עשרת השבטים
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
עשרת השבטים
שבועות האט יעדער געלייענט פון די מעשה פון בעל אקדמות וואס האט געגאנגען צו די סמבטיון און אריבער געגאנגען שבת ווען סע האט אויפגעהערט צו שיסען שטיינער און ווען ער איז דאארט אנגעקומען האט מען איהם געלייגט אין די תפיסה פאר מחלל שבת זיין און ווען ער האט געזאגט אז סע פיקוח נפש האט מען איהם ארויס געלאזט און געשיקט אשטאטס איהם עפעס א דארע איד ר' דן.
זעהט אויס אז דעמאלטס איז געווען באוויסט ווי די סמבטיון איז און אז סע דארט דא די עשרת השבטים און אז זיי האבען גרויסע כחות זיך צו שלאגען מיט יענע גלח וואס די גרויסע צדיק ר' מאיר האט נישט געקענט אויף אונזערע זייט.
וואס איז געשעהן אז מע האט פארגעסען ווי יענע פלאץ איז?
וועגען די עשרת השבטים האבעך שוין א סאך מאל געלייענט אז אויף א סאך מענטשען און שבטים זאגט מען אז זיי זענען פון די עשרת השבטים.
היינט האבעך געלייענט אין די צייטונג וועגען נאך עפעס א שבט אין ניגעריע וואס מע זאגט אז זיי זענען פון די עשרת השבטים, ווייל זיי האבען זאכן וואס איז ענדלעך צו אונז, ווי זיי היטען שבת און זיי מאכען ברית, און נאך א פאר זאכן.
איך בין זייער ניייגעריג אויב אפשר זענען זיי די עכטע אידען און אונז האמער ענדלעכקייטען צו זיי? ווער זאגט אז אונז זענען די עכטע אידען?

פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
לגבי די עשרת השבטים בקיצור נמרץ:
אין נ"ך שטייט אז די עשרת השבטים וועלן כמעט - גענצליך ווערן אסימילירט צווישן זייערע גוי'אישע שכנים. און דערפאר איז מורא'דיג מתקבל על הלב - און דער שכל איז מילא אזוי מחייב - אז די אלע שבטים וואס מען טרעפט אין די אזיאנער געגנטער מיט שטארקע ענליכקייטן צו אידן, זענען באמת עשרת השבטים אפשטאמיגע.
כשר'ע אידן זענען זיי כמעט זיכער נישט, בפרט לויט די דעה אין די גמרא אז די פרויען האבן געטרינקען א כוס של עיקרים.
עס איז נישטא קיין ערנסטע הארטע באווייז איבער די אלע דמיונות - וואס שטאמען אפ פונעם מיטל אלטער - איבער אידישע מלוכות פון די עשרת השבטים. זיכער נישט פון די מאדערנע עפאכע. לעומת זה, עס איז יא דא ערנסטע ראיות אז דאס איז במכוון פארשפרייט געווארן צווישן אידן זיי צו שטארקן צו קענען קאופן אינעם ביטערן גלות דורך די פאלשע איינרעדעניש אז אין אזיע שטייען גרייט ווייסע פערד מיט העלדישע רייטער וואס וועלן זיי קומען אויסלייזן ווי נאר די צייט וועט קומען. (עס איז פסיכאלאגיש א שטערקערע בארואיגונגס מיטל ווי סתם טראכטן און גלייבן אין ביאת המשיח וועלכע זעט אויס מער שלא מעלמא הדין).
דער סמבטיון קומט בכלל נישט אריין אין בילד. אויב עפעס איז דא א מדרש איבער די לוויים וועלכע זענען אהין געפלויגן פון גלות בבל. וויאזוי האבן די עשרת השבטים געקענט אריבערגיין צו זיי? וואכן נישט, שבת זיכער נישט...
בקיצור, ווי אלעמאל זענען די פאנטאזיעס געוואלדיג אבער דער רעאליטעט סתם אומבא'חן'ט.

האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)

- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
דעת תורה האט געשריבן:די פאלשע איינרעדעניש אז אין אזיע שטייען גרייט ווייסע פערד מיט העלדישע רייטער וואס וועלן זיי קומען אויסלייזן ווי נאר די צייט וועט קומען.
דער גר"א און דער בני יששכר שרייבן אז ועלו מושיעים גייט אויף די בני משה.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
לערענדיג די פסוקי התנ"ך, איז מיר אלעמאל שווער געווען פון ווי נעמט זיך די צאל "עשרת השבטים"? ביי די עטליכע דעפארטאציעס פון די מלכי אשור ווערט נישט דערמאנט דער צאל. בלויז עטליכע שבטים ווערן אויסגערעכענט. און ס'איז במציאות שווער צו פארשטיין, ווארום שבט שמעון איז געווען דרום פון, און אייגענטליך "אין", יהודה. (זעה מאפע דא) און אז אשור איז געקומען פון פון מזרח / צפון און איינגענימען מלכות ישראל, ווי קומט ער אן צו שמען. און אויב שמעון איז נישט פארטריבן געווארן, האמיר יהודה, בנימין און שמעון וועלכע זענען נישט נגלה געווארן.
אבער די טערמין עשרת קרעים ווערט שוין געניצט אין תנ"ך (מלכים א' י"א:ל"א) ביי די פילוג המלכות. אבער די זעלבע שאלה איז דא דארט. וועלכע צען שבטים שאפן מלכות ישראל? הגם דארט קען מען פרעגן מער, אחיה השילני האט צוריסן זיין קלייד אין צוועלף, געגעבן פאר אחאב עשרת קרעים און פאר יהודה בלויז שבט האחד. ווי איז די צוועלעפטע. אויב כ'מאך נישט קיין טעות, זאגן די מפרשים אויפן פלאץ אז שמעון איז אחלקם ביעקב ואפיצם בישראל. אבער פשוט פשט ברויך עס א הסבר.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואליש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
ונבנתה העיר האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:די פאלשע איינרעדעניש אז אין אזיע שטייען גרייט ווייסע פערד מיט העלדישע רייטער וואס וועלן זיי קומען אויסלייזן ווי נאר די צייט וועט קומען.
דער גר"א און דער בני יששכר שרייבן אז ועלו מושיעים גייט אויף די בני משה.
די נקודה איז נישט פאלש אדער אמת. די פוינט איז אז עס איז פארשפרייט געווארן בכוונה תחילה, פלוס לעבעדיגע ציורים פון זייער איצטיגער מלכות'דיגער צושטאנד.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
יואליש האט געשריבן:אבער די טערמין עשרת קרעים ווערט שוין געניצט אין תנ"ך (מלכים א' י"א:ל"א) ביי די פילוג המלכות. אבער די זעלבע שאלה איז דא דארט. וועלכע צען שבטים שאפן מלכות ישראל? הגם דארט קען מען פרעגן מער, אחיה השילני האט צוריסן זיין קלייד אין צוועלף, געגעבן פאר אחאב עשרת קרעים און פאר יהודה בלויז שבט האחד. ווי איז די צוועלעפטע. אויב כ'מאך נישט קיין טעות, זאגן די מפרשים אויפן פלאץ אז שמעון איז אחלקם ביעקב ואפיצם בישראל. אבער פשוט פשט ברויך עס א הסבר.
לויט ווי כ'האב פארשטאנען במושכל ראשון פין נ"ך איז די פשט אז שבט בנימין איז כמעט גענצליך עלימינירט געווארען ביי די מעשה פין פילגש בגבעה, וואס איז געווען נאך פאר די מלכים, אין זיי ווערען נכלל אין שבט יהודה, זיי האבען זיך געהאלטען ציזאמען מיט מלכות יהודה אין נישט אריבער געגאנגען צי מלכות ישראל, קען זיין ווייל זיי האבען געזעהן אין מלכות יהודה א המשכה פין מלכות שאול וואס איז געווען פין בנימין, אזוי צי אזוי זענען זיי נישט אריבער צי מלכות ישראל ווי די אנדערע צען שבטים,
ראובן, שמעון, יששכר, זבולון, דן, נפתלי, גד, אשר, מנשה, אפרים,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 50
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:22 am
- האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
ידען האט געשריבן:די צייטונג פון שבועות האט געשריבען עפעס וועגען די טאליבאן אז זיי האבען א גרופ פון פאשטונס וואס האבען א סאך זאכען וואס איז ענלעך צו אידען. און איינער האט ארויס געגעבען א ביך וועגען זיי. יאנקל וועט מן הסתם וויסן וועלעכע ביך.
יאנקל ווייסט מסתם, אבער גוגל ווייסט זיכער.
en.wikipedia.org/wiki/Theory_of_Pashtun_descent_from_Israelites
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
יואליש האט געשריבן:לערענדיג די פסוקי התנ"ך, איז מיר אלעמאל שווער געווען פון ווי נעמט זיך די צאל "עשרת השבטים"? ביי די עטליכע דעפארטאציעס פון די מלכי אשור ווערט נישט דערמאנט דער צאל. בלויז עטליכע שבטים ווערן אויסגערעכענט. און ס'איז במציאות שווער צו פארשטיין, ווארום שבט שמעון איז געווען דרום פון, און אייגענטליך "אין", יהודה. (זעה מאפע דא) און אז אשור איז געקומען פון פון מזרח / צפון און איינגענימען מלכות ישראל, ווי קומט ער אן צו שמען. און אויב שמעון איז נישט פארטריבן געווארן, האמיר יהודה, בנימין און שמעון וועלכע זענען נישט נגלה געווארן.
אבער די טערמין עשרת קרעים ווערט שוין געניצט אין תנ"ך (מלכים א' י"א:ל"א) ביי די פילוג המלכות. אבער די זעלבע שאלה איז דא דארט. וועלכע צען שבטים שאפן מלכות ישראל? הגם דארט קען מען פרעגן מער, אחיה השילני האט צוריסן זיין קלייד אין צוועלף, געגעבן פאר אחאב עשרת קרעים און פאר יהודה בלויז שבט האחד. ווי איז די צוועלעפטע. אויב כ'מאך נישט קיין טעות, זאגן די מפרשים אויפן פלאץ אז שמעון איז אחלקם ביעקב ואפיצם בישראל. אבער פשוט פשט ברויך עס א הסבר.
שמעון איז געווארן אויסגעמישט מיט יהודה, "אחלקם ביעקב ואפיצם בישראל" איז נישט א תורה פון די מפרשים, נאר א מציאות וואס היסטאריקער באשטעטיגן. אלזא, האבן מיר צען שבטים: ראובן, לוי, יששכר, זבולון, דן, נפתלי, גד, אשר, מנשה, אפרים. דערנאך האבן מיר יהודה און בנימין. און וואס טוען די לויים צווישן אונז? די לויים האבן דאך נישט געהאט קיין אייגענע נחלה, און זענען געווען אויסגעמישט מיט די אלגעמיינע באפעלקערונג, ממילא זענען א חלק לויים געבליבן מיט די צוויי שבטים.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
חזקיהו המלך האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:אבער די טערמין עשרת קרעים ווערט שוין געניצט אין תנ"ך (מלכים א' י"א:ל"א) ביי די פילוג המלכות. אבער די זעלבע שאלה איז דא דארט. וועלכע צען שבטים שאפן מלכות ישראל? הגם דארט קען מען פרעגן מער, אחיה השילני האט צוריסן זיין קלייד אין צוועלף, געגעבן פאר אחאב עשרת קרעים און פאר יהודה בלויז שבט האחד. ווי איז די צוועלעפטע. אויב כ'מאך נישט קיין טעות, זאגן די מפרשים אויפן פלאץ אז שמעון איז אחלקם ביעקב ואפיצם בישראל. אבער פשוט פשט ברויך עס א הסבר.
