טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

פארשפארט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

קרעקער וואו קען מען זעהן זיין דרשה ?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

[quote="זר זהב"]קרעקער וואו קען מען זעהן זיין דרשה ?[/: 718-362-8800 3-4-3
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פאזעטיוו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 13, 2012 8:39 am
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך פאזעטיוו »

שמואל הלוי האט געשריבן:אין בעפארברייטונג צום כינוס זעה איך איבעראל אדווערטייזט א נייע כשר'ע סעלפאן (דענק נישט פונקטליך די נאמען, עפעס לינק...), און די בני יואל קהלה רעכנט אויס אלע מעלות דערפון, דהיינו מ'קען בשו"א נישט טעקסטן, מ'קען נישט נעמען קיין בילדער, מ'קען זיך נישט פארבינדן צום אינטערנעט, און די לעצטע איז נאך די בעסטע "עס האט נישט קיין העברעעאיש".

סארי באט מי נא קאפרענדא, וואו קומט העברעיאש אריין דא אין בילד? ספרינט אדער ווערייזאן האבען א מארקעט פון העברעישא טעלעפאנען???
טראכט גוט (פאזעטיוו) וועט זיין גוט
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

קאל אריין אין אפיס פון די בני יואל הויפטקווארטיר און פרעג, וואס ווילסטו פון מיר???
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך chasid »

שמואל הלוי האט געשריבן:קאל אריין אין אפיס פון די בני יואל הויפטקווארטיר און פרעג, וואס ווילסטו פון מיר???

דא האסטו די נאמבער 9512623722
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

http://item.mobileweb.ebay.com/viewitem ... 0904752174 8 tickets for the anti-internet asifah on ebay
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

כ'הער אז אדמו"ר רמ"ד מבאבוב איז געקרוינט געווארן "אדמו"ר מבאבוב" אויף די לעצטע אסיפה צעטלעך. האט רב"צ אפיציעל געמאלדן אז ער איז אקעגן די אסיפה? אנדערש מאכט דאך נישט סענס אז זיי זאלן מחליט זיין צו שלאגן כפרות מיט די גאנצע פרואוו אין די לעצטע וואכן נישט צו אפענדן רב"צ.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

ראשעקאל האט געשריבן:פון כה"כ

די וואך איז שאפראנער רב שליט"א ארויס געקומען מיטן דעת תורה פינעם רבי'ן ז"ל איבערן כינוס כללי
ווי ער קומט ארויס שארף אז א סאטמאר'ער יוד טאר נישט אהן גיין

מען קען עס הערן אויף די נאמבער

718-362-8800 מען זאל דריקן 3-4-3


יישר כח
איך האב אים יעצט אויסגעהערט, ער רעדט גאנץ צום זאך, ער האט א פוינט

ער זאגט דארט א ווערטל, די עסקנים זענען געגאנגען אין א זאל אן א דאך, ווייל זיי ווייסן אז אונזערע אידן קענען נישט זיצן מיט אזעלכע מענטשן אונטער איין דאך

ער ציט פאראלעל, פונקט ווי דער רבי האט ליבערשט מייסד געווען א כולל א זאך פון וואס ער האט נישט געהאלטן, נאר כדי זיינע אינגעלייט זאלן נישט גיין אין פרעמדע פלעצער, איז זיכער אז דער רבי וואלט צו דעם נישט מסכים געווען, און ער רעדט אויך פון די כינוס כללי תשכ"א
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שרייבער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

ענדליךאן ערענסטע סאלושען פאר די אינטערנעט פראבלעם בכלל און פאר דער וואס ווילן זיך נישט צושטעלן צום אסיפה בפרט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אינטערעסאנט אז אין די פריערדיגע אלגעמיינע מידיא באריכט איבערן כינוס איז געשטאנען אז די כינוס גייט זיין א "פראטעסט אנטקעגן די אינטערנעט", אבער יעצט אין וואל סטריט דזשורנאל שטייט שוין מער מעסיג.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

יא איך גיי צום כינוס, ס'איז היסטאריש. כ'וויל קענען זאגן יארן ארום אז איך בין געווען.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

זר זהב האט געשריבן:יא איך גיי צום כינוס, ס'איז היסטאריש. כ'וויל קענען זאגן יארן ארום אז איך בין געווען.

איז דאס די איינציגע סיבה, צו ס'איז דא נאך א סיבה? ווייל דיין רב הייסט גיין, צו ווייל דו האלטסט אז דער רבי ז"ל וואלט אויך געהייסן גיין?
אורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 86
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך אורח »

יעטץ זענען געווען די נטורי קרתא חברה אין פארענט פון ראדני אין מוחה געווען ביז מ'האט זיי ארעסטירט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

כ'ווארט אויף די ווידיא
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

שרייבער האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:יא איך גיי צום כינוס, ס'איז היסטאריש. כ'וויל קענען זאגן יארן ארום אז איך בין געווען.

איז דאס די איינציגע סיבה, צו ס'איז דא נאך א סיבה? ווייל דיין רב הייסט גיין, צו ווייל דו האלטסט אז דער רבי ז"ל וואלט אויך געהייסן גיין?

יא! דאס (אז ס'איז היסטאריש) איז די איינציגסטע סיבה!!!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

אויסצוג מדרשת אב"ד שארמאש פארגאנגענעם ל"ג בעומר: (קרעדיט: שמואל הלוי פון קאווע שטיבל)
דורך דעם אינטערנעט יעדער איינער האט זיך דער תירוץ, מ'דארף עס האבן וועגן פרנסה, איך בין נישט באקאנט אזוי ווייט אין די כלי אין דעם אינטערנעט, מ'האט מיר אבער פארציילט און יעדער ווייסט עס שוין, עס גייט זיין דא אין אפאר וואכן ארום די גרויסע אסיפה מ'גייט דא רעדן וועגן די אינטערנעט, און אין פארשידענע זאכן וויל מען דארט מאכן א הארבן איסור אז דער כלי האינטערנעט דאס איז דאך אבי אבות הטומאה דאס איז נאך ערגער ווי א טעלעוויזשאן, ווען איינער ברויך עס טאקע זייער וויכטיג האבן פאר פרנסה, פאר ביזנעס, איך בין נישט באקאנט ווי ווייט דאס גייט, אפילו מיט א פילטער, דארף מיר אונז אבער צו וויסן אונז ברויך מיר נישט צו ווארטן אויף די גרויסע אסיפה אז זיי וועלן אונז זאגן וואס אונז האב מיר צו טוהן, אונז דארף מיר אליינס צו טוהן אפילו נאך פאר די אסיפה, יעדער איינער דארף זיין בראש וראשון לדבר שבקדושה ווער עס האט די כלי די אינטערנעט אפיציעל איז דאך דא א תירוץ מ'דארף עס האבן וועגן פרנסה, ס'איז אבער דא ליידער אסאך אינגעלייט, ס'איז דא נאך א כלי איך בין אויך נישט באקאנט אזוי ווייט, דאס איז א טעלעפאן וואס מ'האט עס אין טאש וואס ליידער בעוונותינו הרבים דורך די כלים וואס מ'ברויך צוקענעקטן צו די אינטערנעט, בעוונותינו הרבים אויף די קליינע טעלעפאנס וואס מ'האט אין טאש קען מען ליידער זען בעוה"ר פונקט אזוי ווי מ'זעהט אויף די כלי אינטערנעט, דאס ברויך מען נישט פאר קיין פרנסה.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

שמואל הלוי האט געשריבן:(קרעדיט: שמואל הלוי פון קאווע שטיבל)

:like :like :like :לייק :לייק :לייק :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק:
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

WOW

אזוי פיל בלעטער דא איבער דעם נושא, קע"ה.

אויף בלאט צוויי האב איך געשריבן איבער דעם נושא, און זייט דעמאלס האב איך כמעט נישט געליינט דא, איך האב פשוט נישט געהאט קיין צייט. אבער אזוי ווי דער אסיפה איז דאך שוין נעקסטע וואך, מוז איך דאך עפעס שרייבן, כ'מיין, פטור בלא כלום אי אפשר. בפרט אז נאכן בלעטערן דא אביסל אויבערפלעכלעך (אפילו אזוי בין איך נאר אנגעקומען בערך ביז בלאט 15) האב איך דא געזעהן גאנץ אינטטערעסאנטע שמועסן, וויל איך זיך נאכאמאל לאזן הערן אביסל. און בלי"נ וועל איך איבערגיין אביסל מער בעיון פון ווי איך האלט (פעידש 2) און ענטפערן איינס איינס וואס איך האב צו זאגן.

