הלכה בידוע שעשיו שונא ליעקב
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
הלכה בידוע שעשיו שונא ליעקב
איך וויל אייך פארציילן א מעשה וואס איז (נישט) לעצטענס געשען.
א פרידליכער ערל טרייבט זיך געמיטלעך זיין קאר אין ברוקלין, ווי נאר ער קומט אן צו די אידישע בארא פארק געגענט, טרעפט ער זיך פארן אונטער א חסיד וואס פארט אויף א בייק.
דער איד פארט זיך געמיטלעך פונקט אינמיטן דער גאס נישט רעכענענדיג זיך מיט קיינעם, און נערווירט דעם מאטאר וויהוקעל דרייווער וואס פארט נאטורלעך שנעלער ווי א בייק.
דער ערל פארשטייט זיך פאנגט אן נערוועז צו ווערן, און פרובירט צו ווייזן דעם חסיד סימנים מיט גוטען און מיט בייזן אז דער בייקער זאל זיך אין א זייט רוקן און אים באפרייען פון דעם נערוון שפיל און אדורכלאזן.
אבער דער חסיד איז בשלו! מיט א פרעכהייט און שטאלץ איגנארירט ער דעם דרייווער, און פעדעלט אראפ ברחובה של סרטיא כאילו דער גאס איז זיינס אן אייגענטום. למרות דער פאקט אז ס׳שלענגלט זיך אונטער אים א געהענגעל פון אנגעצויגענע מאטאריסטן וואס פלאצן אוועק פון זיין געוואגטקייט און זיין איגנארענץ.
דער ערל נעמט זיך צו פלאן בי:
ער גייט פרובירן אויסקרוסירן דעם בייק, ס׳האט זיך געמאכט א געלעגענהייט ווען דער קעגן-קומענדער זייט איז געווארן ליידיג, און בום!! ער מאנואווירט זיין קאר מיט א ווילדן דריי צו לינקס! ער עקסעלערירט דעם גאז פעדל מיטן שטערקסטן כח! און דרייט זיך שנעל צוריק צו זיין לעין, יעצט געפונט ער זיך שוין נאכן בייקער.
אבער דער שמאלער אידישער בייקער זעט גוט וואס דא גייט פאר, אין הפנים זיין זעלבסט אומבאוואוסטער מיסיע איז נאך ווייט פון פערטיג.
בשעת דער קאר רוקט זיך צוריק אונטער אים, פאנגט ער אן פעדלען מיט א שטארקע אימפעט ממש אינעם קאר אריין, און טרעפט זיך ביים שמאלן פלאץ צווישען די געפארקטע קארס און דעם ערל׳ס קאר. ער גליטשט זיך פלינק ארויס פון דארט, אבער נישט פאר ער גיט דעם קאר א געזונטער זעץ! מיטן פיסט!!! און דרייט זיך צוריק אויפן דרך המלך און הוירעי!!! ער איז ווידער פארנט פינעם קאר.
אזוי האט זיך דער זעלבער שפיל איבער גע׳חזר׳ט דריי פיר מאהל ביז דער ערל האט ענדליך מצליח געווען צו קארנערן דעם אומפארשעמטן חוצפה׳דיגער אידל אין א זייט, אבער שוין אינדרויסן פון אידישער געגענט צווישן זיינע בדומה לו אפשטאמיגע.
דער ערל קוילערט זיך ארויס פון קאר מיט אפענע נאז לעכער, שפיזיגע אויגן, און ווארפענדע פויסטן, קומט צו נאנט צום בייק און שרייט אויס, יאו עינט גאואינג נאוער!!!
ס׳פארזאמלט זיך ארום אים א כאפטע ציקוקערס, א טייל וואס ווילן אליין נעמען דאס געזעץ אין האנט אריין, און באדרויען דעם איד מיט בייזן, אזש דעם חסיד׳ן איז נישט גוט געווארן.
די ענדע פון די מעשה לאז איך איבער פאר די ליינער צו פאנטאזירן.
פארוואס פארצייל איך אייך דעם באקאנטער נישט געשעענע מעשה ? איך וועל אי״ה אייך זאגן.. אבער קודם לאמיר ווייטער צוזאמען שפינען די מעשה נאך אביסעלע.
