מיין מיינונג האט געשריבן:וואס האלט דער עולם? וועט זיך אדמו"ר מהר"א מסאטמאר יא צושטעלן צום כינוס בסופו של דבר? עס איז איראניש צו טראכטן אז ער וועט בלייבן אינדערויסן דערפון און זינגן דעם זעלבן ניגון ווי די בני יואל'ער מיט אלתר משה גאלדבערגער זינגן.
מ'שטיינס געזאגט אז נאך די יארן פון שווערע באשולדיגונגס אין זיין ריכטונג אז ער צעברעכט דעם סאטמאר'ן כח ההתבדלות מיטן גיין באזוכן אלע אגודיסטישע רבנים, וועט ער פלוצלינג פראווענען א קנאי'שער אקציע, און דערקלערן אז מ'מוז זיך מתבדל זיין.
לפי ידיעתי האט האדמו"ר מהר"א שליט"א פאר קיינעם נישט ערווענט אז ער האט א פראבלעם אלס קנאות חלק, וואס ער האלט באמת אלס חלק הקנאות ווייס איך נישט, אבער ער האט געהאט אנדערע פראבלעמען בנוגע דעם, ובעיקר העולה על כולנה אז ער האלט אז דער רבי דער דברי יואל זי"ע וואלט נישט געשיקט דעם ציבור אהין, ווער עס וויל מחולק זיין קען מחולק זיין מיט אים, אבער עכ"פ ער פילט אז ער קען נישט שיקן זיין ציבור אהין