ספעציעל וויל איך באדאנקען פאר טהור עיניים פון אייוועלט, וועלכער האט איבערגעטייטשט דעם בריוו פון דוד טייטעלבוים און פאר שמואל הלוי וואס האט עס אריבערגעקאפיט דא. איך האב שוין געהאט דעם בריוו פארדעם, אבער ווייל עס איז געווען אויף ענגליש האב איך זיך נאך נישט געהאט גענומען דעם מי עס צו ליינען, אבער אזוי ווי מען האט עס אהערגעברענגט אויף אידיש, האב איך עס שוין געליינט אויך, און וואס זאל איך זאגן, דער בריוו זאגט דאך פונקטליך וואס איך זאג. אדרבה, קוקט נאכאמאל איבער וואס איך האב געשריבן אויף פעידש צוויי וועט איר זעהן. אבער דאך האט ער עס ארויסגעברענגט גאר שיין בטוב טעם ודעת (כאטש אין אייוועלט, צווישן אלע קולות דארט האט עס כמעט נישט באקומען קיין אויפמערקזאמקייט, און דאס ביסל וואס יא איז געווען נעגאטיוו...).

און איך וועל דא נאכאמאל ארויסברענגען דעם פוינט בקוצר אמרים. עס איז קלאר אז יעדער איד, יעדער ילוד אשה האט א יצר הרע, וועלכער טרייט אים איינצורעדן צו טוהן כל דבר אסור. דאס איז זיין דשאב, און ער איז שוין עקספירענסד אין דעם שוין קרוב צו זעקס טויזענט יאר, ער ווייסט זייער גוט וויאזוי עס צו טאהן, פיל בעסער ווי אונז ווייסן מיר וויזוי זיך אויסצוהיטן פון אים.

אבער דער זעלבער באשעפער וואס האט אים באשאפן און אים אריינגעלייגט אין אונז, דער זאגט אונז אויך, בראתי יצר הרע, בראתי תורה תבלין כנגדה. דאס מיינט, אז איך האב טאקע באשאפען דעם יצר הרע, אבער איך האב אויך באשאפען דעם כלי מיט וועלכען אים צו באקעמפפן. און דער כלי, דער תבלין איז דער תורה הקדושה.

אין אנדערע ווערטער, זיך צומאכן די אויגן און נישט קוקן, וועט נישט העלפן, לייגן שלעסער און פילטערס איז נישט גענוג. דער יצר איז קלוגער פון דיר. וויפיל ער זאל נישט זיין א זקן וכסיל איז ער אבער קלוגער פון אונז ווען עס קומט אונז צו מאכן זינדיגן. און דער איינציגסטער וועג זיך צו קענען פארמעסטן קעגן אים איז מיט די תורה. און מיט דעם מיינט מען נישט דוקא אז מען זאל זיצן אכטצן שעה א טאג און לערנען גמרא מיט תוספות, דאס מיינט אז מען זאל זיך פירן ווי א איד, טראכטן ווי א איד, לעבן ווי א איד, אא"וו.

אידישקייט איז נישט א בוך פון רולס און רעגולאציעס, דאס מעג מען און דאס טאר מען נישט, אידישקייט איז א דרך החיים, עס איז א מהלך אין לעבן, וועלכע לערנט אונז אויס וויאזוי צו טראכטן, וויאזוי צו אטעמען, וויאזוי צו זעהן יעדע זאך וועלכע קומט פאר אויף די וועלט, צו איז דאס נייעס, מלחמות, רעוואלוציעס אדער נייע טעכנאלאגיע. אידישקייט פארנעמט יעדעס רגע און יעדן מילימעטער פון אונזער לעבן, דאס איז אונזער מורה דרך, ווי עס ווערט געברענגט אז פאר דעם הייסט עס תורה, מלשון מורה דרך, ווייל עס ווייזט אונז דעם וועג אין יעדן הינזיכט פון לעבן. און דער באשעפער איז אונז מבטיח, אז אויב וועלן מיר נאכגיין דעם תורה זיינעם אינגאנצן, דאן וועלן מיר זיין פארזיכערט פון אריינצופאלן אין די הענט פון דעם יצר הרע, און דאן וועט אונז זיין גוט בזה ובבא. בזה מיינט אז מיר וועלן זיין פריילאך און צופרידן, מיר וועלן האב א גליקליך לעבן בגשמיות וברוחניות, ובבא קען איך נישט מסביר זיין פונקטליך, ווייל איך בין נאך נישט דארט געווען, אבער דאס גלייב איך אז עס וועט זיין נאך אסאך בעסער פון דא.

איז אזוי, ווען איינער פארשטייט דאס, ער ווייס וואס אידישקייט איז, ער פארשטייט וואס דער באשעפער וויל פון אים, ער פארשטייט וואס דער באשעפער איז צו אים און וואס ער איז צום באשעפער, ער האט מיט אים א פערזענליכן קשר (וואס דאס קען נאר קומען פון דעם ריכטיגן פארשטאנד אין תורה אין אידישקייט), דאן האט ער א שטארקן רצון ממשיך צו זיין אין דעם דרך, ער וויל נישט פארקריכן. איך האב לעצטענס געטראפן א חבר פון פילע יארן צוריק פון חדר, האבן מיר געשמועסט אביסל זכרונות, און מיר האבן זיך דערמאנט פון א רבי'ן וואס מיר האבן געהאט וואס די גאנצע קלאס האט זייער ליב געהאט. און ער האט זיך אויסגעדריקט פאר מיר אזוי: מיר האבן אים אזוי ליב געהאט, אז מיר האבן מורא געהאט צו זיין שלעכט ווייל מיר האבן אים נישט געוואלט ווייטוהן אדער שעדיגן דעם ליבליכן קשר מיט אים.

אט אזוי דארף אויסקוקן אונזער קשר מיטן באשעפער. נישט אז מען זאל נישט קוקן ווי מען טאר נישט ווייל מען וועט גיין אין גיהנם, נאר מען זאל נישט קוקן ווי מען טאר נישט, ווייל עס קען חלילה שעדיגן אונזער ליבליכער קשר מיט אונזער ליבער באשעפער און אונזער אקט קען אים ווייטאן.

איז דאך אבער דער פראבלעם, אז דער יצר ווייסט אויך פון דעם, און ער ריקט אונטער גאר שווערע נסיונות. מי לנו גדול פון אדם הראשון, דער יציר כפיו פון קוב"ה אליינס, און ער האט מכיר געווען גדלות הבורא אויף גאר א הויכן פארנעם, און האט געוואוינט אין גן עדן מקדם, און מיט דעם אלעם האט דער יצר מצליח געווען אים איבערצורעדן. נאר טאקע דערפאר האבן חז"ל איינגעפירט דעם ענין פון גדרים וסייגים, ועשו סייג לתורה, און מיר בעטן ביים באשעפער אל תביאנו לידי נסיון, און מען איז מוסיף טהרה על טהרה, קדושה אויף קדושה, א גדר אויף א גדר און א סייג אויף א סייג. אבער דאס אלעס דארף קומען פונעם אייגענעם ווילן, ווייל מען וויל נישט אדורך פאלן, נאר מען ווייסט אז מיר זענען נאר מענטשן, וועלכע האבן טאקע אמאל א שוואכע מינוט, דערפאר נעמט מען זיך ארום מיט פילע גדרים וסייגים.

אויב אבער האט מען נישט קיין קשר מיטן בורא עולם, און די גאנצע סיבה פארוואס מען קוקט אויס אידיש לפנים, און פארוואס מען איז מקיים די מצוות מעשיות איז נאר מצוות אנשים מלומדה, אן קיין שכל, אן קייין פארשטאנד, אן קיין ווארימקייט און געפיהל, אן קיין רצון און חשק, אן קיין שום פנימיות, נאר ווייל אזוי טוט יעדער, און אזוי בין איך שוין צו געוואוינט, דאן מיינט דאך דאס אלעס גארנישט, עס איז כמעשה קוף בעלמא. די מעשים געבן נישט קיין שום סיפוק אין לעבן, און דער מענטש פילט זיך פוסט און ליידיג און ער ווייסט ניטאמאל וואס עס פעלט אים.

ווען א מענטש איז אין אזא מצב, און דער נסיון איז נאנט אין גרינג, דאן איז ער גאר שטארק עלול אריינצופאלן אין פאסטקע. ווי די גמרא זאגט: אמר ר' יוחנן משל לאדם אחד שהיה לו בן הרחיצו וסכו והאכילו והשקהו ותלה לו כיס על צוארו והושיבו על פתח של זונות מה יעשה אותו הבן שלא יחטא. נישט אז יעדער האט שוין דעם כיס על צווארו, אבער דער נסיון איז דאך אזוי נאנט, אז עס איז כמעט נישט מעגליך נישט אריינצופאלן.

און איך שריי דא אויס הויך און קלאר, ביודעי ומכירי קאמינא, רוב רובם, און נאכאמאל, רוב רובם, אבער ממש רוב רובם, פון די וועלכע זענען אנגעקומען אויפן אינטערנעט ווי מען דארף נישט, איז עס נאר געווען צוליב דעם, עס איז א מיעוטא דמיעוטא, און גאר גאר א קליינער מיעוטא, וועלכע איז באמת אומשולדיג אריינגעפאלן אין די שמוץ פון דעם אינטערנעט. כמעט כמעט אלע זענען אנגעקומען אהין צוליב ווי איך האב פריער געשריבן.

און דאס איז א מציאות פון וועלכען אונזערע רבי'ס, רבנים און עסקנים ווילן זיך פארהוילן, זיי מאכן זיך נישט וויסנדיג, אדער ווייסן זיי טאקע נישט (ווייל זיי ווילן נישט וויסן) וואס עס קומט פאר און וואס דער מציאות איז. זיי לעבן אין א וועלט פאר זיך, א וועלט וועלכע האט נישט קיין שום שייכות מיטן מציאות'דיגן רעאליטעט אין וועלכען רוב נארמאלע מענטשן לעבן, און פון דארט אויבן ווילן זיי אונז דיקטירן דא אונטן וואס צו טאהן. עס איז פאר זיי פיל גרינגער ווייטער צו פירן זייער לעבן אזוי ווי ביז היינט, מיט די שיינע קארס, גרויסע הייזער און לעבן ווי פריצים, און זיך באגנוגען אביסל מוסר ביי שלש סעודות תורה און פרקי אבות שיעורים. יא, און אויך אסר'ן דעם אינטערנעט און הייסן גיין צום כינוס כלל ישראל. און ווי דוד טייטעלבוים שרייבט אזוי שייין אין זיין בריוו, עס איז זייער גרינג צו ווארפן דעם שולד אויף יענעם, עס איז אבער אסאך שווערער צו נעמען אליינס אחריות אויף א זאך, כרגע האט מען א גרינגען וועג ארויס, דער אינטערנעט איז שולדיג, ווייל דער אנדערער מהלך פון מחנך זיין דעם ציבור צו אידישקייט, מיינט אז די שולד און די אחריות ליגט אויף די רבי'ס, רבנים און זייערע עסקנים, און דאס איז נישט א גרינגער פיל אראפצושלינגען.

עס קען זיך דאכטן אז איך רעד פון קנאה אויף די רבי'ס (האמת אומר, איך וואלט געקענט באשטיין צו האבן א גרעסערע און שענערע דירה ווי דאס וואס איך האב יעצט, און אויך אביסל גרינגער פרנסה, אבער איך גלייב אז עס קומט פון דעם רבונו של עולם, און אז ער וועט וועלן וועל איך עס האבן.) למעשה רעד איך פון ווייטאג זעענדיג ווי די וואס דארפן זיין די עיני העדה און די געטרייע פאסטוכער, זענען זייער ווייט פון דעם, און ווערן גאר אליינס געפירט פון פאלשע פאסטוכער, כצאן לטבח, דורך זעלבסט געקרוינטע עסקנים און בלעקמעילערס.

ווען די אלע רביס און עסקנים זאלן ווען פארשטיין דעם ענין, וואלט מען געטוישט דעם גאנצן חינוך סיסטעם. צום ערשטן וואלטן אלע רביס זיך אויפגעהערט ארום רייסן ביי די קעפ. און פארשטייט אז איך מיין דאס זייער אמת'דיג, דאס איז א שוידערליכער הרס צום חינוך, גלייבט מיר נישט, פרעגט זיך נאך ביי אלע מנהלים, שטילערהייט וועלן זיי עס אייך אפן זאגן, אזוי ווי זיי האבן עס מיר געזאגט, זיי וואלטן ווייניגער געקוקט אויף זייער כבוד און מער אויף כבוד שמים, מען זאל מחנך זיין קינדער, בחורים, און אויך אינגעלייט און בעלי בתים צו אמת'דיגע תורה'דיגע ווירן, און א אמת'ע תורה לעבן, דיקטירט ביי חז"ל און ספרי מוסר וחסידות, מיט די ריכטיגע השקפה.

איינמאל מען וועט דאס האבן, וועט דער גאנצער מלחמה זיין פיל גרינגער. מען וועט נישט דארפן אזוי פיל רעדן, דער עולם וועט אליינס וועלן זיין אפגעהיטן, ממילא וועט מען אליינס זיך פילטערן, און עס וועט העלפן, ווייל מען וועט וועלן, ווי ד"ט שרייבט, א פילטער העלפט נאר אזויפיל ווי דער מענטש וואס האט אים וויל ווערן געפילטערט ודפח"ח. אויב אבער עס וועט ווייטער גיין אזוי ווי ביז יעצט, בין איך זיכער אז גארנישט וועט זיך נישט טוישן. עס שוין נישט קיין שום סוד וויפיל פאליטיק און פריוואטע חשבונות עס ליגט אונטער דעם אזויגערופענעם כינוס כלל ישראל, וויפיל מען האט טעראריזירט רבנים זיי זאלן זיך צושטעלן און חתמ'ענען, וויפיל מען האט אונטערגעברענגט אנדערע פראיעקטן און עסקנות'ן וועלכען וואלטן געקענט באיזה אופן אינטערמינעווען דעם גרויזאמען וויכטיגקייט פונעם היסטערישן כינוס. און אז מען גייט אזוי צו צו דעם גאנצן כינוס, איז ביי מיר קיין שום ספק וואס די תוצאות דערפון וועלן זיין.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

יידל האט געשריבן:לאמיר אביסל צולייגן וואס איך האב געהערט ביז יעצט. קאווע טרינקער ווייטאגט אויף דעם באנוץ פונעם ווארט "איחוד". וואס איחוד ווען איחוד, שרייט ער. איך מיין אבער אז דאס איז א נקודה שולית, שלא מענין. דאס איז ס"ה א מארקעטינג טעכניק וויאזוי די עסקנים גייען ברענגן מער מענטשן צום אסיפה. די נקודה וועלכער איך וויל פארשטיין איז - וואס האט קאווע טרינקער אנקעגן דיאסיפה, נישט אנקעגן די מארקעטינג טעכניקן וואס זיי נוצן, וואס דאס פארלאנגט א שמועס פאר יך.
נאך ווייטאגט קאווע שטיבל אז מ'גייט נוצן לחץ חברתי צו ברענגן דעם עולם, אנשטאט צו אינוועסטירן אין חינוך וואס וועט מאכן דעם עולם קומען פון זיך אליינס. גוד פוינט. אבער לאמיך אייך פרעגן: איצטער אז מען האלט שוין ביי א מצב ווי דער עולם איז נישט אינטערעסירט (וואס אגב, איך בין נישט קאנווינסד אז דער עולם איז טאקע נישט אינטערעסירט. אבער לאמיר פאר די סעיק אף די ארגיומענט אננעמען אז דו ביזט גערעכט), וואס דארפן די רבנים/עסקנים טון כדי צו מאכן דעם עולם אינטערעסירט? זאל ען יעצט אנהייבן מיט חינוך?! יעצט איז שוין צו שפעט! יא, איך בין מודה אז מ'האט בי היינט א טעות געהאט אין סטראטעגיע, און אנשטאט אינוועסטירן אין חינוך האט מען אינוועסטירט אין קול קורא'ס און אין טעראר. נו, איז וועגן דעם קען ען דען די זאך לאזן לויפן? אז זיי ווילן יעצט אנהייבן מחנך זיין, האבן זיי נישט קיין צווייטע ברירה נאר ווי צו לייגן א שטיקל דרוק אז דער עולם זאל קומען.
הדד האט, ווי שטענדיג, אזו עלאקוואנט ארויסגעברענגט דעם געדאנק וואס יאנקל האט פריער דערמאנט וועגן חינוך. צו דעם שטעל איך קודם אויך צו דאס וואס איך האב אקורשט געענדיגט זאגן פאר מר. קאווע טרינקער. אבער איך וויל צולייגן נאך א נקודה. הירשל ציג האט ממש פריער ארויף געלייגט דא אין ק"ש א לינק צו א פאוסט זיינעם, ווי ער ברענגט ארויס אז געוויסע רבנים (וועלכער זענען פון די וואס זענען פארנומען אלץ צו זאגן פארן עולם וואס צו טון און בעיקר, וואס נישט צו טון) זענען נישט אין טאטש מיטן מציאות. זיי ווייסן נישט וויפיל יסודות אין אידישקייט ס'פעלט פאר פיל יונגעלייט. לויט דעם, קען מען נישט באשולדיגען די רבנים/עסקנים פארן אינוועסטירן אין די נישט ריכטיגע זאך - זיי ווייסן פשוט נישט אז אונטער דער אינטערנעט פראבלעם ליגט באהאלטן א פיל גרעסערן פראבלעם, וואס אויב מ'וועט נישט קעיר נענן דערפון וועט דאס אזוי אויפרייסן איין שיינעם טאג אז ס'כאפט א פחד נאר צו טראכטן דערפון!!


יידל, הוא אשר דיברנו, מען קען זיי יא באשולדיגן, ווייל זייי ווילן נישט וויסן, ווען זיי וואלט געוואלט וויסן וואלטן זיי געוויסט. אין דבר העומד בפני הרצון גייט אויף זיי אויך, נאר זיי ווילן נישט. און איך דארף נישט גיין ווייטער ווי דעם כינוס צו זעהן אז זיי ווילן נישט, און עס אינטערעסירט זיי נישט, ווייל אפילו זיי טוען שוין עפעס (דער כינוס) איז געטון אויף דעם זעלבן אופן ווי ביז היינט, אן קיין ברעקל מחשבה אויף וויאזוי צו פארבעסערן עעפס יסודות'דיג.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

קארל האט געשריבן:די אדמורי"ם האלטן נאך דערווייל נישט ביים קאאפערירן. האדמו"ר בן-ציון ה"ש מבאבוב האט נאר געוואלט אונטערשרייבן לטובת דעם מעמד אויב דער סקווערער רבי האט שוין אונטערגעשריבן. אבער האדמו"ר מסקווירא צעגערט נאך.


ר' ב"צ מ'באבוב וועט נאר חתמ'ן אויב ר' מ"ד וועט נישט חתמ'ען, און סקווערער רבי וועט נישט חתמ'ן ווייל ביי זיי האבן די רבי'ס נישט גע'חתמ'עט (אדער יא אדער נישט) און גארנישט איז נישט וויכטיגער פון דעם, אפילו נישט הצלת עתיד דורותינו...
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

יידל האט געשריבן:
קארל האט געשריבן:דער עולם איז בייז אז מ'האלט די פלענער בסוד. אבער, עס איז נישט דא אויף וואס צו זיין בייז, ווייל מ'האלט גארנישט בסוד! יא, אזויווי איר הערט... עס זענען נישט דא קיינע סודות ווייל עס זענען בכלל נישט דא קיין פלענער! די עסקנים האבן נישט קיין מושג וואס זיי גייען טון אין דעם גיגאנטישן סטאדיום.

ווען וואס דו זאגסט איז אמת, איז עס טאקע א ביטער געלעכטער. אבער איך קען נישט גלייבן אז דו ווייסט וואס דו רעדסט. ס'זיצן אויף דעם די גרעסטע עסקנים [אין די ענינים] ביי כלל ישראל ווי ר' ישראל משה דירענפעלד און זיינס גלייכן. די חברה קומען נישט סתם אזוי אן קיין פלאן. די חברה לויפן שוין ארופ צו עשירים טעג און וואכן. דו האלטס אז איין עושר וועט ארויסשלעפן א פיפציגער פון זיין טיש אן וויסן פארוואס ער געט עס? און דא רעדט מען נישט פון הונדערטערס, ניטאמאל פון טויזענטערס, דא רעדט מען פון שווערע געלטער! ווי איך הער קאסט סיטי פילד איבער א האלב מיליאן דאלאר אפצודינגען! דאס רעכנט נישט אריין עדווערטייזמענט, טראנספארטאציע, סאונד סיסטעמס, בענקלעך, עסן/טרינקען וכו'.
קארל האט געשריבן:טייל פון די פלענער:

א סעקונדע נאר. האסטו נישט א מינוט צוריק געזאגט אז "עס זענען בכלל נישט דא קיין פלענער"?