דער קומענדיגער טאג איז ארויף א קליפ פון די גאנצע עפיזאד מיטן פילן פראכט פון אנהויב ביזן סוף אויף א באקאנטער וועב זייטל וואס רופט זיך יוטיוב, און די אלעמען באקאנטע שמריה, אומפייעס, ודומיהן האבן געלינקט צו דעם קליפ און קאמענטארן האבן אנגעהויבן ארויסשפראצן ווי שוואמען נאך א רעגן.
וואס טראכט איר ? וועמען האבן זיי געגעבן גערעכט ? וועמען האבן די אלע עדזוקירטע פרעפעסארן - וואס ליידן אויף 100 פראצענטיגע אבסעלוטע גערעכטיגקייט - באשמוצט ? דעם איד אדער דעם ג׳ענטייל ?
איך ציטיר אייך דא עטליכע קאמענטארן :
האסידהעיטער:
א חוצפה פון א איגנארירענדן חסיד! ער קען נישט פארן אין די זייט פאר איין מינוט און דורכלאזן טראפיק? ווי מיינט ער איז ער !! אין דשזולענד ?? א שאד דער האט נישט אריינגעזעצט אין אים ! מ׳דארף אים לערנען א לעקציע, די גאס געהערט נישט פאר די עקלדיגע חסידים..
גייאיזעיהיראו:
איך קוק ארויף אויף דעם דרייווער ער׳ט זיך נישט געלאזט פון דעם געמיינעם חסיד אפילו ער איז קודם געווען אין חסיד טאון ווי מ׳וואלט אים ווען געקענט באקלאפן דורך זייער געהיימע אינערליכע פאליציי האט ער זיך שטאלצערהייט אנגענומען פאר יוסטוץ פון שטערן די רעכט פון וועג.
ענגרי דזאו
אומערצויגענע מענטשן! האקן אויף קארס! לייגן אריין זיך, און אנדערע אין דענדשער בלויז פארן עגא!! דאס קומט פון לערנען בלויז חסידישע קאריקעלעם און נישט זיין מער געבילדעט און טאלערענט פאר די סעקולערע געזעלשאפט.
וכו׳ וכו׳...........
איר פארשטייט וואס דא טוט זיך ? פאר ווער עס ווייסט נישט, אזא מעשה האט זיך טאקע אפגעשפילט אפאר וואכן צוריק מיט פונטקליך די זעלבע דיטאלן, די טשעיס, פארכאפונג, געשרייען, יוטיוב קליפ, קאמענטארן, אלעס אלעס אקוראט ווי מיר האבן יעצט ארפגעלייגט
אבער! די שפילער זענען געווען פונקט קאפויער דער חסיד איז געזיצן אינעם דרייווערס בענקל, און דער ערל איז געזיצן אויפן בייק.
און דאך! ביי ביידע פעלער קען געזאגט ווערן מיטן פולסטן זיכערקייט, אז דער חסיד וואלט געזיצן אויפן באשולדיגונגס באנק און דער ערל א פולקאמער היראו.
איז דאס נישט שרעקליכער פון שרעקליך ?? פארוואס ווערן מיר בכלל נישט אנגעקוקט אביעקטיוו ?
דער תירוץ איז ״הלכה בידוע שעשיו שונא ליעקב״.
ס׳איז דא א ווארט אינעם ענגלישען לעקסיקאן ״ראסיזם״.
דער דעפיניציע פון ראסיזם איז פיינט האבן א געוויסער ראסע/ גענדער/ קאליר הויט/ בלויז פאר די איינע סיבה ווייל ער איז אנדערש.
ס׳איז אבער דא נאך א ווארט וואס רופט זיך ״אנטיסעמיטיזם״.
אויבן אויף איז די גאנצע חילוק פון די צוויי אז אנטיסעמיטיזם איז פיינט האבן די אידישע ראסע, און ראסיזם איז פיינט האבן אן אנדערע נישט אידישע ראסע.
דא שטעלט זיך א שטארקע פראגע.
פארוואס איז דא א ספעציעלער ווארט בלויז פאר די אידישע ראסע? פארוואס זענען אידן נישט נכלל צוזאמען מיט די רעשט פון די וועלט אינטערן זעלבן שירעם וואס רופט זיך ״ראסיזם״?