לויט ווי כ'האב פארשטאנען במושכל ראשון פין נ"ך איז די פשט אז שבט בנימין איז כמעט גענצליך עלימינירט געווארען ביי די מעשה פין פילגש בגבעה, וואס איז געווען נאך פאר די מלכים, אין זיי ווערען נכלל אין שבט יהודה, זיי האבען זיך געהאלטען ציזאמען מיט מלכות יהודה אין נישט אריבער געגאנגען צי מלכות ישראל, קען זיין ווייל זיי האבען געזעהן אין מלכות יהודה א המשכה פין מלכות שאול וואס איז געווען פין בנימין, אזוי צי אזוי זענען זיי נישט אריבער צי מלכות ישראל ווי די אנדערע צען שבטים,
ראובן, שמעון, יששכר, זבולון, דן, נפתלי, גד, אשר, מנשה, אפרים,
שבט בנימין איז געווארן צוריק אויפגעבויט, ככתוב במקרא (סוף שופטים):
טו וְהָעָם נִחָם, לְבִנְיָמִן: כִּי-עָשָׂה יְהוָה פֶּרֶץ, בְּשִׁבְטֵי יִשְׂרָאֵל. טז וַיֹּאמְרוּ זִקְנֵי הָעֵדָה, מַה-נַּעֲשֶׂה לַנּוֹתָרִים לְנָשִׁים: כִּי-נִשְׁמְדָה מִבִּנְיָמִן, אִשָּׁה. יז וַיֹּאמְרוּ, יְרֻשַּׁת פְּלֵיטָה לְבִנְיָמִן; וְלֹא-יִמָּחֶה שֵׁבֶט, מִיִּשְׂרָאֵל. יח וַאֲנַחְנוּ, לֹא נוּכַל לָתֵת-לָהֶם נָשִׁים--מִבְּנוֹתֵינוּ: כִּי-נִשְׁבְּעוּ בְנֵי-יִשְׂרָאֵל, לֵאמֹר, אָרוּר, נֹתֵן אִשָּׁה לְבִנְיָמִן... כג וַיַּעֲשׂוּ-כֵן, בְּנֵי בִנְיָמִן, וַיִּשְׂאוּ נָשִׁים לְמִסְפָּרָם, מִן-הַמְּחֹלְלוֹת אֲשֶׁר גָּזָלוּ; וַיֵּלְכוּ, וַיָּשׁוּבוּ אֶל-נַחֲלָתָם, וַיִּבְנוּ אֶת-הֶעָרִים, וַיֵּשְׁבוּ בָּהֶם.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
ידען האט געשריבן:די צייטונג פון שבועות האט געשריבען עפעס וועגען די טאליבאן אז זיי האבען א גרופ פון פאשטונס וואס האבען א סאך זאכען וואס איז ענלעך צו אידען. און איינער האט ארויס געגעבען א ביך וועגען זיי. יאנקל וועט מן הסתם וויסן וועלעכע ביך.
די פאשטונער האבן די מערסטע ווארשיינליכקייטן צו זיין פון די עשרת השבטים. אפילו די סקעפטיקער זענען דאס מודה. זיי געפינען זיך אויף די ריכטיגע ארט, און האבן די מערסטע ענליכע מנהגים צו אונז. זיי האבן אויך נישט קיין שום סיבה זיך צו אויסטראכטן ליגנטס.
אגב, איך בין נייגעריג, צו וועלן די וויליאמסבורגע אידן רחמנות האבן אויף די טאליבאן וויבאלד זיי זענען מעגליך אונזערע ברידער?
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
אפילו אויב די פאשטונס זענען די עשרת השבטים (לדעתי האלט איך אויך אז עס מאכט אסאך סענס) זענען זיי אלע אפגשמד'ט און גוים גמורים. און די לעגענדע גייט אז די עשרת השבטים זענען אידען אזוי ווי אונז.
אמאהל אין אן אלטען בוך האב איך געליינט אז די עשרת השבטים זענען צוריק געווארען אידען און זענען אויסגעמישט מיט אונז שוין פין בית שני און ווייטער. ער טענה'ט אזוי מכח כמה ראיות. אין תוספות שטייט אויך אזוי.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
טאמבל סאס האט געשריבן:וואס איז די חילוק פון א גוי און א גוי גמור, ווייסטע?
א גוי גמור איז א איד!
?