די ווערטער אין רויט האף איך אז דו האסט נאר געמיינט בדרך צחות...

לגבי דיין סתירה אין קארלס ווערטער איבער די פלענער, טויש ביי טייל פון די פלענער צו טייל פון די חלומות
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:לאמיר אביסל צולייגן וואס איך האב געהערט ביז יעצט. קאווע טרינקער ווייטאגט אויף דעם באנוץ פונעם ווארט "איחוד". וואס איחוד ווען איחוד, שרייט ער. איך מיין אבער אז דאס איז א נקודה שולית, שלא מענין. דאס איז ס"ה א מארקעטינג טעכניק וויאזוי די עסקנים גייען ברענגן מער מענטשן צום אסיפה. די נקודה וועלכער איך וויל פארשטיין איז - וואס האט קאווע טרינקער אנקעגן דיאסיפה, נישט אנקעגן די מארקעטינג טעכניקן וואס זיי נוצן, וואס דאס פארלאנגט א שמועס פאר יך.
נאך ווייטאגט קאווע שטיבל אז מ'גייט נוצן לחץ חברתי צו ברענגן דעם עולם, אנשטאט צו אינוועסטירן אין חינוך וואס וועט מאכן דעם עולם קומען פון זיך אליינס. גוד פוינט. אבער לאמיך אייך פרעגן: איצטער אז מען האלט שוין ביי א מצב ווי דער עולם איז נישט אינטערעסירט (וואס אגב, איך בין נישט קאנווינסד אז דער עולם איז טאקע נישט אינטערעסירט. אבער לאמיר פאר די סעיק אף די ארגיומענט אננעמען אז דו ביזט גערעכט), וואס דארפן די רבנים/עסקנים טון כדי צו מאכן דעם עולם אינטערעסירט? זאל ען יעצט אנהייבן מיט חינוך?! יעצט איז שוין צו שפעט! יא, איך בין מודה אז מ'האט בי היינט א טעות געהאט אין סטראטעגיע, און אנשטאט אינוועסטירן אין חינוך האט מען אינוועסטירט אין קול קורא'ס און אין טעראר. נו, איז וועגן דעם קען ען דען די זאך לאזן לויפן? אז זיי ווילן יעצט אנהייבן מחנך זיין, האבן זיי נישט קיין צווייטע ברירה נאר ווי צו לייגן א שטיקל דרוק אז דער עולם זאל קומען.

די 600 (אדער מער) מענטשען וואס זענען געקומען ------ """""""נישט געצווינגענער הייט"""""""" ------- ליל שישי אין קארלסבורג (וואס כ"ק ר' יחזקאל ראטה האט גראדע משמיע געווען ברכת קדשו באותו מעמד) ווייזט אז דער וואס וויל און פארשטייט אז מ'דארף האבן א פילטער, וועט אויסנוצען די געלעגנהייט פון כאפן א שפאציר ליל שישי און הנאה האבן פון א טעכניקער בחנם.
לויט ווי איך הער פלאנען זיי צו מייסד זיין א פאון נאמבער ווי מ'קען רופן יעדע נאכט אויף עצות בנוגע אינטערנעט, און יעדע נאכט וועט א צווייטער טעכניקער מקדיש זיין מזמנו בחנם צו העלפן אידען וואס זיכען הילף.
וואספארא געלאנגענע רעיון דאס איז!
און בנוגע די צעטל אין בית המדרש וואס א צורידערטע פארשוין האט אויפגעהאנגען. מ'דארף איינמאל פאראלעמאל מאכן א ענדע צו די משוגענע ערשיינוג פון לוח המודעות וכדומה,


טרינקער, גערעכט בנוגע די הונדערטער מענטשן וועלכע זענען אנגעקומען צו הגר"י ראטה אין ביהמ"ד, און מען האט טאקע געוואלט מאכן אזא זאך אין מאנסי, אבער די עסקנים פון כינוס כלל ישראל האבן עס ברוטאל צושטערט...

יא, מען מעג שוין מאכן א סוף צו דעם משוגענעם ערשיינונג פון לוח המודעות.
פארשפארט