פסיכאלאג האט געשריבן:שעפעלע מיינער, איך ווייס נישט ווי אלט די ביסט אבער סאטמער האט נישט אייביג אזוי אויסגעקוקט און ר' אהרן איז נישט אייביג געווען די רשכבה''ג, מיר האבן געהאט א רבי זכיסאגענע עלינו, אין א ים פון תמימות'דגע חסידים, אין טאקע פין די אזויגערפונע אויפגעקלערטע אונארישע באטשיס( אויב די ווייסט בכלל וואס דאס מיינט באטשיס אנישט גיי מארגן אריין אין ראדני אין פרעג די אידן וואס זיצען יעדען אינדערפרי זעקסע פארטאגס ביים שיעור פין ר' שמעי' גרינבוים ) אין אויב וואלט די רבי געזאגט אז ער איז משיח גלייב מיר אינז וואלטן אויסגעקוקט ,סאאאך ערגער ווי זיי,
איז טראב נישט איבער די זאך,
נישט נאר דאס, נאר מען האט אזוי געפלאנט צו מאכן פון אים נאך זיין הסתלקות, די שטוב מענטשן וואס האבן נישט געוואלט דעם ברך משה, נאר די שטוב זאל ווייטער פירן, האבן געוואלט בויען א ריזן אוהל, און דארט מאכן חאלאקעס, א ביהמ"ד, מאכן דארט ברית'ן וכו' וכו', אין שול האט מען געלייגט א טעוועלע, בקיצור מען האט נישט געהאלטן צו ווייט פון דארט לולא משה בחירו עמד בפרץ
*
אגב וואס איז די מעשה מיט די קאפס פאר כוס של ברכה? מען נוצט שוין די זעלבע קאפס די לעצטע צוואנציג יאר, אדער יעדע מאל נייע, איך מיין ס'ווערט דאך סיי ווי נישט שמוציג וואס קען מען עס נישט איבערנוצן