לייק אדער דיס-לייק

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

לייק אדער דיס-לייק

שליחה דורך פרישער »

לייק אדער דיס-לייק

איך קיק זיך דא ארים אין שטיבל איך באמערק אז עז איז דא א פראבלעים וואס איך וואלט געוואלט מעורר זיין, דא זענען דא מחיתנים דא, טייל מיט א רעפעטאציא, סתם אלט געזעסענע, רעלאטיו נייערע אין גאר נייע כ'אני הקטן, מזעיט דאס אויף עטליכע אופנים, אופן אלף ווען האט ער זיך אריין געסיינט, אופן בית, וויפיל תגובת האט ער אינטער זיין רימאן, אויפן גימל וויפיל מאל איז ער געלייקט, וואס א סארט מגיב איז ער זאכלעך אדער א אנדרייער, אין צי לעצט וויפיל מאל האט ער געלייקט, מיילע לויט ווי שטאלץ ער איז, אין זאל זיין, ווענט זיך לכאורה אין די דאזיגע קאמבינאציא, איז ער א ותיק מיט פינף טויזענט אדער א שר האלף, אדער א ידיד.

איך קלער אז דא שפילט זיך אף איין גרויסע טעות אין וויפיל שטאלץ אין רים עס קימט א ניק, וויפיל ראנגען מען ברויך ציטיילן, סיז דא ניקס וואס ברעינגען צים טיש הייסע געפערטע ארטיקלן, אין עס איז דא וואס סך הכל שטעקן זיי אריין דעים חוטם אין יעדע ארטיקל, מיט א הגעה שיש בו ממש או שאין בו כלום, נאר אווי צי זאגען איך בין געוועין דא אויך, איך געפין זיך איבעראל, נאט אייך מיינע פינגער אפדריקן, מאנכע זענען מער געפיליש צים שרייבער אין לאזען איבער דעים שרייבער מיט א נאך טעם ברבים, אין מאנכע רייסען זיך אויף נאר אין אישי, איינע מיט א מנהג אריינשטעכן אזוי ווי א ציין שטעכער אין א צאן, אין איינער ווי א ציין שטעכער אין א גרויסע באלון.

סיז דא עפעס א געוויסע מנהג צי נעמען א תגובה אין פארפארן מענין לקנין, פין האר אינדע נאז צי געפילטע פיש, אין דער עולם בעל כרחם יענש, צי ווייל ער האט נישט וואס מוסף זיין, צי ווייל ער האט פיינט זיין דרך אין שרייבען, צי די טעימע איז אויסגעדראשן, אדער שוין לאנג אויסגעקנאטן, מיילע שפירט ער בכוח אריין צי מקלן אינעם שרייבער מנה אחת לחיים, אחת למעלע ושבע לבין הצדדים, אויב איז ער נאך א שרייבער מיט טאלאנט אין האט נישט וואס מוסף צי זיין, ווייל אין מפטירין אחר הפעינעץ, דעמאלץ הייבט מען אן צי רעדען פין לייקס כ'געדער יא אדער ניין, העט וועין געגעין צעין לייקס, ווען די תורה וואלט געלאזט שווערן, מ'טיילט צי היימיש געמאכטע געילע באליס להגדיל הלייקעריי אין אסאך שרייבען צי טיימס טען, טייל קענען דעם געילעכעל מאכן שפרינגען עליונים ששו, כדי מען זאל וויסען א שטייגער פין וואס לייקעריי מיר שמיסן דא.

אבער וואס איך האב אין מיינד איז א דיסלייק קנעפעלע, אויב איינער רעדט דברים של מה בכך, אין ער ווערט נישט געלייקט, אדער אויב ברעכט אויס א מלחמה פין עטליכע ניקס, אין פירן זיך נישט אויף ווי סברויך צי זיין, קימען די אנדערע ניקס ציגיין, אין מען דיסלייקט עים אזוי ווי עס געהער צי זיין, דעיס וועט אריין ברעינגען אביסל ארדענונג דא, אז מזעיט איינעם וואס האט שוין ג'דבר'ט טויזענטער מאל, אבער ווערט כסדר דיסלייקט קען מען רעכענען אז ער איז נישט ווערט זיך אים צי קיקן אין זיין ריכטאנג.

