ממי_שאמרו האט געשריבן: ועלכע זענען נישט ווערט א געניצטע טישו פון אן עלעפאנט,
החסידות בדורינו עפ"י הרמב"ם
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
שיח ושיג האט געשריבן:עס איז כדאי צו כאפן א בליק אין רמב"ם אנפאנג הל' עבודת כוכבים צו זען ממש ווי אזוי עס ארבעט חסידות בדורינו. וזה החלי, איך וועל מעתיק זיין די לשון פונעם הייליגן רמב"ם אין מבאר זיין לפי דורינו.
בימי אנוש טעו בני האדם טעות גדול וכו' וזו היתה טעותם, אמרו הואיל והאלהים ברא כוכבים אלו וגלגלים להנהיג את העולם ונתנם במרום וחלק להם כבוד והם שמשים המשמשים לפניו ראוין הם לשבחם ולפארם ולחלוק להם כבוד. וזהו רצון האל ברוך הוא לגדל ולכבד מי שגדלו וכבדו, כמו שהמלך רוצה לכבד העומדים לפניו וזהו כבודו של מלך.
וויבאלד די אדמורי"ם זענען געבוירן אין די משפחות קדושות אין זיי פירן אן עדה יודן, זיי זענען מנהיגים, אין דער באשעפער האט זיי צוגעטיילט כבוד אויף דער וועלט, אין אויף זיי זאגט מען אז זיי זענען צדיקים, איז ראוי אז מען זאל זיי משבח זיין אין זיי זייער מכבד זיין, אין דאס איז דער רצון השי"ת אז מען זאל מכבד זיין אין גרויס מאכן וועמען ער האט גרויס געמאכט, אזוי ווי א מלך בשר ודם וויל אז מען זאל מכבד זיין זיינע שרים וועמען ער האט גרויס געמאכט. אין מען ברענגט נאך ראיות פון ספרי תלמידי בעש"ט אז מ'איז מחיוב צו האבן אמונת צדיקים אין התקשרות אין התבטלות לצדיקים, אין אויף זיי איז עס געזאגט געווארן, דאס איז רצון השי"ת.
איך מיין אז לויט דער רמב"ם איז דער דור אנוש געוועהן א טעות, אבער נישט עבודה זרה ממש, און דאס מיינט אז הוחל לקרוא, כלומר עס איז געווארען חולין'דיג, ווייל דורך מכבד זיין אנדערע איז דער אויבערשטער געווארען חולין'דיג.
און בכלל איז אנדרעש די אמונה אין רעביס ווי אין דור אנוש, ווייל זיי האבען געמיינט אז די כוכבים וגלגלים האבען אליין א כח, משא"כ די וואס גלייבען אין רעביס גלייבען אז די רבי אליין איז גארנישט, נאר ער האט א דעה ביים אויבערשטען.
און דער ענין פין כבוד איז דאך פשוט אז מען דארף מכבד זיין א תלמיד חכם. און דער רבי איז דאך א גרויסע תלמיד חכם כידוע. (דאס אז באמת איז ער אן עם הארץ איז נישט נוגע, ווייל עכ"פ גייט דער כבוד אויף אן אופן וואס מען פראבירט איינצרעדען אז ער איז יא א תלמיד חכם, ממילא לענין דער כבוד איז עס גענוג ודו"ק).
ובעיקר דבריך קשה לי, וואס איז אנדרעש למשל ר' מתתיהו פין לעיקוואד וואס באקומט פונקט אזויפיל כבוד ווי די רביס?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).