין זאך, און דאס האט אונזער היימישער אידישקייט צום סוף אנגענומען. למעשה איז אויך אנגעקומען חסידות מיט נאך א רייע חידושים וועלכע האבן גענצליך געטוישט דאס פנים פון אידישקייט און ס'פארשטייט זיך אליין אז וויליאמסבורגע אידישקייט האט מיט מענדלסאן נישט קיין שייכות. דאס מיינט אבער נישט אז מענדלסאהן'ס וויזיע פאר חינוך איז נישט מקויים געווארן - עכ"פ טיילווייז.
לגבי גריסן פרויען: אויב האסטו אן אויבערלענדישע באבע אדער זיידע, פויל זיך נישט און זיי מקיים דעם שאל ... זקיניך ויאמרו לך. עס גלויבט זיך נישט אבער עס איז א פאקט.איינגעמיירעט האט געשריבן:דאס גאנצע שמועס און צוחושעניש קומט פון נישט קוקען אויף די הויפט איידענטיטעט פון א איד די תורה,פון דארט פארמען אונז אויס אונזער איידענטיטעט,און נישט פון קיין שום אנדערע פלאץ.
יידל איך וואלט דער מייעץ געווען ארויסצונעמען א חומש דברים און לערנען לערן אביסעל נביא שופטים,שמואל,מלכים.
די אויבערשטער שרייט די ואבדיל אתכם נאכאמאל און נאכאמאל.
ווילסט לעבן ווי א גוי, ווילסט לעבן חיי הפקר גיי געזונטערהייט פליז לאז די תורה און יודישקייט צורוה.
כ'האף אז צו די ספרים וועלכע דו טוסט אזוי ברייטהארציג רעקאמאנדירן, לייגסטו צו אביסעלע מער קאפ ווי צו וואס איך האב געשריבן, ווייל עס קוקט אויס ווי דו האסט בכלל נישט פארשטאנען מיין פוינט. צו מיינסטו אז כ'האב גע'טענה'ט אז דער חתם סופר האט מחדש געווען דעם פסוק פון ואבדיל? איך רעד פון עפעס אנדערש. ליין איבער מיינע ווערטער, דערנאך קום נאכמאל.
און, טו מיר א טובה, די תורה און אידישקייט דארף נישט דו זאלסט זיך אננעמען פאר זיי באופן פון אד האמינום אטאקעס. תורה מונחת בקרן זוויות, וכל מי שרוצה ליטול יבוא ויטול, אן קיין רעקאמענדאציעס פון איינגעמיירעט.