חלק ב בקרוב

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
כ'על דיר זאגן. די גאנצע פראבלעם איז אין הבנה. אויב ווייסט מען נישט וויאזוי אפצולערנען די טייטש פון 'בידוע עשו שונא ליעקב'
אבער איך האב שוין היינט גאר א אנדערע פארשטאנד אין דעם מאמר:
הלכה בידוע עשו שונא ליעקב, איז פשט ווען יעקב האלט זיך בעסער ווי עשו...
נישט יעדער קען צוקומען צו א מדריגה, צוקענען חשוב האלטן אפילו דער וואס האלט אים אליין, נידריג און פוהל מיט זינד. אין פאקט, רוב קענען נישט.

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ענטפער צו טאמבל סאס
טאמבל סאס האט געשריבן:כ'על דיר זאגן. די גאנצע פראבלעם איז אין הבנה. אויב ווייסט מען נישט וויאזוי אפצולערנען די טייטש פון 'בידוע עשו שונא ליעקב'
אבער איך האב שוין היינט גאר א אנדערע פארשטאנד אין דעם מאמר:
הלכה בידוע עשו שונא ליעקב, איז פשט ווען יעקב האלט זיך בעסער ווי עשו...
נישט יעדער קען צוקומען צו א מדריגה, צוקענען חשוב האלטן אפילו דער וואס האלט אים אליין, נידריג און פוהל מיט זינד. אין פאקט, רוב קענען נישט.
איך ווייס נישט אויב איך קען נוצן דאס ווארט: "במחילת" כבוד תורתך ביסטו 200% ראנג. די סצענע (ס'ענאריא) וועלכע "מאטי 107 " באשרייבט און די רעאקציע און קאמענטארן פון די ליינערס אויף יענע בלאג איז די רעאליטעט, די מציאות. זיי משפט'ן דעם איד נישט גערעכטיג ווייל זיי האבן א פיינטשאפט און קנאה אויפ'ן איד. נישט ווייל דער איד איז "ארראגאנט". דאס איז נאר א תירוץ צו בארעכטיגן זייער שנאה.
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
יפה שאלת הרב יואב.
דער תירוץ איז. ארטיקלען וואס מ׳לערנט ארויס דערפון א געוויסע מחשבה און נקודה וויאזוי זיך בעסער צו פירן אין טאג טעגליכער לעבן הגם ס׳איז באקליידעט מיט הומאר האלט איך אז ס׳פאסט אריין אין ״תורה ומחשבה״. משא״כ דיזע ארטיקל קוק איך מער אן אלס פארש ארבייט און היסטאריע (אי״ה בחלק ב׳) איך האב זיך נישט באצויגען צום איגנארענץ פונעם אינגערמאן אלס א מוסר ומחשבה נאר אלס א געזעלשאפטליכע ענין.
דער תירוץ איז. ארטיקלען וואס מ׳לערנט ארויס דערפון א געוויסע מחשבה און נקודה וויאזוי זיך בעסער צו פירן אין טאג טעגליכער לעבן הגם ס׳איז באקליידעט מיט הומאר האלט איך אז ס׳פאסט אריין אין ״תורה ומחשבה״. משא״כ דיזע ארטיקל קוק איך מער אן אלס פארש ארבייט און היסטאריע (אי״ה בחלק ב׳) איך האב זיך נישט באצויגען צום איגנארענץ פונעם אינגערמאן אלס א מוסר ומחשבה נאר אלס א געזעלשאפטליכע ענין.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:כ'על דיר זאגן. די גאנצע פראבלעם איז אין הבנה. אויב ווייסט מען נישט וויאזוי אפצולערנען די טייטש פון 'בידוע עשו שונא ליעקב'
אבער איך האב שוין היינט גאר א אנדערע פארשטאנד אין דעם מאמר:
הלכה בידוע עשו שונא ליעקב, איז פשט ווען יעקב האלט זיך בעסער ווי עשו...
נישט יעדער קען צוקומען צו א מדריגה, צוקענען חשוב האלטן אפילו דער וואס האלט אים אליין, נידריג און פוהל מיט זינד. אין פאקט, רוב קענען נישט.