מיין פרידיש ביזנעס, איז שוין וואויל באקאנט דא, אז איך שרייב אייגען ארטיג, אין אנדערש ווי פיל אלט געזעסענע, אין איך גיי מן הסתם אויף די געהירן פין א טייל, מאנכע דריקן אויס זייער צארן אויף מיר בגלי, מאנכע בסתר, טייל גלייכען ווי אזוי איך שרייב, טייל וואלטן געחלישט צי דיסלייקן, ווען איך גיס אויס א תגיבה, אבער סיז נאך אלס דא א געזעמל וואס ווען איך העל אויפ הערן שרייבן פרידיש, וועלן אויסברעכן אין א צארן, אין באוויינען די גיטע פרישער צייטען, סיז דא וואס קיקען ארויס בכליון עינים מיך צי הערען, כאטשע מיין ספעלינג איז ווי א ביצה שנולדה בכל טוב. א טייל וועלן אפדעכען אזוי ווי איינער ווערט לויז פין א שפעינדל, אדער אזוי ווי נאך א הכנה אין א זינטיג אויב עס שיינט די זין.

אבער מיט א דיסלייק סיסטעים וועט זיין נייע צייטען, מען וועט היטן דאס פה מפיק, אין נאר אריין רעדן ווען עס פעילט אויס, מחמת פחד פין עטליכע אימגעשמאקע דילייקס, אפשר ברויך מען נאר געיבן א זכות לדיס לייק פאר עימצער וואס ווערט אפרואוועד קודם אז ער האט א דעת בעל הבית, אדער א דעת תורה, איינעם מיט פארשטאנד, אין נישט יעדער מיט א ניק זאל זיך קענען צידיסן כפי רצונו, אדער אויב ער איז נישט אין קיין גיטע מוד, וועט ער אנשטאץ טיילינאל נעמען אויסשיסן דעים עולם מיט דיס לייקעלעך, אויב הייבט ער אן לידערס דייעט אין איז נעוועיז, העט ער געיבן קידוש א צוועלעף דיסלייקס כנגד די יוד בית שבטי קא.

בקיצור הדברים עס איז צוויי צדדים ביי מיר אין של ראש, אין איך ווייס נישט קלאר צי עס העט טויגען צי נישט, איך גלייב אז פאר די נייערע ניקים איז עס א קויל אין די פיס, אבער א ניקל וואס טויג יא קען זיך אויף בויען שנעלער, אבער בעיקר וואס איך קלער איז עס זאל הערשן יושר צווישען די געמיינדע, אז אויב עימצער איז ניכשל אין רעדן דברים שאינם של דבר, זאל אריין הויבלען עטליכע דיסלייקס, העט ער וויסן אז מען מיז תשובה טיען, אין טוישען די דרכים לטוב.

איך בעיט מען זאל מיך נישט אטאקירן, אז ווער בין איך צי רעדן, מי שם פה לאתון, די ביזט דאך דא א קינצלער אין גארנישט, די ביסט דאך א פינף שטערן גרייזן מאכער, די העסטאך האבן די מאקימאלסטע סימע פין דיסלייקס, אף על פי כן בין איך גרייט, ווייל עס איז נישט וועיגן מיר פעזעינליך, עס איז לטובת הכלל כלו יצא.

א גיטן מועד
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

תוכן.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

שלעכט איבערגעזעצט

איר זענט באפרייט פינעם זעלבסט געקרוינטען פרידיש איבערזעצער
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
באניצער אוואטאר
פסיכאלאג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2013 9:42 am
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

שליחה דורך פסיכאלאג »

איין פראגע צו דיר פרישער. טייערע וואלסטו מסכים געווען אז די דיסלייק קנעפל זאל אריינקומען אין סיסטעם,
אבער שלא יאמרו אז די האסט געמיינט דיין אייגן שאטן זאל מען דיר נישט געבן די דיסלייק קנעפל?
די שרייסט דאך אז די מיינסט נישט דיר איז ע''פ חשבון דארף דאס נישט צו זיין קיין פראבלעם פאר דיר
The question is not who will let me, its about who will stop me. I would rather choose heaven, were ever the hell that is 
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

כן הדבר.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

האיבער זעצער איבער זעצער צריכא ליה

פסיכילאג איך בין מסכים צי דעלייגען מיינע דיסלייק רעכטען
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

יפה.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך האב א איינפאל פון א דריטן קנעפל. "טאלערירט"
דאס וועט מיינען. איך האב דיר פיינט!!! איי העיט יו!! אפשייליך! אפגעשפיגן! פארדאמט! אבער איך טאלעריר דיין רעכט צוהאבן א אנדערע מיינונג ווי מיר, אין וועלכן הינזיכט נאר.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארשפארט