אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 35
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 6:26 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
יאנקל אז דו רעדסט פון א תנועה'לע, וואלט איך דיר מציע געווען דאס פאלגענדע. זיי געווארענט, צו דעם דארף מען שוין אביסל דעם כח המדמה.
דא איז די באקאנטע דיזני ניגון It's a small world. הער אויס ביי 0:20.
פארגלייך עס צום רבי'נס אתה בחרתנו די ערשטע פאל. מען דארף זינגען דעם אתה בחרתנו אביסל שטייטער ווי דער רבי זינגט עס.
אז מען רעדט שוין פון שטייט און שנעל קען מען נישט פארגעסן ווי דער רבי זינגט דעם זעלבן תנועה, איינמאל שטייט און איינמאל שנעל. אין דעם בקאנטען ניגון זיינעם שובה ה', ביי די ווערטער הזורעים בדמעה ברנה יקצורו, זינגט ער בדיוק די זעלבע מעלאדי ווי ביים ניגון עוד ישמע ביי די ווערטער קול ששון וקול שמחה 0:35. חושבנא דדין כחושבנא דדין. ולהשומע ינעם.

- הודעות: 52
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2013 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
און וויזניץ איז דא אסאך ניגונים וואס קומען פון פראסטע לייט אדער רומעינער גויים
ווי אויך דער באוויסטער תנועה וואס מען זינגט פאר הבדלה און פאר ספירה

המסורת המקובלת שעשרת השבטים ובני משה חיים וקיימים אי-שם מעבר לנהר הפלאי סמבטיון והם מקיימים שם ממלכות אדירות - הכתה גלים גלים בלב היהודים, החל מתקופת התלמוד ועד היום במאה העשרים.
- גנדי
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1181
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
- האט שוין געלייקט: 2151 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל
פייפער האט געשריבן:דא איז די באקאנטע דיזני ניגון It's a small world.
איך בין שאקירט!
איך האב געמיינט אז איך בין אויפגעוואקסן על טהרת הקודש!
איך האב געהערט אלץ קינד נאר טעיפס וואס מען האט געקויפט אין איינהארנ'ס ספרים געשעפט (אויך באקומען אפאר האקעס אין קאפ פון די אפען געבליבענע אייזענע ציצית לעדל)
די הויפט ניגון פון "לכל זמן" טעיפ - ס'איז דא א צייט צו דאווענען... קומט פון דיזני?
You must be the change you want to see in the world
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 35
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 6:26 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
הער א מעשה.
איך האב געוויזען פאר א חבר דיין באמערקונג דא וועגן אושא'ס ניגון און אט הערט און שטוינט. מיין חבר האט געכאפט אז דער ניגון פון אושא וואס איז איינע פון די חשובסטע ניגונים ביי אושא, אזאש אז מען האט דאס געזונגען ביין זיין לויה בשעת שריפת גופו, האט א גרויס חלק צו פארדאנקען א ארטאדקסישען יאנג איזראעל רב פון הונדרעט יאר צוריק.
עס איז כדאי אנצומערקן אז אושא איז מסתמא די סאמע גרעסטע גורו (משפיע) אין די מאדערענע עפאכע. זיין מאוומענט האט מיליאנען אנהענגערס.
מיין חבר האט זיך נישט געפוילט און האט היינט אפגעשריבן אן אימעיל צו זיין אייניקל. בייגעלייגט האט איר א קאפיע פון דעם אימעיל.
עס שטעלט זיך אויס אז דער בעל מחבר פון דעם וועלטס באקאנטען שלום עליכם ניגון, האט אויך געמאכט א גאר באקאנטע פורים ניגון און די צוזונג (chorus) פון דעם ניגון איז די מקור פון דעם ערשטען פאל פון אושא'ס ניגון.
אגב, די השתלשלות פון דעם "שלום עליכם" ניגון איז הערליך באשריבען אויף דעם וועבזייטל אין די לעצטע פאר בלעטער דארט. זיי ברענגען אז דער קאמפאזער זעלבסט האט געשריבען מיט באוואונדערונג אז זיין 'שלום עליכם' מעלאדי איז אנגעקומען צו א איד אין אינדיע. ווי ערשטוינט וואלט ער געווען ווען ער דערלעבט צו זעהן אז זיין "Oh, once there was a wicked, wicked man" איז אנגעקומען צו זיין פון די חשובסטע ניגינום ביים גרעסטען אינדיאנער גורו.
קענסט אויב אזוי שלאפן רואיג אז די תורה צוה ניגון וואס דיין טאכטער האט געזינגען שבועות ביים טיש, איז נישט במקורו א ניגון פון אן אינדיאנער גורו, נאר פונקט פארקערט גאר, די גורו האט דאס גענומען פון אונז. לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז מיין חבר האט דא צוגעטראפען א הויפט-טרעף.
נ.ב.
קוקט אויך אין דעם בייגעלייגטן אימעיל פאר נאך אינטערסאנטע נקודות. איך קען עס נישט קאפיען און פעיסטן, עס פארלירט אלע לינקס. ווער עס קען דאס טוהן, תבא עליו ברכה.
ביי דעם געלעגענהייט וויל איך באדאנקען יואליש פאר אלע זיינע תגובות דא.

- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
זיי שרייבן אז די ניגון איז אנגעקומען איבעראל און געניסט פון פאפולעריטי ביי אידן ווי נישט אידן צוגלייך. מוזיקאנטן איבעראל שפילן די ניגון נישט וויסענדיג ווער דער מחבר איז געווען. בדרך כלל ווערט עס באצייכענט אלס "עממי," טראדיציאנאל. זיי שרייבן אז אידן האבן אנגעהויבן זיך באציען דערמיט ווי צו א מנהג במקורו בייםהר סיני (בערך ווי די הר סיני קוגל וואס מאנכע האבן א נאמען געגעבן פאר לאקשן קוגל). דער אינדיאנער איד האט געזאגט פאר פופציג יאר צוריק, קוים פופציג יאר זינט די ניגון איז פארפאסט געווארן, אז ער ווייסט נישט איר מקור אבער ס'איז "מקובל געווארן במסורה פון די פריערדיגע."
אריין אין אשכול ווי יידל באהאנדעלט די אנאטאמיע פון פערסעפציע איבער מסורה.
אריין אין אשכול ווי יידל באהאנדעלט די אנאטאמיע פון פערסעפציע איבער מסורה.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 35
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 6:26 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
יואליש, זיי רעדן פון די שלום עליכם ניגון. איך רעד פון "Oh, once there was a wicked wicked man". פון דעם "שלום עליכם" ניגון מערק איך נאר אן אז זיין ניגון איז אנגעקומען ביז India. דער מחבר אליינס ראביי גאלדפארב שרייבט דערוועגן. דער מחבר איז געשטארבען אין די 1950 יארן.
אמת עס איז טאקע אינטערסאנט ווי זיי שרייבען אז מען האט געזונגען דעם שלום עליכם ניגון ביי א מעמאריעל סערוויס פון דעם גרינדער פון די גאר באקאנטע Rock Band די Grateful Dead.
, איך רעד פון די פורים ניגון נישט די שלום עליכם ניגון. הער ביטע אויס די פורים ניגון און דערנאך די Ohso ניגון און זאג מיר צו עס איז נישט ממש דאס זעלבע.

איבער דעם באקאנטע שלום עליכם ניגון שטייט דא אז..
נכדו של הרב ישראל גולדפרב, הרב הנרי ד. מיכלמן, מספר:
לפי מכתב משנת 1926 של הרב גולדפרב, הוא הלחין את השיר ביום שישי אחר הצהריים, ערב שבת, כשישב על מדרגות האלמה מאטר שלו, אוניברסיטת קולומביה. במכתבו לחבר הוא קונן: "מנגינתי הגיעה למחוזות כה רחוקים עד שאנשים מניחים כי היא 'מסורתית', הישר ממשה בהר סיני... הם שרים את הלחן אך שכחו את המלחין."

- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
און דער הייליגער Misirlou ניגון וואס איז שוין נתקדש ונתעלה געווארן פאר צענדליגער יארן איז אויך סך הכל א פאפולערער גריכישער זמר.
עס ווערט גענוצט אלס אינטרא soundtrack אויפ'ן באקאנטן Pulp Fiction פילם מיט זשאן טראוואלטע.

צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
מאראנצןזאפט האט געשריבן:און דער הייליגער Misirlou ניגון וואס איז שוין נתקדש ונתעלה געווארן פאר צענדליגער יארן איז אויך סך הכל א פאפולערער גריכישער זמר.
עס ווערט גענוצט אלס אינטרא soundtrack אויפ'ן באקאנטן Pulp Fiction פילם מיט זשאן טראוואלטע.
און איך האב זיך אלעמאל געוואונדערט וואס פאר א נאמען איז דאס מיסירלו...
דא איז שוין דער גיורת ארויף א מדרגה און ווערט געזינגן אויפן פיוט 'אליהו הנביא' פון מוצאי שבת דורך הרב נפתלי צבי מרגליות-אבולעפיה פון די lower east side אין די 1950s. אן אפהאנדלוג אמאל אינעם פארוועטס פירט אויס אז "Lord only knows where the good rabbi heard it"
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
כ'ווייס נישט אויב דאס הייסט א "פארשפרייטע" אידישע ניגון, אבער מיין טאכטער זינגט מיר יעצט אירע זימער קעמפ "טשיערס" און איך שמייכעל זיך בקרבי, דאס איז דאך די "מאקארענע!" א היט סאנג פון די ניינציגער יארן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
יואליש האט געשריבן:כ'ווייס נישט אויב דאס הייסט א "פארשפרייטע" אידישע ניגון, אבער מיין טאכטער זינגט מיר יעצט אירע זימער קעמפ "טשיערס" און איך שמייכעל זיך בקרבי, דאס איז דאך די "מאקארענע!" א היט סאנג פון די ניינציגער יארן.
דאס איז שוין פארהייליגט געווארן אין איינער פון די פורים טעיפס, כ'געדענק נישט וועלכע.
צלפחד האט געשריבן:עס קען איינער דעם שיינעם 'אברכה את השם בכל עת' ניגון פון וויזניץ? דאס האט מען פון די טיאטער שטיקל גנומען.
זייער שיינע ליריקס.