עסן עסט'זיך האט געשריבן:פאר מיר איז די פטורה פון מילקשעיקר רבי אן אבל יחיד איך האב געהאט פון אים א גרויסע מופת יארין צוריק. כבין געגאנגען פרעגין צו איך זאל טוהן א געוויסע געשעפט און דער רבי האט בכחמתו געזאגט "די געשעפט געלונג אמאל יא און אמאל נישט" און כך הווה
די רבי זי"ע זאל זיין נשמה רוען אין לעכטיגן גן עדן, האט שוין ממנה געווען בערל הערשענזאהן און הערשל בערענאוויטש, זאלן צאמשטעלן א בוך מיט אלע אלע ניסים ונפלאות אותות ומופתים, וואס מענטשן האבן בייגעוואינט אין טאג טעגליכע לעבן ביים רבין זצ"ל.
בפקודתו הקדושה הייסט די ספר "מושיען של יודא", דאס איז וויבאלד די רבי זי"ע האט זיך זייער קעגנגעשטעלט די נאמען ישראל, וויבאלד די ציונים האבן זיך באנוצט מיט די ווארט פאר א טריפה'נע זאך, וואס מחמת הרחק מן הכיעור האט די רבי זי"ע נישט געלאזט זאגן וואס דאס איז.