היימישע אידן גייען דורך רדיפות אין ארץ ישראל דורך... פרומע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

היימישע אידן גייען דורך רדיפות אין ארץ ישראל דורך... פרומע

שליחה דורך עוד מישהו »

אין די לעצטע תקופה איז מען שטארק פארנומען מיט די נייע גזירה אין ארץ ישראל, "גיוס בני הישיבות".
היינטיגע צייטן נאך פאר סיי וועלכע גזירה איז אריין אין קראפט, דינען אסאך פרומע סאלדאטן אין מיליטער, ניין נישט מזרחיסטן מיט געשטריקטע קאפלעך, נאר היימישע בחורים אדער אינגעלייט, וואס צוליב זייערע פערזענליכע סיבות האבן זיי זיך געטראפן אין מיליטער.
רוב פון זיי שלא מרצון, צי ווייל זיי זענען געווען געצווינגען, צי זיי האבן נישט געלערנט אין א ישיבה\כולל, אדער האבן זיי געוכט ארבעט הצד השוה שביניהם איז, זיי זענען א טייל פון היימישע אידנטום, זיי זענען שומרי שבת תורה ומצוות, זיי זענען מקפיד על קלה כחמורה, אין קורצן כשר'ע ערליכע אידן.
אין רוב פלעצער וואו אזעלכע סאלדאטן געפונען זיך, זענען דא שיעורי תורה יעדן טאג, דריי תפילות וואו אלע מוזן דארט זיין אן אויסנאם, און שבת איז מאן דכר שמי' נאר פיקוח נפש.

זענען אנגעקומען א באנדע קלים וריקים, וואס האבן זיך אנגעטוען אן איצטלא פון פאלשע קנאות און זיך אויך אנגעטוען מיט אן אמת'ע טיפשות און רשעות, און אנגעהויבן רודפ'ן און באשמוצן, בא'שגצן און ארויסווארפן פון בתי מדרשים, פארן איינציגן חטא פון גיין מיט די טריפה'נע מונדירן. כדי להוסיף חטא על פשע אויב איז דאס נישט גענוג, האט מען באווארפן סאלדאטן מיט שטיינער א.א.וו.

וואו אלעמען באקאנט האט ר' עמרם בלוי ז"ל, וואס אפילו נישט יעדער האט געהאלטן פון זיין שיטה, האבן אלע באוואונדערט זיינע מידות, ער האט קיינמאל נישט געהויבן קיין האנט אויף א סאלדאט אדער א פאליציאנט, ער האט מוחה געווען, מ'האט געהאקט פון אים שטיקער, אבער הייבן א האנט אויף א איד קיינמאל נישט. היינט מיט אונזערע עושין מעשי זמרי ומבקשין שכר כפנחס האבן מיר שוין דערלעבט אזוינס אויך.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

דעס איז נאך א סיבה נישט צי לײנען די אלע (בײדע) צײטונגען װאס העלפן נאר צי מיט דער פאנאטישקײט און איעדע װאך
דרוקט מען נאך מיט ריזיגע אותיות דערצײלענדיג אונז װאספארע אנטשלאסענקײט עס הערשט בײ אונזערע מענטשן
אשר לא כורעי לבעל אאװ.
(װי איז בערלבעלעגלה)
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

יא. און בכלל אז מ'רעדט שוין פון היימישע האב איך קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס מ'האקט אויף די מדינה און אויף די עוקרי הדת און מחללי שבת בפרהסיא און אויף די וואס זרק'נען ארויס די הייליגע עצמות פון אונזערע עלטערען אויף דער ערד רח"ל וואס איז דער פראבלעם? זענען מיר נישט ברידער אלע בני אברהם יצחק ויעקב. אלע זענען דאך געווען היימישע נישט אזוי לאנג צוריק.

ליצנות אין דער זייט, נישט דער סאטמארער רבי ז"ל און נישט דער צדיק נשגב רבי עמרם ע''ה האט געהאלטן פון הייבן הענט וכדו' און די וואס טוען דאס האבן זיך זייער אייגען דרך און מיט זיי ברויך מען צו דילן לויט זייערע מעשים, אבער ס'איז ידוע פאר יעדען סאטמארען תלמיד אז אין רוח חכמים נוחה הימנו.

אבער, די אלע בחורים וואס טוען וואס זיי ווילן און פרעגען קיינעם נישט ווייל זיי פארשטייען אליינס און קיינער קען זיי נישט זאגן וואס צו טאן. הן אין ארץ ישראל און הן דא אין אמעריקע. זיי זענען שרעקליך מצער זייער פעמילי און לאכן פון אלע אמאליגע ערליכע אידן ווייל ער האט שוין געזעהן אסאך מאוויס און ער איז אויפגעקלערט, פלוצלינג ווען זיי קומען צו אונז ווילן זיי אונז איינטיילן דיעות און פארשטייען נישט אז ס'גייט נישט אזוי כל זמן האסט אראפגעווארפן דעם עומ"ש בפרהסיא - און דאס האסטו געטאן מיטן גיין צו די ארמי - האסטו נישט קיין דריסת הרגל ביי אונז, מיר ווילן נישט אונזערע קינדער זאלן אויף דיר ארויפקוקען און מיר ווילן נישט פון דיר הנאה האבן, באלד ווען זיי נאך זאגן וואסערע כפוי טובה מיר זענען אז זיי היטן אויף אונז יעדען טאג ביי מנחה מעריב.

די מעכטיגע עצה פון קומען מיט די ארמיי קליידער אין ביהמ"ד איז אייינע פון די נחל חרדי מארקעטינג פלענס. והיא לא תצלח
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
גוגל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2013 11:09 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך גוגל »

און אז משרייט שבת פארשטייט יא איינער? ס'זענען טאקע דא אסאך להכעיס'ניקעס וואס סוועט נישט העלפן אז מרעדט, אבער סזענען דא אסאך פרייע וואס זענען למעשה תינוקת שנשבו און זיי מיינען גארנישט להכעיס, אזוי זענען זיי אויפגעוואקסן און דאס איז פארט אוו זייער לייף אזוי ווי דינסטיג נאכמיטאג. און כולי עלמא מודי אז רעדן העלפט מער ווי שרייען אפילו זיי וועלן טאקע נישט פארקן זייער קאר און ארויסקומען וועסטו האבן סאך מער אויפגעטון ווען דו גייסט צו צו אים און רעדסט מיט אים ווי א נארמאלע מענטש.

איינער זאגט מיר לעצטנס ער האט א באקאנטער וואס איז ליידער אין צה"ל, און ער זאגט אים, דו האסט נישט קיין אנונג ווי די פרייע קוקן ענק אן ווי א באנדע משוגעים, א זאך וואס געפעלט ענק נישט מאכט מען קולות, הפגנות, קלעפ וכו. גערעכט מיט'ן נייעם לפיד ווייס איך נישט פונקטליך וויאזוי מוואלט געקענט פארהאנדלען מיט אים נארמאלערהייט, אבער דאס איז קלאר ווען דו רעדסט מיט א פרייע ווי א נארמאלער מענטש נישט נאר וואס דו טוסט אויף מער (אזוי ווי ס'שוין געווען אסאך מעשיות ואין כאן מקומו להאריך) מאכסט אויך בעסער דיין אימעדזש פון דיין פאלק ווי א נארמאלע געמיינדע.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

petergrifin האט געשריבן:דעס איז נאך א סיבה נישט צי לײנען די אלע (בײדע) צײטונגען װאס העלפן נאר צי מיט דער פאנאטישקײט און איעדע װאך
דרוקט מען נאך מיט ריזיגע אותיות דערצײלענדיג אונז װאספארע אנטשלאסענקײט עס הערשט בײ אונזערע מענטשן
אשר לא כורעי לבעל אאװ.
(װי איז בערלבעלעגלה)

ער איז דא, ב"ה. ער שלאפט נישט . ער איז חי וקיים. על כגון דא נאמר (פרקי אבות). "חכמים היזהרו בדבריכם... מ'קומט און מ'דערציילט נאך די צידקות פון ר' עמרם בלוי זצ"ל. מ'פארגעסט אבער אז ער האט אויסגעלערנט א דרך פון פארטשעפענען זיך און ארומרייסן. אפילו ער איז געווען נזהר נישט צו הייבן קיין הענט. אבער די ליידיגע יונגען און באנדיטן וואס פאררופןו זיך אויף זיין שיטה, זיי זענען נישט נזהר אין רודפ'ן, שלאגן און מבזה זיין אנדערע אידן. וואס מיך נעמט ארויס פון גלייכגעוויכט איז ר' סענדער דייטש זכותו יגון עליו און הצדוקים החיים איתנו לאורך ימים ונשים ווי "הרב" ישראל מ. סופר, וועלכע זענען די גרעסטע היפאקריטן וועלכע דאס אידישע פאלק האט ארויסגעגעבן אין די לעצטע דורות. זיי קענען מטהר זיין את השרץ בק"ן טעמים ווען ס'לוינט זיך פאר זיי. זיי זאגן על הטהור טמא און על הטמא טהור. :roll: :oops:
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

