היימישע אידן גייען דורך רדיפות אין ארץ ישראל דורך... פרומע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

היימישע אידן גייען דורך רדיפות אין ארץ ישראל דורך... פרומע

שליחה דורך עוד מישהו »

אין די לעצטע תקופה איז מען שטארק פארנומען מיט די נייע גזירה אין ארץ ישראל, "גיוס בני הישיבות".
היינטיגע צייטן נאך פאר סיי וועלכע גזירה איז אריין אין קראפט, דינען אסאך פרומע סאלדאטן אין מיליטער, ניין נישט מזרחיסטן מיט געשטריקטע קאפלעך, נאר היימישע בחורים אדער אינגעלייט, וואס צוליב זייערע פערזענליכע סיבות האבן זיי זיך געטראפן אין מיליטער.
רוב פון זיי שלא מרצון, צי ווייל זיי זענען געווען געצווינגען, צי זיי האבן נישט געלערנט אין א ישיבה\כולל, אדער האבן זיי געוכט ארבעט הצד השוה שביניהם איז, זיי זענען א טייל פון היימישע אידנטום, זיי זענען שומרי שבת תורה ומצוות, זיי זענען מקפיד על קלה כחמורה, אין קורצן כשר'ע ערליכע אידן.
אין רוב פלעצער וואו אזעלכע סאלדאטן געפונען זיך, זענען דא שיעורי תורה יעדן טאג, דריי תפילות וואו אלע מוזן דארט זיין אן אויסנאם, און שבת איז מאן דכר שמי' נאר פיקוח נפש.

זענען אנגעקומען א באנדע קלים וריקים, וואס האבן זיך אנגעטוען אן איצטלא פון פאלשע קנאות און זיך אויך אנגעטוען מיט אן אמת'ע טיפשות און רשעות, און אנגעהויבן רודפ'ן און באשמוצן, בא'שגצן און ארויסווארפן פון בתי מדרשים, פארן איינציגן חטא פון גיין מיט די טריפה'נע מונדירן. כדי להוסיף חטא על פשע אויב איז דאס נישט גענוג, האט מען באווארפן סאלדאטן מיט שטיינער א.א.וו.

וואו אלעמען באקאנט האט ר' עמרם בלוי ז"ל, וואס אפילו נישט יעדער האט געהאלטן פון זיין שיטה, האבן אלע באוואונדערט זיינע מידות, ער האט קיינמאל נישט געהויבן קיין האנט אויף א סאלדאט אדער א פאליציאנט, ער האט מוחה געווען, מ'האט געהאקט פון אים שטיקער, אבער הייבן א האנט אויף א איד קיינמאל נישט. היינט מיט אונזערע עושין מעשי זמרי ומבקשין שכר כפנחס האבן מיר שוין דערלעבט אזוינס אויך.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר