ווען לוינט צו אינוועסטירן אין סטאקס?

הילף, עצות און טיפס
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

ווען לוינט צו אינוועסטירן אין סטאקס?

שליחה דורך משה געציל »

בן תמליון האט געשריבן:איך מיין אז עס איז א מציאה יעצט עס וועט נאך אביסל פאלן אןן שטיין נידריק פאר א צייט אבער אין לאנגן טערמין וועט ער גיין היפש העכער. פארשטייט זיך מען קען גארנישט וויסן זיכער איך וואלט געווארנט נישט אריינצולייגן אייער לעבנס סעווינגס.

נישט אריין לייגן קיין לעבנס וויכטיגע געלט איז א כלל ביי יעדן סטאק, נישט קיין חילוק אויף וואס פאר א שנעלע ראטע די סטאק וואקסט אדער די גרויסע פאטענציאלאן וואס די ספעציפשע פירמע האט צו וואקסן. ווען מען לייגט אריין די געלט דארף מען באמת זיין גרייט צו דערלייגן די גאנצע.

ווי אויך איז זייער וויכטיג אז איינמאל מען האט שוין יא געקויפט א סטאק זאל מען נישט ארויס לויפן ווי נאר עס טראסקעט אביסל, די סארט שפילערס דערלייגן נאר ביים ענד פונם שפיל, מען קויפט א סטאק וואס וואקסט ווי הייבען מיטן חשבון אז עס גייט נאך פיל וואקסן און א סאך מאל איז עס טאקע אזוי, אבער ווי דער סדר פון א יעדן סטאק איז נישט דא קיין מציאות אז א סטאק זאל נאר זיין פאזעטיוו, איז ווי נאר ער זעט אז עס פאלט אביסל נעמט ער גלייך ארויס דאס גאנצע מיט א שיין ביסל פארלוסטן אין דער זייט, פארשטייט זיך אליינטס אז אזא איינער וועט קיינמאל נישט מאכן קיין געלט נאר דערלייגן פונם קרן.

דער ריכטיגע וועג ביים אינוועסטירן אין א סטאק איז זיך צו מאכן א פרייז טארגעט וואס מאכט סענס ע״פ דרך הטבע אז עס קען אנקומען דארטן, לדוגמא ווען עס וועט האבן געוואקסן %10 וועט מען ארויס נעמען די געלט, צו עס זאל זיין די גאנצע, נאר די קרן, אדער נאר א האלב פון די קרן וכדומה. אדער זאל מען זיך באשטימען א צייט וואס אין די צייט זאל מען נישט צורירען צום סטאק אפילו אויב עס פאלט. (פארשטייט זיך נאר אויב עס פאלט צוליב נארמאלע סיבות, נישט אויב די פירמע האלט ביים אינטערגיין וכדומה וואס דעמאלטס דארף מען כאפן וואס מען האט און לויפן ביז ווי די פיס טראגן).

ווי אויך איז וויכטיג זיך דורכצורעדן מיט איינער וואס פארשטייט צו די מארקעטס בעפאר מען אינוועסטירט. מען זאל דורך שמיסען אלע מעגליכקייטן און הערן וואס יענר האט צו זאגן דערוועגן, ווי אויך קען אזא איינער העלפן מחליט צו זיין וואספארא פרייז מען זאל צילן בשעת׳ן אינוועסטירן.

און די וויכטיגסטע איז נאכאלטס די ערשטע כלל. מען זאל באמת זיין גרייט צו פארלירן די גאנצע, און זיך אויסמשל׳ן אין קאפ פאר ער אינוועסטירט די געלט ווי אזוי ער גייט רעאגירן ווען ער שטייט אויף איין אינדערפרי מיט די נייעס אז ער האט דערלייגט זיין גאנצע קרן, אויב שפירט ער אז ער איז גרייט דערפאר און ער קען עס דורכשטיפן דעמאלטס קען ער אינוועסטירן.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

משה געציל האט געשריבן:

שטארקע נקודות. אויב מעג איך פרעגן טוהט איר אסאך אין סטאקס? צו האט איר שוין ארויסגענומען רווחים אונטערשטע שורה?
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

איך טוה נישט אין סטאקס, אבער איך האב מיך אמאל אפגעשפארט א געוויסן סכום וואס איך האב אינוועסטריט אין סטאקס ווי איך האב געהאט א שטיקל א האבי מיט צוהאלטן די סטאקס. איך האב שוין ב״ה ארויס גענומען רווחים דערפון אויך. אבער אפילו מיט מיין האבי און מיין פארשטיין צו די מארקעטס האב איך אייביג אינוועסטירט נאר דורך א בראקער וואס פארשטייט צו דעם, און איך האב נישט חרטה דערויף ווייל ער האט מיר שוין אפגעהאלטן אפאר מאל פון אינוועסטירן אין געוויסע סטאקס, הגם עס האט אויסגעקוקט צו זיין גלענצענדע אינוועסטמענס, האט זיך עס שפעטער ארויס געשטעלט צו זיין געפארפול.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

פעיסבוקס סטאקס האבן זיך היינט געשלאסן ביי א נידריגקייט פון 19.05. (דאכט זיך אז ס'איז א פרישע רעקארד)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

משה געציל האט געשריבן:איך טוה נישט אין סטאקס, אבער איך האב מיך אמאל אפגעשפארט א געוויסן סכום וואס איך האב אינוועסטריט אין סטאקס ווי איך האב געהאט א שטיקל א האבי מיט צוהאלטן די סטאקס. איך האב שוין ב״ה ארויס גענומען רווחים דערפון אויך. אבער אפילו מיט מיין האבי און מיין פארשטיין צו די מארקעטס האב איך אייביג אינוועסטירט נאר דורך א בראקער וואס פארשטייט צו דעם, און איך האב נישט חרטה דערויף ווייל ער האט מיר שוין אפגעהאלטן אפאר מאל פון אינוועסטירן אין געוויסע סטאקס, הגם עס האט אויסגעקוקט צו זיין גלענצענדע אינוועסטמענס, האט זיך עס שפעטער ארויס געשטעלט צו זיין געפארפול.

וואס איז א משל וואס א בראקער האט דיך אפגעהאלטען?
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

שליחה דורך ניו יארק »

ראשעקאל האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:איך טוה נישט אין סטאקס, אבער איך האב מיך אמאל אפגעשפארט א געוויסן סכום וואס איך האב אינוועסטריט אין סטאקס ווי איך האב געהאט א שטיקל א האבי מיט צוהאלטן די סטאקס. איך האב שוין ב״ה ארויס גענומען רווחים דערפון אויך. אבער אפילו מיט מיין האבי און מיין פארשטיין צו די מארקעטס האב איך אייביג אינוועסטירט נאר דורך א בראקער וואס פארשטייט צו דעם, און איך האב נישט חרטה דערויף ווייל ער האט מיר שוין אפגעהאלטן אפאר מאל פון אינוועסטירן אין געוויסע סטאקס, הגם עס האט אויסגעקוקט צו זיין גלענצענדע אינוועסטמענס, האט זיך עס שפעטער ארויס געשטעלט צו זיין געפארפול.

וואס איז א משל וואס א בראקער האט דיך אפגעהאלטען?

אינוועסטען אין איי וועלט'ס סטאק א וואך פאר קאווע שטיבל האט זיך געעפנט....
דאס איז נאר א משל....
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

ראשעקאל האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:איך טוה נישט אין סטאקס, אבער איך האב מיך אמאל אפגעשפארט א געוויסן סכום וואס איך האב אינוועסטריט אין סטאקס ווי איך האב געהאט א שטיקל א האבי מיט צוהאלטן די סטאקס. איך האב שוין ב״ה ארויס גענומען רווחים דערפון אויך. אבער אפילו מיט מיין האבי און מיין פארשטיין צו די מארקעטס האב איך אייביג אינוועסטירט נאר דורך א בראקער וואס פארשטייט צו דעם, און איך האב נישט חרטה דערויף ווייל ער האט מיר שוין אפגעהאלטן אפאר מאל פון אינוועסטירן אין געוויסע סטאקס, הגם עס האט אויסגעקוקט צו זיין גלענצענדע אינוועסטמענס, האט זיך עס שפעטער ארויס געשטעלט צו זיין געפארפול.

וואס איז א משל וואס א בראקער האט דיך אפגעהאלטען?

א דוגמא וואס ליגט מיר יעצט אויפן זכרון איז ווען איך האב איינמאל געוואלט אינוועסטירן אין א נייע פירמע מיטן נאמען Baltia Airlines. די רעדע איז פון א פירמע וואס פלאנט צו עפענען א לופט ליניע אין Jfk און זיי פלאנען אפ צו פליען צו מערערע פלעצער איבער אייראפע. בכדי אויף צו טרייבן געלטער פאראויס צו גיין, האבן זיי מיט אומגעפער צוויי און א האלב יאר צוריק אנגעפאנגן פארקויפן שעירס אין זייער קאמפאני. א שעיר האט דעמאלטס געקאסט ארום פינף צענט און א סאך היימישע אינגעלייט האבן געקויפט אין גרויסן די סטאק מיטן חשבון אז עס גייט שטייגן צו גרויסע געלטער. איך האב געהאט א תאוה צו אינוועסטירן דערין. אבער נאכן עס דורכרעדן מיט מיין בראקער האט ער מיר געזאגט אז ער האט שוין געזען אסאך אזעלכע לופטוגע פירמעס וואס טרייבן אויף געלטער און למעשה זענען זיי נישט מצליח צו עפענען.
וואס זאל איך דיר זאגען, זיי האבן שוין געדארפט אנפאנגען פליען מיט כמעט צוויי יאר צוריק, און דערווייל זענען זיי נאכנישט געפלויגן און האלטן און איין אפשטיפן. זייער סטאקס שטייט יעצט ביי צוויי צענט א שעיר דאס טייטשט אז איינער וואס האט אינוועסטרירט אין די סטאק ווען עס האט געהאלטן ביי פינף צענט האט שוין דערלייגט ארום זעכציג פראצענט פונם קרן. קען טאקע זיין אז איינמאל זיי וועלן אנפאנגען פליען -אויב זיי וועלן בכלל- וועט עס גאר שטארק שטייגן און אפשר וועט דעמאלטס יא זיין די צייט אריינצושפרינגן דערין, למעשה אבער ווי עס שטייט יעצט האב איך בכלל נישט קיין חרטה דערויף.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך חד גדיא »

משה געציל - א פראגע וויל איך פרעגן. קענען נישט נאר ריזיגע קאמפעניס גיין אויפן סטאק מארקעט? אויב אזוי, ווי אזוי קען א קאמפעני וואס עקזיסטירט נאך נישט פארקויפן שעיר'ס?
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

חד גדיא האט געשריבן:משה געציל - א פראגע וויל איך פרעגן. קענען נישט נאר ריזיגע קאמפעניס גיין אויפן סטאק מארקעט? אויב אזוי, ווי אזוי קען א קאמפעני וואס עקזיסטירט נאך נישט פארקויפן שעיר'ס?

ניין, יעדער וואס האט א קאפארעישען קען פיילן פאר א Ipo און גיין פאבליק אזוי ארום אויפטרייבן געלט ביים פאבליק.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך gehlungen »

שמואל הלוי האט געשריבן:פעיסבוקס סטאקס האבן זיך היינט געשלאסן ביי א נידריגקייט פון 19.05. (דאכט זיך אז ס'איז א פרישע רעקארד)

I want to buy$ 100 Facebook. How do I do that.( Never bought any stock)
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך טעלעפאן »

משה געציל האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:איך טוה נישט אין סטאקס, אבער איך האב מיך אמאל אפגעשפארט א געוויסן סכום וואס איך האב אינוועסטריט אין סטאקס ווי איך האב געהאט א שטיקל א האבי מיט צוהאלטן די סטאקס. איך האב שוין ב״ה ארויס גענומען רווחים דערפון אויך. אבער אפילו מיט מיין האבי און מיין פארשטיין צו די מארקעטס האב איך אייביג אינוועסטירט נאר דורך א בראקער וואס פארשטייט צו דעם, און איך האב נישט חרטה דערויף ווייל ער האט מיר שוין אפגעהאלטן אפאר מאל פון אינוועסטירן אין געוויסע סטאקס, הגם עס האט אויסגעקוקט צו זיין גלענצענדע אינוועסטמענס, האט זיך עס שפעטער ארויס געשטעלט צו זיין געפארפול.

וואס איז א משל וואס א בראקער האט דיך אפגעהאלטען?

א דוגמא וואס ליגט מיר יעצט אויפן זכרון איז ווען איך האב איינמאל געוואלט אינוועסטירן אין א נייע פירמע מיטן נאמען Baltia Airlines. די רעדע איז פון א פירמע וואס פלאנט צו עפענען א לופט ליניע אין Jfk און זיי פלאנען אפ צו פליען צו מערערע פלעצער איבער אייראפע. בכדי אויף צו טרייבן געלטער פאראויס צו גיין, האבן זיי מיט אומגעפער צוויי און א האלב יאר צוריק אנגעפאנגן פארקויפן שעירס אין זייער קאמפאני. א שעיר האט דעמאלטס געקאסט ארום פינף צענט און א סאך היימישע אינגעלייט האבן געקויפט אין גרויסן די סטאק מיטן חשבון אז עס גייט שטייגן צו גרויסע געלטער. איך האב געהאט א תאוה צו אינוועסטירן דערין. אבער נאכן עס דורכרעדן מיט מיין בראקער האט ער מיר געזאגט אז ער האט שוין געזען אסאך אזעלכע לופטוגע פירמעס וואס טרייבן אויף געלטער און למעשה זענען זיי נישט מצליח צו עפענען.
וואס זאל איך דיר זאגען, זיי האבן שוין געדארפט אנפאנגען פליען מיט כמעט צוויי יאר צוריק, און דערווייל זענען זיי נאכנישט געפלויגן און האלטן און איין אפשטיפן. זייער סטאקס שטייט יעצט ביי צוויי צענט א שעיר דאס טייטשט אז איינער וואס האט אינוועסטרירט אין די סטאק ווען עס האט געהאלטן ביי פינף צענט האט שוין דערלייגט ארום זעכציג פראצענט פונם קרן. קען טאקע זיין אז איינמאל זיי וועלן אנפאנגען פליען -אויב זיי וועלן בכלל- וועט עס גאר שטארק שטייגן און אפשר וועט דעמאלטס יא זיין די צייט אריינצושפרינגן דערין, למעשה אבער ווי עס שטייט יעצט האב איך בכלל נישט קיין חרטה דערויף.

נו, פאר אינטערעסאנטקייט איז נישט אינטערעסאנט צו קויפן למשל סטאקס פון זיי פאר $20, און אפשר וועט עפעס ווערן? אדער אויב עס אזוי ביליג דאן מיינט עס אז עס איז א גאראנטירטע פארלירער...? איך וויל פארשטיין
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
נארמאלער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך נארמאלער »

OPTIONS איז דא עמיצער וואס איז אויסגעקאכט דערינען דא
Young Investor
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2013 11:17 pm
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך Young Investor »

@normaler, I'm doing options for the past year and half, what is your question?
נארמאלער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך נארמאלער »

Are you doing simple Put's & calls or you doing credit , verts, fly's options
פארשפארט