גוגל האט געשריבן:און אז משרייט שבת פארשטייט יא איינער? ס'זענען טאקע דא אסאך להכעיס'ניקעס וואס סוועט נישט העלפן אז מרעדט, אבער סזענען דא אסאך פרייע וואס זענען למעשה תינוקת שנשבו און זיי מיינען גארנישט להכעיס, אזוי זענען זיי אויפגעוואקסן און דאס איז פארט אוו זייער לייף אזוי ווי דינסטיג נאכמיטאג. און כולי עלמא מודי אז רעדן העלפט מער ווי שרייען אפילו זיי וועלן טאקע נישט פארקן זייער קאר און ארויסקומען וועסטו האבן סאך מער אויפגעטון ווען דו גייסט צו צו אים און רעדסט מיט אים ווי א נארמאלע מענטש.

איינער זאגט מיר לעצטנס ער האט א באקאנטער וואס איז ליידער אין צה"ל, און ער זאגט אים, דו האסט נישט קיין אנונג ווי די פרייע קוקן ענק אן ווי א באנדע משוגעים, א זאך וואס געפעלט ענק נישט מאכט מען קולות, הפגנות, קלעפ וכו. גערעכט מיט'ן נייעם לפיד ווייס איך נישט פונקטליך וויאזוי מוואלט געקענט פארהאנדלען מיט אים נארמאלערהייט, אבער דאס איז קלאר ווען דו רעדסט מיט א פרייע ווי א נארמאלער מענטש נישט נאר וואס דו טוסט אויף מער (אזוי ווי ס'שוין געווען אסאך מעשיות ואין כאן מקומו להאריך) מאכסט אויך בעסער דיין אימעדזש פון דיין פאלק ווי א נארמאלע געמיינדע.

אונז דארפן טון און טון און טון אזוי ווי די רבי פלעגט זאגען און נישט אויף טון
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

shem-tov האט געשריבן:יא. און בכלל אז מ'רעדט שוין פון היימישע האב איך קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס מ'האקט אויף די מדינה און אויף די עוקרי הדת און מחללי שבת בפרהסיא און אויף די וואס זרק'נען ארויס די הייליגע עצמות פון אונזערע עלטערען אויף דער ערד רח"ל וואס איז דער פראבלעם? זענען מיר נישט ברידער אלע בני אברהם יצחק ויעקב. אלע זענען דאך געווען היימישע נישט אזוי לאנג צוריק.

ליצנות אין דער זייט, נישט דער סאטמארער רבי ז"ל און נישט דער צדיק נשגב רבי עמרם ע''ה האט געהאלטן פון הייבן הענט וכדו' און די וואס טוען דאס האבן זיך זייער אייגען דרך און מיט זיי ברויך מען צו דילן לויט זייערע מעשים, אבער ס'איז ידוע פאר יעדען סאטמארען תלמיד אז אין רוח חכמים נוחה הימנו.

אבער, די אלע בחורים וואס טוען וואס זיי ווילן און פרעגען קיינעם נישט ווייל זיי פארשטייען אליינס און קיינער קען זיי נישט זאגן וואס צו טאן. הן אין ארץ ישראל און הן דא אין אמעריקע. זיי זענען שרעקליך מצער זייער פעמילי און לאכן פון אלע אמאליגע ערליכע אידן ווייל ער האט שוין געזעהן אסאך מאוויס און ער איז אויפגעקלערט, פלוצלינג ווען זיי קומען צו אונז ווילן זיי אונז איינטיילן דיעות און פארשטייען נישט אז ס'גייט נישט אזוי כל זמן האסט אראפגעווארפן דעם עומ"ש בפרהסיא - און דאס האסטו געטאן מיטן גיין צו די ארמי - האסטו נישט קיין דריסת הרגל ביי אונז, מיר ווילן נישט אונזערע קינדער זאלן אויף דיר ארויפקוקען און מיר ווילן נישט פון דיר הנאה האבן, באלד ווען זיי נאך זאגן וואסערע כפוי טובה מיר זענען אז זיי היטן אויף אונז יעדען טאג ביי מנחה מעריב.

די מעכטיגע עצה פון קומען מיט די ארמיי קליידער אין ביהמ"ד איז אייינע פון די נחל חרדי מארקעטינג פלענס. והיא לא תצלח

שמאל דוחה וימין מקרבת מיינט ביי דיר עפעס? און וואו קומען בכלל פרייע אריין אין די בילד? ס'קוקט מיר אויס וואו דו מישט צאם פאליציי מיט מיליטער, ס'האט נישט קיין טראפ שייכות איינס מיטן צווייטן, גראבן קברים דאס זאג איך פון עטליכע חברים וואס איך קען וואס גייען אדער זענען געווען אין מיליטער, זיי זענען מיט גארנישט ערגער וואו קיין סאטמארע אינגערמאן, אדער א ליטווישע בעה"ב.
קיינער פון זיי לאכן נישט און קיינער פון זענען נישט קליגער, אין הכי נמי ס'איז דא אזעלכע וואס זענען דארט אריין מיטן ציל מצער צו זיין, ווייסט וויפיל זענען געצווינגען צו גיין מחוסר ברירה?! לו יצויר אז אסאך זענען דארט זיך צו רייצן, וואס וואלטן זיך געהאלטן פרום וויבאלד זיי זענען א חלק פון קהילה, משא"כ אז מ'רודפט זיי קענען זיי ח"ו אינגאנצן אוועק פאלן.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

shem-tov האט געשריבן:די מעכטיגע עצה פון קומען מיט די ארמיי קליידער אין ביהמ"ד איז אייינע פון די נחל חרדי מארקעטינג פלענס. והיא לא תצלח

מדבריך ניכרים אז דו ביזט גאנץ יונג. איך האב מיך געדרייט אין א''י לאנג בעפאר עס איז געווען א נחל החרדי. אין כמעט את יעדע מנין האסטו געקענט טרעפן לכה''פ איין היימישע יונגערמאן אין די מיליטערישע מונדירן. אפשר נישט אין סאטמאר אבער אין אנדערע בתי מדרשים יא.

און פאר דרייסיג פערציג יאר צוריק ווען רוב חרדים האבן אנטייל גענומען אין זייער מענטשליכע פליכט און געדינט אין מיליטער (איידער די גדולים האבן באקומען די כרוז משמים אז גאנץ כלל ישראל מוז זוצן אין כולל און קוועטשען די באנק) האט מען אלץ געזעהן יונגערלייט אין מונדירן אין די גאסן.

סאו באק נישט קיין קאנספירעסיס אז עס איז א מארקעטינג גימיק.

הגם, הלוואי וואלטן זיי געטון מער צו ברענגן מער יונגערלייט אין מיליטער אנשטאט וואס זיי זאלן זיך דרייען ליידיג ביז די הונדערט און צוואנציג. ווען דאס וועט געשעהן וועלן זיין ווייניגער שלעגער און שטיין ווארפער בעז''ה.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

גוגל האט געשריבן:גערעכט מיט'ן נייעם לפיד ווייס איך נישט פונקטליך וויאזוי מוואלט געקענט פארהאנדלען מיט אים נארמאלערהייט.

איינער האט דען אמאל פרובירט?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ג"א מצטרף למחאה גדולה ונמרצת נגד הנערים המנוערים מכל דעת ידיהם ידי עשו שאין מעשיהם כל היום אלא לעורר ריב ומדנים בין אחים יפרידו, משתמשים בסיסמאות ריקות ומרושעות, מכנים שמות גנאי לחבריהם, אין בהם ריח תורה ויראה.

והיה ראוי להאריך בזה מאד אלא שאין עתותי בידי כ"כ כרגע ואקווה שיקומו אנשים הראויים ויצליחו להעביר את רעת מחשבתם של אלו מקרבנו.

מצפה לישועת ה'.
הק' לעיקוואד, חופק"ק קאווע שטיבל.

בילד
I have a dream
Martin Luther King ~

פארשפארט