איך ווייס נישט אויב איך קען נוצן דאס ווארט: "במחילת" כבוד תורתך ביסטו 200% ראנג. די סצענע (ס'ענאריא) וועלכע "מאטי 107 " באשרייבט און די רעאקציע און קאמענטארן פון די ליינערס אויף יענע בלאג איז די רעאליטעט, די מציאות. זיי משפט'ן דעם איד נישט גערעכטיג ווייל זיי האבן א פיינטשאפט און קנאה אויפ'ן איד. נישט ווייל דער איד איז "ארראגאנט". דאס איז נאר א תירוץ צו בארעכטיגן זייער שנאה.
לאמיך דיר עפעס פרעגן.
אויב דו גייסט אין גאס, און א כאפטע ווייסע גוים באפאלן דיך, און צווישן זיי אויך איין שווארצע.
ווואס טראכסטו נעקסטע מאל ווען דו זעסט א שווארצע גוי?
אבער דער אמת איז ס'איז נישט ממש דומה משל לנמשל.
דאס איז אבער יא קלאר. ווילאנג דו האלטסט זיך בעסער, און דו הויבסט זיך נישט דעם קאפ, צו באלבאטעווען און ארויפצווינגען דיינע מיינונגען אויף יענעם, איז אקעי.
אויב הויבסטו זיך יא דעם קאפ, אבער דו האלטסט זיך נישט בעסער ווי יענעם (אלץ א ראסע) איז אויך אקעי
אויב אבער סיי, דו הויבסט זיך דעם קאפ באופן כנ"ל, און נאכדערצו אלץ א ראסע.. און סיי מ'קען דיך אידענטיפיצירן איבעראל. (ווי די משל פונעם שווארצן) דעמאלטס ביסטו אויף געהאקטע צרות! און יא! מ'קען זאגן, אז דו האסט זיך עס אליין אנגעברענגט. [און אויב ביסטו פשוט נאטורליכער *טאקע* מער געלונגען ווי יענעם, דעמאלטס אוי אוי אוי... בין איך דיר שוין גאנץ ווייניג מקנא]
אבער יעצט פארשטיי, אז דאס איז א פעקעדזש דיל פון פארשידענע פאקטן וואס שפילן צו צום א.ג. פראזע
"הלכה בידוע עשיו שונא ליעקב" און דער פראזע אליין, איז טאקע דו זאלסט זיך קענען קלאפן אויפ'ן בייכל און זאגן, 'איך בין נישט דער פראבלעם' ! יענער איז! און דא איז עס ווייטער א סארט "איך בין בעסער ווי יענעם" יענער האט זינלאזע שנאה אויף מיר! אבער איך נישט, אויף אים! קאמאן.! איי מין הו אר יו בלאפינג.
ס'איז א חוכא ואיטלולא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ענטפער צו טאמבל סאס #2
ס'איז גוט צו האבן "אינטראספעקשאן". מאכן א חשבון הנפש. וויסן וואו מ'האלט אויף די וועלט. אבער צו האבן א "גילטי קאנשענס". צו פילן אדער זיך אליין באשולדיגן אויף זאכן וועלכע עקזיסטירן נישט. דאס איז שוין צופיל. אידן, אלס א גרופ, וועלכע זענען אייביג געווען די ערשטע אין קאמף פאר גלייכבארעכטיגונג, מעגן אויך פאדערן זייערע רעכטן אלס גלייכבארעכטיגטע בירגער. אין דעם ספעציפישן פאל, שטאמט דער שלעכטער אורטייל אויף אידן פון בלינדע שנאה און קנאה מיט וואס וואס די גוי'אישע באפעלקערונג איז אנגעשטעקט. אויף אידיש רופט מען דאס "פאראורטייל". אויף ענגליש הייסט עס "פרע-דזשודיס".
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
מאטי, איז טאקע ממש אזוי געווען די מעשה? איך האב געקוקט דעם קליפ און נישט געכאפט פונקטליך וואס גייט פאר. אין ערגעץ - אריין גערעכנט אין די העצערישע אשכולות דא קעגן דעם אינגערמאן - האב איך נישט געזען אזוי באריכטעט די פאסירונג. דארף מען איבערקוקן דעם קליפ בעיון.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)

- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל